טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:Fwd: די חתונה היינט נאכט דאנערשטאג שמיני אין עטרת מייזעלס צווישן די מחותנים הרב הערשל בוכינגער - הרב יואל הורוויץ בן הגה"צ מראפשיץ שליט"א, איז יא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
רבינו שליט''א האט מכבד געווען דעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט''א מיט סידור קידושין.
הערט די מודעה מטעם קהלתינו הק' אויף קול הקהל
845-774-4040 3-8
ווער סקען די 2 מחותנים ווייסט וואסערע לצינות דאס איז צו זאגן אז זיי האבן געבעטן רשות... אין ווי אלעמאל האט מען געווארט ביז נאך די חופה צי הערן ווער די מסדר איז געווען, אין קענען זאגן אז רבינו שליט"א האט מכבד געווען.....
די עיקר איז אז דער גרוש שלמה הערש שעהר האט נאך א נאמען ארויפצולייגן אויף זיין רשות ליסט..
איך קען נישט די צוויי מחותנים, אבער ווער עס קען די מעליצער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט מסדר קידושין זיין אויב מהר''א לאזט נישט, און די ראפשיצער איז היינט א מחותן מיט מהר''א, וואס וועט זיכער נישט אריינשטעכן א מעסער אין זיין מחותן.
און ביידעוועי, לויט מיין אינפארמאציע האט נאר מהר''א אייביג געהאט די פאליסי פון געבן רשות פאר זיידעס רבנים, משא''כ מהרז''ל האט נישט געמאכט קיין אויסנאם פאר קיינעם אזש זיין שוואגער ר' דוד מייזליש האט קוים מיט צרות באקומען רשות, האט זיך שוין געטוישט די פאליסי?
זיידעס זענען נישט די וואס ברויכן נעמען רשות נאר דער אבי החתן וואס איז מכבד, קיינער פין די מחותנים האט נישט געבעטן קיין רשות אין קיינער פין זיי ברויכן עס נישט,
די מעליצער ברויך נישט פרעגן קיין רשות ווייל אלס רב אין זיידע קימט צי פליען די אוטמאטישע רשות וואס אפילו דער קאושיער וואס האט אפיציעל מתיר געווען צי חתונה מאכן אן רשות האט שוין אויך באקימען די אוטמאטישע רשות לעצטנס,
אין אנדערע נייעס, האט דער שפטיווקער יעצט געגעבן רשות פאר די חתונה היינט נאכט אין פארדייס,
אגב, מהר"א פלעגט אויך נישט געבן רשות פאר יעדע זיידע וואס איז א רב ביז פרשת סידור קידושין, מפלעגט אפילו זיכער מאכן אז ר געציל זאל קימען אנשטאט ביי די דינסטיג חתונות, אבי דער זיידע זאל נישט קענען מסדר זיין, והדברים יודעים,
איך ווייס נישט ווי דו האסט געזען איך זאל האבן געזאגט אז זיידעס זענען דעי וואס דארפן בעטן רשות, וואס איך האב געזאגט איז אז ווער עס קען די מעליצער פארשטייט אז ער וועט נישט זיין א מסדר קידושין אן מהר''א'ס רשות און דאס זעלביגע מיטן ראפשיצער אלס מחותן. (און בכלל איז נישטא קיין איין נייטראלע רב וואס קומט מסדר קידושין זיין אין קרית יואל אן רשות.)
עס איז נישטא אזא זאך ווי אויטאמאטישע רשות. נישטא. איינער וואס וויל האבן א אײגענע מסדר קידושין דארף בעטן רשות און מהר''א באטראכט יעדע חתונה עקסטער פארן באקומען רשות, און ער האט זיין מהלך ווען יא און ווען נישט צו געבן, גענוג און נאך האבן 'נישט' באקומען רשות (ידוע די מעשה פון די חתן וואס איז געקומען ביום חופתו בעטן רשות).
יעצט מיט דיין לעצטע פאראגראף האסטו געוויזן אז דו ביסט א פראסטע ליגנער. ביסט א שקרן.
מהר''א האט שוין די פאליסי זינט תשמ''ה ווען ער איז געווארן קרית יואלע רב אז א זיידע וואס איז א רב האט געמעגט קומען מסדר קידושין זיין, דארפסט נישט לויפן ביז קאשוי רב, ר' יואל מארגענשטערן אליינס האט באקומען רשות ביי זיין אייניקל'ס חתונה אינמיטן ברען פון די מערכה צוועלף יאר צוריק! און די סברא אינטער די פאליסי איז פשוט, מהר''א קוקט נישט אן סידור קידושין ווי א כיבוד, ער קוקט עס אן ווי אן אחריות! און ער וויל צוריקהאלטן אז פשוט'ע אידן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געפענט קיין אבן העזר שולחן ערוך זאלן זיין די אחראים אויף די קידושין טראץ וואס פערצופאל איז זייער אייניקל דער וואס גייט יעצט אינטער די חופה. פארשטייט זיך ווען מהר''א קען ווען פארהערן יעדע זיידע און זיכער מאכן אז ער איז קלאר אין אלעם וואס פעלט זיך אויס, וואלט מען דעיס געטון, אבער דאס איז נישט שייך כמובן, ממילא האט מהר''א געמאכט א פאליסי אז אויב איז די זיידע איז א ערנסטע רב, וואס איז געווענליך א תלמיד חכם, און בקי בטיב גיטין וקידושין, מעג מען מסדר קידושין זיין, נישט קיין חילוק ווער עס איז, זאל עס זיין זיין גרעסטע שונא, און אויב קומט עס נישט נאך די תנאי מעג עס זיין זיין געטרייסטע חסיד און ער וועט נישט באקומען רשות.
אבער מהרז''ל וואס איז דאך משכמו ולמעלה גבוה, והא ראי' ער זיצט דאך מיט פארמאכטע אויגן ביי די אסיפות הרבנים בשעת די רבנים זענען דן בעניני הכלל, צוליב זיין אויסטערלישע צדקות און אויסגעטונקייט פון די וועלט האט ער געמאכט א פאליסי אז בלויז ער קען זיין מסדר קידושין הוא ולא אחר! די צדיק האט זיך אפילו אוועקגעריסן פון זיין עבודת הקודש און אפגעזעצן אין קרית יואל פאר א וואך צייט כדי צו קענען זיין די אויסשליסליכע מסדר קידושין אין עטרת מייזעלס, ממילא איז מיר א וואונדער פארוואס די מעליצער האט זוכה געווען צו באקומען רשות, און איך ווארט נאך אלס אויף אן ענטפער.
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט מיט ר' געציל אין די דינסטאג'ס, לויט ווי איך פארשטיי זאגסטו אז מ'האט ספעציעל געמאכט אז ר' געציל זאל מסדר קידושין זיין דינסטאג אבי די זיידע וואס איז א רב זאל נישט קענען מסדר קידושין זיין? האסט געטראכט פאר דו האסט דעיס געשריבן?
מהר''א געט איבער די אחריות פון סידור קידושין פון שטאט בשעת ער געפונט זיך נישט אין שטאט פארן קרית יואלע דיין, און פארטיג.
אגב אז מרעדט פון ר' געציל האב איך לעצטנס גערעדט מיט א זאלי און איך האב געהערט פון אים א אינטרעסאנטע נקודה, ער זאגט מיר אז ער האלט אויך אז מהר''א האט די אויטאריטעט פון סידור קידושין אין קרית יואל, אבער נישט צוליב די ארוינים'ס טענה פון 'ברך משה' אדער 'רוב שטאט' נאר פשוט ווייל די רבי ז''ל בעל דברי יואל די מייסד העיר האט געשטעלט ר' געציל פאר די העכסטע אויטאריטעט אין קרית יואל און ער האט טאקע געהאט די בעלות אויף די סידור קידושין די ערשטע יארן, און שפעטער האט ער עס איבערגעגעבן פאר מהר''א סאו דאס איז די סיבה פארוואס די סידור קידושין באלאנגט פאר מהר''א.
סתם א אינטרעסאנטע פוינט אוו וויאו....