בלאט 58 פון 213
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:09 pm
דורך berlbalaguleh
atmybest האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. די עולם אישי'ט מיך אין גרויסן אז זיי ווילן מיך דא אין די שטיבל, אבער קיינער פרעגט זיך נישט נאך אויף מיר?
איך יא. וויאזוי גייט עס דיר? וויאזוי פילסטו אין בריאות? וואס טוען די קינדער? שוין אהיימגעקומען פון קעמפ? וואס איז מכח פרנסה? איהר האט שוין (פרישע( חלות איף שבת? שוין געוועין אין מקוה? טועמיה? גוט שבת!
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 9:16 pm
דורך סאשי פיש
ווער איז בעל הבית אויף אלע געימס ווי למשל שאך, טשעקערס, סטארטיגא, איינער איז בעל הבית דערויף? אדער יעדער קען עס פארקויפען?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:36 pm
דורך געפילטע פיש
רוב פון די געימס באלאנגען פאר'ן public domain, און די אינטעלעקטואלע פראפיטי באלאנגט נישט פאר קיינעם, אדער פאר יעדעם.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:28 am
דורך אליצפן
פארוואס אויף אלע הצלה אמבולענסעס ווי אויך די גוי'אישע EMT's שטייען די ווערטער אויפן פראנט ווינדשילד פארקערט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:35 am
דורך סלינקי
כדי מען זאל עס קענען ליינען פון די שפיגל
Think about it
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:38 am
דורך קאווע טרינקער
אביסל מער פונקטליכער
כדי דער דרייווער אין די אוטו פארענט פונעם אמבולנס, זאל זעהן די ווארט ליינבאר אין זיין שפיגל
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:56 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס האבן נישט די פאליציי און פייער טראקס אויך די זעלבע?
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:00 am
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס האבן נישט די פאליציי און פייער טראקס אויך די זעלבע?
ווייל מ'הערט אזאנא קולות אז ס'פעהלט בכלל נישט אויס ס'זאל שטיין עפעס..
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:48 am
דורך אליצפן
טעפל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס האבן נישט די פאליציי און פייער טראקס אויך די זעלבע?
ווייל מ'הערט אזאנא קולות אז ס'פעהלט בכלל נישט אויס ס'זאל שטיין עפעס..
איך מיין אז קיינער מאכט נישט קיין העכערע קולות ווי א פרישער לע לא הצלה מעמבער וואנאבי מיט טויזנט לייטס אויף יעדן אינטש פונעם קאר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:53 am
דורך טעפל
גערעכט איז גערעכט..
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:17 pm
דורך סאשי פיש
ווען עסט א מענטש אסאך און ווערט גראב?
אסאך מאל זעט מען א מענטש וואס האט געלט, שיינע יוד, וכו׳ מיט א שיינע גרויסע בויך און מען זאגט ווייל עס גייט עם גוט עסט ער אזוי אפיטליך ער האט געלט צו גיין אין רעסטעראנט און זיך לאזען קאסטען און ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען
נאכדעם קען מען זען א מענטש קוים פרנסה, א שלעפער, וכו׳ מיט א שיינע גרויסע בויך און מען זאגט ווייל ער איז צובראכען/מיואוש האט ער זיך גענומען עסען אז כאטש דעמאלץ טראכט ער נישט פון זיינע צרות אדער ער טראכט וואס האב איך פון זיין דאר קיינער דארף מיך נישט עניוועי קיינער קוקט מיך עניוועי נישט אן פרנסה האב איך סייווי נישט לאמיך כאטש הנאה פון וואס איך קען און מון זעצט זיך עסען און ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען
וואס איז די אמת?
ביידע, נאר עס ווענט זיך ווי דער חמור שטייט איין?
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:31 pm
דורך שמעקעדיג
אפגעזעהן וואס דער ענטפער איז - פון 'סאשי פיש' באקומט מען זיכער נישט קיין בייכל...
געווענליך ווען א מענטש איז בצער פארלירט ער וואג, ער האט א שוואכע אפעטיט, איך ווייס פון מערערע מענטשן צו וועמען עס האט פאסירט, ובגמ' מס' גיטין זעהען מיר שוין אז בשורה טובה תדשן עצם, און דער קייסער האט דעריבער נישט געקענט אנטאן זיין צווייטן שיך ביז מען האט אריבערגעפירט זיין שונא. אבער זיצן אסאך און נישט טון עקסערסייז איז אויך גורם גראבקייט, אסאך רבנים ליידן היינט דערפון.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:26 am
דורך atmybest
berlbalaguleh האט געשריבן:atmybest האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. די עולם אישי'ט מיך אין גרויסן אז זיי ווילן מיך דא אין די שטיבל, אבער קיינער פרעגט זיך נישט נאך אויף מיר?
איך יא. וויאזוי גייט עס דיר? וויאזוי פילסטו אין בריאות? וואס טוען די קינדער? שוין אהיימגעקומען פון קעמפ? וואס איז מכח פרנסה? איהר האט שוין (פרישע( חלות איף שבת? שוין געוועין אין מקוה? טועמיה? גוט שבת!
אלעס איז בסדר. איך האב נישט צופיל צייט צו שרייבן, וויבאלד איך דארף ענטפערן אלע אישי פראגן.
נאך איינער דא באקומט אזויפיל אין אישי?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:50 pm
דורך berlbalaguleh
atmybest האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:atmybest האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. די עולם אישי'ט מיך אין גרויסן אז זיי ווילן מיך דא אין די שטיבל, אבער קיינער פרעגט זיך נישט נאך אויף מיר?
איך יא. וויאזוי גייט עס דיר? וויאזוי פילסטו אין בריאות? וואס טוען די קינדער? שוין אהיימגעקומען פון קעמפ? וואס איז מכח פרנסה? איהר האט שוין (פרישע( חלות איף שבת? שוין געוועין אין מקוה? טועמיה? גוט שבת!
אלעס איז בסדר. איך האב נישט צופיל צייט צו שרייבן, וויבאלד איך דארף ענטפערן אלע אישי פראגן.
נאך איינער דא באקומט אזויפיל אין אישי?
יא איך: זילטש. נאדא. גארנישט. שעממי. ריען. נאטהינג.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:59 pm
דורך atmybest
אקעי, די עולם פארלייגט זיך אויף מיר.
איך בין מוסר מודעה אז איך מאך א טשעינדזש. פון היינט און ווייטער בין איך א נייע מענטש. איך שרייב נישט אין צימעס, און איך וועל פרובירן צוצושטעלן שיינע ארטיקלען וכו,
אלרייט?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:08 pm
דורך שמעקעדיג
אז דער גבאי ראשי קלאפט אויס און רופט אויס הויך, וועלן מיר אודאי מסכים זיין.
ווער וויל דען נישט שיינע ארטיקלען? עס זאל טאקע זיין "עט-יור-בעסט"!
יעדער איז מסכים יעדער באשטייט... גוט שבת..!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:57 pm
דורך I'm back
ווי אזוי קען זיין אז דער ניק האט נאר 65 תגובות, און 67 זענען געשריבן געווארן אין צימעס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:58 pm
דורך סאו וואט
ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?
איך רעד נישט פונעם מחלוקת הפוסקים, רש"י רבינו תם, פני יהושע,
איך רעד דער עצם רעיון פון אונטערהויזען, ווער איז דער עפינדיר דערפון?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:03 pm
דורך big joe
סאו וואט האט געשריבן:ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?
איך רעד נישט פונעם מחלוקת הפוסקים, רש"י רבינו תם, פני יהושע,
איך רעד דער עצם רעיון פון אונטערהויזען, ווער איז דער עפינדיר דערפון?
און הויזן גופא, ווייסטו יא?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:09 pm
דורך סאו וואט
big joe האט געשריבן:סאו וואט האט געשריבן:ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?
איך רעד נישט פונעם מחלוקת הפוסקים, רש"י רבינו תם, פני יהושע,
איך רעד דער עצם רעיון פון אונטערהויזען, ווער איז דער עפינדיר דערפון?
און הויזן גופא, ווייסטו יא?
ניין.
אבער איך טוה אן מיין אונטערהויזען פארן הויזען. דו אויך?
ממילא קודם וויל איך וויסען דער מקור אויף אונטערהויזען, דערנאך גיי איך אריינגיין און דער נושא פון הויזען.
מיין רבי פלעגט מיר קענען פרעגען, אויב כ'האב פארגעסן אנצוטוען דער הויזען,
אויף אונטערהויזען האט ער מיר קיינמאל נישט גע'פרעגט, אויב כ'האב עס פארגעסן אן צו טוען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:59 pm
דורך בדחן
סאו וואט האט געשריבן:ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?
עס איז א נייע וומסב"ג גזירה פון נאך די מלחמה,
עס איז צייט אנצוהייבען א otd קאמף דערקעגן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:15 pm
דורך נצבד
לכאורה איז אדם הראשון'ס פייגען בלעטעל געווען אזוי גרויס ווי אן אינטערהויז,סוי סקען גאר זיין אז מאיז געגאנגען מיט אינטערהויזען בעפאר הויזען...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:53 pm
דורך berlbalaguleh
סאו וואט האט געשריבן:big joe האט געשריבן:סאו וואט האט געשריבן:ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?
איך רעד נישט פונעם מחלוקת הפוסקים, רש"י רבינו תם, פני יהושע,
איך רעד דער עצם רעיון פון אונטערהויזען, ווער איז דער עפינדיר דערפון?
און הויזן גופא, ווייסטו יא?
ניין.
אבער איך טוה אן מיין אונטערהויזען פארן הויזען. דו אויך?
ממילא קודם וויל איך וויסען דער מקור אויף אונטערהויזען, דערנאך גיי איך אריינגיין און דער נושא פון הויזען.
מיין רבי פלעגט מיר קענען פרעגען, אויב כ'האב פארגעסן אנצוטוען דער הויזען,
אויף אונטערהויזען האט ער מיר קיינמאל נישט גע'פרעגט, אויב כ'האב עס פארגעסן אן צו טוען.
אינטרעסאנט: א איד פון דערהעים, אין מארמאראש האט אמאל, משיח לפי תומו דערציילט אז ביי זיי אין שטעיטל איז מען נישט געגאנגען קיין אונטערהויזן.