בלאט 58 פון 179
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 12:23 am
דורך למדן
ס'הייבט זיך אן די סיזען, קיינער האט נישט קיין אהנונג וואס מ'וויל. מיין חבר זאגט מיר ער איז געווען פריער ביי סערטיפייד לאמבער, האט איינער געבעטן ״דינע 2x4s״...... נאכדעם איז אריין געקומען א צווייטער חכם און געבעטן hookers פאר די סוכה.....
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 2:51 pm
דורך ציבעלע-קיגל
גוט, איך בין שוין מסכים, אז רב נחמן האט געהייסען אז איעדער זאהל גיין ראש השנה צו אומן...
ווען האט ער אבער געהייסען אז זיי זאלען צוריק קומען?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 2:54 pm
דורך ציבעלע-קיגל
***בשורה טובה***
די הייליגע גראז וואס וואקסט לעבן דעם ציון פון רב נחמן, וואס מאכט פארגעסען די עבירות וועט מען קענען קויפ'ן דא אין ברוקלין...
דא הייסט עס... מאריוואנא
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 2:56 pm
דורך [NAMELESS]
למדן האט געשריבן:ס'הייבט זיך אן די סיזען, קיינער האט נישט קיין אהנונג וואס מ'וויל. מיין חבר זאגט מיר ער איז געווען פריער ביי סערטיפייד לאמבער, האט איינער געבעטן ״דינע 2x4s״...... נאכדעם איז אריין געקומען א צווייטער חכם און געבעטן hookers פאר די סוכה.....
'האמ-דיפאו' האט טאקע יעצט געמאלדן אז זיי זענען שוין אויסגעלאפען פון the thing for the thing for the thing...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 3:31 pm
דורך ציבעלע-קיגל
א איד קומט צום רב און בעט איהם אז ער זאהל איהם געבקן א תיקון און ווייזען ווי אזוי תשובה צו טוהן.
און וואס איז שוין דיין חטא? פרעגט דער רב
זאגט ער, איך האב נישט געבענטשט
און פארוואס נישט? פרעגט דער רב
זאגט ער, ווייל איך האב זיך נישט געוואשען
פרעגט דער רב און פארוואס נישט?
ענטפערט ער, ווייל איך האב געגעסען אין א טריפה רעסטאראנט
פרעגט איהם דער רב, האסט נישט געקענט טרעפען א כשר רעסטאראנט?
ענטפערט ער, ווי קאן איך טרעפען א כשר רעסטאראנט וואס איז אפען יום כיפור?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 3:35 pm
דורך ציבעלע-קיגל
זיצט זיך א רב און גרייט צו זיין כל נדרי דרשה. ער שרייבט און מעקט, און שרייבט און מעקט.
פרעגט איהם זיין זוהן, טאטי, ווי אזוי ווייסטו וואס צו שרייבן און דיין דרשה?
זאגט ער, וואס הייסט? דער באשעפער זאגט מיר פונקט וואס צו זאגען.
פרעגט איהן זיין זוהן, און פארוואס מעקסט דו אויס אפאר זאכען?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 5:37 pm
דורך [NAMELESS]
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:גוט, איך בין שוין מסכים, אז רב נחמן האט געהייסען אז איעדער זאהל גיין ראש השנה צו אומן...
ווען האט ער אבער געהייסען אז זיי זאלען צוריק קומען?
בדיחה טובה, אבל בבקשה קצת רגישות.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 7:27 pm
דורך [NAMELESS]
א ברעסלעווער אידל האט זיך געטראפן אין א וויכוח מיט א צווייטן. הלמאי די דארפסט דיינע לאנגע פיאות פאר די שלעפ אקציע פון גיהנומ'ישער פייער, עס שטייט דאך שוין אז אברהם אבינו וועט ארויס שלעפן פון גיהנום יעדער וואס איז א שומר ה....
יא יא, זאגט ער אים צוריק; פון ווי איז אבער לייכטער מען זאל דיר ארויס ציען.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 1:03 am
דורך הייסע חסיד
איך האב א סימפל מעטאד וויאזוי צו זעהן א יעדעמס age.
ס'איז א פשוטע שאלה: ווער ווייסט? וויפיל קינדער זאגן ברכות?
(הינט: קוק נאך אין די כגעדענק שוין ניטאמאל די נאמען פון יענע סידור, דאכט זיך מיר ס'הייסט עפעס אזוי ווי "שמחה ואורה"... תשנ"ד)
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 11:28 am
דורך סביב העולם
בערל קליין איז מחדש, ווען איינער וויל נישט ארבעטען גייט ער אויף סטרייק. וויאזוי זאגט מען ווען אסאך מענטשען ווילן נישט ארבעטען '' סטראקעס ''.
.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 11:28 am
דורך סביב העולם
הוא היה אומר
פארוואס איז תקיעת שופר א חכמה ואינה מלאכה.
חכמה ווייל סהאלט די פרויען שטיל א האלבע שטונדע.
א מלאכה איז עס נישט, אויב יא וואלטן די רעבעס נישט געבלאזן.
.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 1:53 pm
דורך סאדאם חוסעין
פארוואס פארט מען קיין אומאן ראש השנה?
ווען איינער האט א קארט קעיס איז דא צוויי וועגן זיך צו פטר'ן, אדער מיט טייערע לויערס אויפצוקלערן די אומשילד, אדער זיך צו דערקלערן משוגע,
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 3:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
אדער צו אנטלויפן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 3:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
[left]Jewish diet
The Yo-Yo Diet Guide to the Jewish Holidays
Rosh Hashanah - Feast
Tzom Gedalia - Fast
Yom Kippur - More fasting
Sukkot - Feast
Hashanah Rabbah - More feasting
Simchat Torah - Keep feasting
Month of Heshvan - No feasts or fasts for a whole month. Get a grip on ourselves.
Hanukkah - Eat potato pancakes
Tenth of Tevet - Do not eat potato pancakes
Tu B'Shevat - Feast
Fast of Esther - Fast
Purim - Eat pastry
Passover - Do not eat pastry
Shavuot - Dairy feast (cheesecake, blintzes etc.)
17th of Tammuz - Fast (definitely no cheesecake or blintzes)
Tish B'Av - Very strict fast (don't even think about cheesecake or blintzes.)
Month of Elul - End of cycle. Enroll in Center for Eating Disorders before the High Holidays arrive again.
source:
http://www.jokebuddha.com/Cheesecake#ixzz3m7OOG6Kn[/left]
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 3:30 pm
דורך דריידל
הייסע חסיד האט געשריבן:איך האב א סימפל מעטאד וויאזוי צו זעהן א יעדעמס age.
ס'איז א פשוטע שאלה: ווער ווייסט? וויפיל קינדער זאגן ברכות?
(הינט: קוק נאך אין די כגעדענק שוין ניטאמאל די נאמען פון יענע סידור, דאכט זיך מיר ס'הייסט עפעס אזוי ווי "שמחה ואורה"... תשנ"ד)
נישט שמחה ואורה, ס'איז געווען סידור "תפלת יעקב" און "קול יעקב"
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 3:47 pm
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:[left]Jewish diet
The Yo-Yo Diet Guide to the Jewish Holidays
Rosh Hashanah - Feast
Tzom Gedalia - Fast
Yom Kippur - More fasting
Sukkot - Feast
Hashanah Rabbah - More feasting
Simchat Torah - Keep feasting
Month of Heshvan - No feasts or fasts for a whole month. Get a grip on ourselves.
Hanukkah - Eat potato pancakes
Tenth of Tevet - Do not eat potato pancakes
Tu B'Shevat - Feast
Fast of Esther - Fast
Purim - Eat pastry
Passover - Do not eat pastry
Shavuot - Dairy feast (cheesecake, blintzes etc.)
17th of Tammuz - Fast (definitely no cheesecake or blintzes)
די ניין טעג יום טוב (קרעדיט: מגיד מישרים הרב לייביש ליש)Tishah B'Av - Very strict fast (don't even think about cheesecake or blintzes.)
Month of Elul - End of cycle. Enroll in Center for Eating Disorders before the High Holidays arrive again.
source:
http://www.jokebuddha.com/Cheesecake#ixzz3m7OOG6Kn[/left]
[tag]רויטע וואנצעס[/tag], איין זאך האבן זיי פארגעסן, די 9 (8) טעג יום טוב וואס מען עסט נאר מילכיגס....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:25 am
דורך גראף
ק/פ
דאס כח פון א אידישע פינגער!
טויזענטער פינגער הייבן זיך טעגליך אין גארנישט, קיינער רעדט נישט דערפון. קומט זיך א אידל, גיט א הייב דעם פינגער אין בפ און ס'ווערט אן איבערקערעניש אין אלע עולמות.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:44 am
דורך געוואלדיג
אזוי ווי מען פירט זיך צו נעמען ערב יוהכ"פ פונעם שמש מזונות, אז אויב איז באשערט צו נעמען איבערן יאר זאל מען מיט דעם אפקומען,
אזוי שלאגט מען כפרות בין כסא לעשור, אז אויב איז באשערט צו שטארבן מיט א מיתה משונה ח"ו זאל דאס אויסגיין אויף די טשיקן וואס שטארבן נעבעך אויף קידוש לבנה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:59 am
דורך קאצקע ציקער
טאקע די מנהג פון טיילן מזונות ערב יום כיפור איז ביי טייל קהלות די סיבה: ווייל אויב ס'באשערט צו "טיילן" דורכן יאר זאל מען אפגעקימען מיט דעם...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:00 am
דורך געוואלדיג
מליבא לפומא לא גליא
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
א מעשה שהיה.
שומשי ג' א אידל א מוצלח געריבן ווי אייזן, א פרייליכער ביז גאר, אבער א פארשלעפטער קרענק.
עטליכע יאר צוריק סוכות אויפדערנאכט, ווי זיין פארשלעפטקייט, האט ער נאכנישט געהאט ארויף געברענגט א בעט פונעם בעיסמענט צו שלאפן, ער איז אראפ געגאנגען אין בעיסמענט ברענגן א בעט, ער האט אויספרובירט עטליכע מאטראצן ביז ער האט געפונען מה שגופו רוצה.
סוכות אינדערפרי זיין ווייב גייט אריין אין סוכה, אבער שמשי איננו, זי שטייט אינגאנצן פארלוירן און ווייסט נישט וואס דאס מיינט, נאך א לענגערע זוך אקציע, איז זי אנגעקומען אין בעיסמענט, און 'נישט מער און נישט וויינבערגער' ער ליגט אויסגעצויגן מיט די שמונה בגדים פארזינקען אין א שינה עמוקה ורעננה.
עס איז דא נאך צענדליגער אזאנע מעשיות פון אים, ועוד חזון.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 5:51 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:א מעשה שהיה.
עס איז דא נאך צענדליגער אזאנע מעשיות פון אים, ועוד חזון.
אויב איז טאקע דא אסאך אזעלכע מעשות פון אים לוינט זיך אפשר צו עפענען א ספעציעלע אשכול איבער אים...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 8:38 pm
דורך סאדאם חוסעין
אויש איך האב נישט געוויסט אז איינער ווייסט דערפון, זאג נאר איך האב נישט געוויסט אז מיין שכן ....................... איז גאר דו ניק דער געוואקטער יונגעל............. אויש גילו