בלאט 57 פון 66

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 4:11 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
איך גיי פאר שולעמס גרימאסן ווען נוחעם מיט נחמה זענען אים מודיע אז זיי האבן חתונה....

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 5:43 pm
דורך אבשלום בן מעכה
הער, צבי ארי'ס שלום בית מיט טובי, איז אונטערגעהינקען.
די שלום בית ביי משפחת ווייס איז אויך אונטערגעהינקען.

איך מיין אז מיסטער ווייס מיט טובי וואלט געווען א גוטע שידוך, ביידע קענען באשטיין עפעס מער...
און צבי אריה וואלט זיך גוט פארשטאנען מיט מרת ווייס... ביידע פרומע קאטשקעס...

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 5:46 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
מיסטער ווייס מיט טויבי אפשר יא, אבער גיטי מיט צבי ארי נישט, גיטי איז נישט קיין פרומע נאר א "נארמאלע", ווען גיטי האט גוטע שלום בית איז עס גוט, צבי ארי ווייסט נישט וואס שלום בים מיינט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 6:03 pm
דורך בת קול
גיטי און צבי ארי׳ זענען שוועסטער און ברודער.

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 6:28 pm
דורך וואלווי
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:הער, צבי ארי'ס שלום בית מיט טובי, איז אונטערגעהינקען.
די שלום בית ביי משפחת ווייס איז אויך אונטערגעהינקען.

איך מיין אז מיסטער ווייס מיט טובי וואלט געווען א גוטע שידוך, ביידע קענען באשטיין עפעס מער...
און צבי אריה וואלט זיך גוט פארשטאנען מיט מרת ווייס... ביידע פרומע קאטשקעס...


אויב כ'געדענק גוט האט טויבי מיט יארן צירוק נישט געלאזט צבי אריה ווערען א בעל מנגן.
אפי' דאס האט געמיינט אז ער ברענגט פרנסה, דאך האט עס נישט געפאסט פאר איר..

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 6:53 pm
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:הער, צבי ארי'ס שלום בית מיט טובי, איז אונטערגעהינקען.
די שלום בית ביי משפחת ווייס איז אויך אונטערגעהינקען.

איך מיין אז מיסטער ווייס מיט טובי וואלט געווען א גוטע שידוך, ביידע קענען באשטיין עפעס מער...
און צבי אריה וואלט זיך גוט פארשטאנען מיט מרת ווייס... ביידע פרומע קאטשקעס...


אויב כ'געדענק גוט האט טויבי מיט יארן צירוק נישט געלאזט צבי אריה ווערען א בעל מנגן.
אפי' דאס האט געמיינט אז ער ברענגט פרנסה, דאך האט עס נישט געפאסט פאר איר..

פונקט פארקערט, זי האט עים געשטיפט דערצי, ער האט נישט געוואלט, שוין געהאט כמעט געווארן, נאר ער האט צוריקגעצויגן ווען ער האט געהערט וועגן יענעם זינגער וואס איז אפגעפארן,

די פאטער זיינער האט עם נישט געלאזט זינגען אלס קינד,

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 7:18 pm
דורך אבשלום בן מעכה
שירה לעווינסאן האט פוגירט אין די ערשטע אדער צווייטע פרק פון שטיסל עונה 1, אלס א מיידל מיט וועמען קיווע איז ארויסגעגאנגען און ער האט פאר'הרג'עט דעם שידוך. קוקטס עס נאך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 1:29 am
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנט קיינער מערקט נישט אן די "יש לי חבר" וואס די דוקטור ענפערט פאר שולם איך די פראגע צו ער האט א חברטע, מיינט דאס ג. ?? און וואס גייט זיך ווייטער אנטוויקלען דא?

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 3:00 am
דורך טאמבל סאס
און איך האב דערקענט די שדכנית'טעס קול אין חמדת, די וויינענדיגע פרוי אויף די טעלעפאן ווען שלום רופט צו קופת חולים.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 3:02 am
דורך קוויטעל
מיט איין ווארט, די שטיסל פאמיליע איז א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] משפחה!
כ'מיין מ'זאל בודק זיין די מזוזות ביים שלום'ן אין שטוב...

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 9:21 am
דורך זופ מיט מאנדלען
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:שירה לעווינסאן האט פוגירט אין די ערשטע אדער צווייטע פרק פון שטיסל עונה 1, אלס א מיידל מיט וועמען קיווע איז ארויסגעגאנגען און ער האט פאר'הרג'עט דעם שידוך. קוקטס עס נאך.

זי האט געהייסן אסתי גוטליב.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 9:24 am
דורך זופ מיט מאנדלען
מילך טראק האט געשריבן:וואס האלסטו אז עס גייט זיך אויסלאזן מיר רחלי ?

קוקט אויס ווי רחלי איז אריין אין נאך א מאניק אטאקע, וויאזוי סאיז דערווייל אויסגעשטעלט וועט זי אין די זיבעטע אפיזאד ווייטער רודעפן קיווע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 12:28 pm
דורך ראוונע
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:שירה לעווינסאן האט פוגירט אין די ערשטע אדער צווייטע פרק פון שטיסל עונה 1, אלס א מיידל מיט וועמען קיווע איז ארויסגעגאנגען און ער האט פאר'הרג'עט דעם שידוך. קוקטס עס נאך.

אסתי גוטליב?

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 1:17 pm
דורך מנחם ציון
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:שירה לעווינסאן האט פוגירט אין די ערשטע אדער צווייטע פרק פון שטיסל עונה 1, אלס א מיידל מיט וועמען קיווע איז ארויסגעגאנגען און ער האט פאר'הרג'עט דעם שידוך. קוקטס עס נאך.

ניין ס'איז נישט זי
זעהט אויס ענליך

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 1:19 pm
דורך מנחם ציון
קוויטעל האט געשריבן:מיט איין ווארט, די שטיסל פאמיליע איז א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] משפחה!
כ'מיין מ'זאל בודק זיין די מזוזות ביים שלום'ן אין שטוב...

איך האלט אז מען וועט טרעפן אז "ואכלת" פעלט

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 1:35 pm
דורך מ גפני
נאך איינער האט באמערקט אז צבי ארי׳ איז שיין אפגעפאלן? ער׳ז היפש דארער ווי אמאל

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 1:45 pm
דורך nespresso
ראוונע האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:שירה לעווינסאן האט פוגירט אין די ערשטע אדער צווייטע פרק פון שטיסל עונה 1, אלס א מיידל מיט וועמען קיווע איז ארויסגעגאנגען און ער האט פאר'הרג'עט דעם שידוך. קוקטס עס נאך.

אסתי גוטליב?

עס איז נישט די זעלבע
אסתי גוטליב עונה 1 איז מון שביט (Moon Shavit)
שירה לוינזון עונה 3 איז בר מיסוצניק

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 4:52 pm
דורך real fake news
די חלק ווי רחלי כאפט אהן קיווע׳ס האנט אין די רעסטאראנט איז זייער מאדנע, סאיז נישט קיין נארמאלע זאך סזאל געשען אזאנס ביי אונז.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 8:12 pm
דורך אישתישבי
real fake news האט געשריבן:די חלק ווי רחלי כאפט אהן קיווע׳ס האנט אין די רעסטאראנט איז זייער מאדנע, סאיז נישט קיין נארמאלע זאך סזאל געשען אזאנס ביי אונז.


ווייל זי איז אביסל קוקו

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 9:44 pm
דורך כגפן פוריה
משפחת שטיסל סעריע האבן בזיכט אינעם פרימע מסעדת שטיסל אין בני ברק. בילד

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2021 9:05 am
דורך זופ מיט מאנדלען
real fake news האט געשריבן:די חלק ווי רחלי כאפט אהן קיווע׳ס האנט אין די רעסטאראנט איז זייער מאדנע, סאיז נישט קיין נארמאלע זאך סזאל געשען אזאנס ביי אונז.

מען זעט אז עס איז אין א פרייע רעסטוראנט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2021 9:13 am
דורך בת קול
מען זעהט אויך אז עקיבה זעהט אויס זייער אומבאקוועם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2021 9:36 am
דורך זופ מיט מאנדלען
נישט וועגן ער האט א פראבלעם אז א פרוי כאפט אן זיין הענט, נאר ווייל ער כאפט יעצט אז זי פלאנט נישט אראפצוקריכן פון אים.