בלאט 58 פון 110

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 9:34 am
דורך אבי גערעדט
נאך איינער עפעס א רב מיטן נאמעם פאללאק פון וויליאמסבורג נפטר געווען
אלט געווען 69
ווער ס'האט מער איז מכובד

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 9:45 am
דורך [NAMELESS]
/

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:40 pm
דורך סאשי פיש
ImageUploadedByTapatalk1427218811.619925.jpg
ImageUploadedByTapatalk1427218811.619925.jpg (153.89 KiB) געזען געווארן 2883 מאל

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 2:41 pm
דורך BAL TSHIVA
אבי גערעדט האט געשריבן:נאך איינער עפעס א רב מיטן נאמעם פאללאק פון וויליאמסבורג נפטר געווען
אלט געווען 69
ווער ס'האט מער איז מכובד

סעמיהאי?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 2:46 pm
דורך געוואלדיג
יא

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 4:46 pm
דורך ישמעאל הכהן
סעמיהאלי

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 8:59 pm
דורך [NAMELESS]
הרה"ח ר' שלמה יעקב געלבמאן ע"ה בעל מושיען של ישראל

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:00 pm
דורך שמעקעדיג
הא? ער איז דוכט זיך נאך געווען א יונגער מענטש!

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
uploadfromtaptalk1427590965148.jpg
uploadfromtaptalk1427590965148.jpg (66.33 KiB) געזען געווארן 2611 מאל

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:16 pm
דורך קאווע טרינקער
ברוך דיין אמת. מ'וועט זיך נאך בענקען פאר זיינע געבעקטס.

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:18 pm
דורך [NAMELESS]
ווי אלט?

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:51 pm
דורך [NAMELESS]
בד״ה בת ר׳ שמואל גרינהויט, מאנסי, 24, נישט אויף געוועקט היינט

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:29 pm
דורך כפתור
"מ'וועט זיך נאך בענקען פאר זיינע געבעקטס."

ס'האט זיך אריינגעכאפט ביי אסאך מענטשען וואס ווען מ'דערמאנט די נאמען מושיען של ישראל זאגט מען גלייך "ליגענט" "געבאקן" וכל שם שיש לו.. איך האב כמעט נישט אריינגעקוקט דערין, במילא ווייס איך נישט. כהאב קיינמאל נישט געזען אז זיי זאלן ברענגען ריאות אז ס'איז טאקע געבאקענע סחורה. ס'איז ווי א "פרי פאר אלל" צו חוזק מאכן דערפון. ס'מאכט זיי אויסקוקען "אינפארמד" ווען זיי ווארפן זיך מיט ווערטער ווי "מחדש" "אייגענס".
איך בין נישט פון די מענטשען וואס קויפן בי עס גרינג; פארקערט, איך גלייב כמעט נישט אויף מעשיות פון עני חסידות וואס לייגן זיך נישט אויפן שכל.
מיין פוינט איז נאר אז ווען ס'קומט צו שלמה יאנקל איז דא א "דאבעל סטענדערד", אנדערשט ווי פאר אנדערע מחברים\מחדשים, און איך באקום די פילינג אז ס'ליגט עפעס טיפערס פון דעם, מ'שלאגט שלמה יאנקל און מ'מיינט די סאטמערע רבי.
אפשר זאל איינער ארויפלייגן דא אפאר פון די "געבאקענע" מעשיות פון וואס מ'רעדט דא, אפשר העלעך מודה זיין (מ'קען אויך צו ווארטן מיט די קריטיק ביז ער ווערט באגראבן..)

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:32 pm
דורך hopefully
אוי וויי בד"ה וואס איז געשעהן מיט אים

קאסאן'ער רעביצין

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 11:25 pm
דורך געוואלדיג
פריידא גיטל ראטטענבערג אלמנת האדמו"ר ר' מנחם ישראל מקאסאן ב"פ בת האדמו"ר ר' מאיר יוסף רובין מקערעסטיר פרייטאג, בת 86, די לויה איז פארגעקומען פרייטאג.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:18 am
דורך [NAMELESS]
געלבמאן לויה

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:45 am
דורך פרייוויליג
אין אנדערע נייעס ׳מושיען של ישראל׳ Will be discontinued

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:48 am
דורך קאווע טרינקער
פרייוויליג האט געשריבן:אין אנדערע נייעס ׳מושיען של ישראל׳ Will be discontinued

ברוך דיין האמת

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:49 am
דורך פרייוויליג
ער פארציילט א מעשה אז די רבי איז אמאל געפארן ערב שבת און געהאט קפיצות הדרך. די רבי האט געהייסן פארן אין די פארקערטע ריכטונג און די וועג האט גענומען זייער זייער שנעל. (ממש ווי די קארעטע פון בעל שם איז געפלויגן) די אמת איז להד״מ, איך ווייס עמיצער וואס איז געווען אנוועזענד און די קאר איז פשוט געפארן אויפן שאלדער.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:01 am
דורך משולם שטיינפעלד
איך ווייס נישט וועגן וועלכע מעשה דו רעדסט אז מען איז געפארן אין די שאולדער, אבער הרב ווערצבערגער דער ראש הקהל פון סאטמאר מאנסי רח"י איז געווען דער דרייווער ביים עפיזאד פון פארן ראנג וועי

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:03 am
דורך געוואלדיג
אויך פארציילט ער א מעשה אז סאטמאר רבי איז געקומען אמאל צו א געוויסן רבי'ן אין מקוה און ווי שיין יענער רבי האט איהם אויפגענומען, און איך האב באשטעטיגט די מעשה מיט דעם וועמענס נאמען ער גיבט אן אלס מקור און יענער האט מיר געזאגט אז יא, די מעשה איז אמת נאר נישט מיט סאטמאר רב נאר מיט א צווייטער רבי.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:13 am
דורך שמעקעדיג
פרייוויליג האט געשריבן:ער פארציילט א מעשה אז די רבי איז אמאל געפארן ערב שבת און געהאט קפיצות הדרך. די רבי האט געהייסן פארן אין די פארקערטע ריכטונג און די וועג האט גענומען זייער זייער שנעל. (ממש ווי די קארעטע פון בעל שם איז געפלויגן) די אמת איז להד״מ, איך ווייס עמיצער וואס איז געווען אנוועזענד און די קאר איז פשוט געפארן אויפן שאלדער.

ער פארציילט דאס?
כפי ידיעתי האט עס ר' זלמן בינער ע"ה פארציילט

viewtopic.php?p=42403#p42403

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:29 am
דורך [NAMELESS]
דער עולם זאל וויסן אז אויף כמעט יעדע מעשה וואס ער ברענגט האט ער א טעיפ ווי דער בעל המעשה דערציילט אים עס, אויך אויב זענט איר א אייניקעל פון א סאטמערער יוד זאלט איר וויסן אז די יורשים פון שלמה יענקיל האבן טעיפס פון אייער זיידן, ער האט גאנצעטע טעיפס מיט יעדען סאטמערער יוד כמעט,
קען זיין מושיען של ישראל איז געבאקען אבער נישט דורך אים.
אמאל ווען ער האט געוויזען פאר עטליכע מענטשען זיין אוצר מיט הונדערטער טעיפס האט אים איינער מרמז געווען אז דער עולם גלייבט נישט אלע מעשות אפשר וואלט כדאי געווען ארויס צו געבן אפאר טעיפס, האט ער גענטפערט אז ער געט עס ארויס פאר די וואס גלייבן יא.