בלאט 59 פון 110

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:38 am
דורך אחד העם
סאיז צו ערווארטען א וויכוח אויב שלמה יעקלס מעשיות זענען אמת אדער נישט. כבין שוין מוסר מודעה אז די וויכוח האט זיך אנגעהויבען נאר נאכדעם ווען מען לייגט שוין קראנצען בלומען אויף זיין נאמען, און ביים ענדע פון זיין נאמען לייגט מען צו ע"ה... סאיז א וויכוח וואס האט זיך געשאפען אויפן בית עולם... און האט נישט געהאט קיין צוויי צדדים פון פארדעם... כך היא דרכה של עולם...

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:41 am
דורך מעקס
עזריאל האט געשריבן:בד״ה בת ר׳ שמואל גרינהויט, מאנסי, 24, נישט אויף געוועקט היינט

זי האט זיך אויפגעוועקט אום זעקס פארטאגס מיט א שרעקליכען קאפ ווייטאג גענימען מאטרין און צוריק געגאנגען שלאפן נישט אויפשטייענדיג ר"ל

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 3:26 am
דורך פרייוויליג
שמעקעדיג האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:ער פארציילט א מעשה אז די רבי איז אמאל געפארן ערב שבת און געהאט קפיצות הדרך. די רבי האט געהייסן פארן אין די פארקערטע ריכטונג און די וועג האט גענומען זייער זייער שנעל. (ממש ווי די קארעטע פון בעל שם איז געפלויגן) די אמת איז להד״מ, איך ווייס עמיצער וואס איז געווען אנוועזענד און די קאר איז פשוט געפארן אויפן שאלדער.

ער פארציילט דאס?
כפי ידיעתי האט עס ר' זלמן בינער ע"ה פארציילט

viewtopic.php?p=42403#p42403

איך מיין אז עס איז צוויי באזונדערע מעשות. די מעשה פון וואס איך רעד ווייס איך עמיצער וואס איז מיט געפארן און איך האב עס געהערט משמו. איך וויל נישט פורש בשמו זיין צוליב סיבות. און די מעשה וואס זלמן בינער דערציילט איז זיסע חלומות.

יא אודאי קען ער ברענגן טעיפס, צו פארמאגן א בעקעריי ׳מוז׳ מען האבן אסאך וועלגערערס און קנעיטערס..

איין זאך מיינע ברידער אין אמעריקע קען איך אייך זאגן, סאטמאר רבי איז געווען א בעל מוח, א איש אשכולות, א טאלאטפולע מענטש, אבער קיין בעל מופת איז ער נישט געווען. די אלע אלטע סאטמאר אידן וועלן דיר קיינמאל קיין מופתים נישט דערציילן. שמעתי פון כמה עתיקי סאטמאר ווי זיי לאכן אפ פון מופתים.

צוריק צום בעקעריי.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 3:43 am
דורך געוואלדיג
נישט זיכער אז קיין מופתים זענען נישט געווען אבער ער האט זיכער גוט געבאקן.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 4:59 am
דורך berlbalaguleh
פרייוויליג האט געשריבן:ער פארציילט א מעשה אז די רבי איז אמאל געפארן ערב שבת און געהאט קפיצות הדרך. די רבי האט געהייסן פארן אין די פארקערטע ריכטונג און די וועג האט גענומען זייער זייער שנעל. (ממש ווי די קארעטע פון בעל שם איז געפלויגן) די אמת איז להד״מ, איך ווייס עמיצער וואס איז געווען אנוועזענד און די קאר איז פשוט געפארן אויפן שאלדער.

פרייוויליג: איך האב אויך א מעשה וואס מ'וועט קענען אריינלייגן אין ספר "מושיען של מדינת ישראל"...בדידי הווה עובדא. איך בין אמאל פרייטיג נאכמיטאג אין זומער ארויסגעפארן אויפ'ן וועג צו די קאנטרי. כ'האב גענומען איינעם פון מיין משפחה צו זיין ביי א רבי'ן אויף שבת. אינמיטן וועג האט זיך געמאכט זייער א גרויסער טרעפיק. און כ'האב געזעהן איז וועל נישט אנקומען אויף שבת צו די קאנטרי. האביך געמאכט א בואי בשלום. איך האב געספידט כמו שכתוב, (מיט 70+). כ'האב באגעגענט א פאר סטעיט טרופערס אינמיטן וועג. און קיינער האט מיך נישט אפגעשטעלט. ביי סטעטן איילענד האט זיך געמאכט זייער א שטארקער טרעפיק אויפ'ן וועג קיין ברוקלין. ביניך געפארן אויפ'ן שאולדער ביז צום סוף. איך בין אנגעקומען אהיים ביים זמן הדלקת הנרות. דאס איז מיין פערזענליכער נס פון קפיצת הדרך. דער נס איז אז די פאליס האבן מיך נישט געסטאפט...אפשר אין זכות פון שבת...!

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 9:23 am
דורך שמעון וואלף
בערעלע, ווען נעמסטי אויף? איך וויל מיך קוויטלן ביי דיר. קען מען דיר שיקן א קוויטל אין אישי?

בעצם, דאס וואס פרייוויליג שרייבט אז מ'זאל נישט גלייבן די מעשיות פון סאטמאר רב ווייל ער איז נישט געווען קיין בעל מופת, איז אבי גערעדט. ביי יעדע מענטש מאכט זיך אמאל א מופת, (אפילו ביי די ציונים, עיין ערך מלחמת ששת הימים) סא פארוואס קען נישט זיין אז ס'האט זיך פערצופאל געמאכט ביים סאטמאר רב אויך?

נאר דאס יא. די מעשיות וואס גייען אויף די מהלך אז ער האט צוגעזאגט וכדומה, דאס איז שקר, ווייל דאס איז קיינמאל נישט געווען זיין שפראך.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 10:07 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
סתם אזוי זענען די סאטמערע חסידים באוויסט מיט זייערע שיינע געבעקס אויף דער רבי'ן זי''ע
אין דער פלא איז אז דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו חסידיו

ער פלעגט דאך אזוי שטארק אוועק מאכן מעשיות וואס האט נישט געהאט א מקור אין דא קומען דער חסידים אפיר מיט מעשיות שלא היה ולא נברא לא דובים ולא יער וכו'

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 10:43 am
דורך למדן
אויף וועם ער האט געוואלט האט ער יא געגלייבט כידוע, איז נישט אזוי שווער אז זיינע חסידים פארציילן אויף וועם זיי ווילן גלייבן.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:23 am
דורך פרייוויליג
שמעון וואלף האט געשריבן:בערעלע, ווען נעמסטי אויף? איך וויל מיך קוויטלן ביי דיר. קען מען דיר שיקן א קוויטל אין אישי?

בעצם, דאס וואס פרייוויליג שרייבט אז מ'זאל נישט גלייבן די מעשיות פון סאטמאר רב ווייל ער איז נישט געווען קיין בעל מופת, איז אבי גערעדט. ביי יעדע מענטש מאכט זיך אמאל א מופת, (אפילו ביי די ציונים, עיין ערך מלחמת ששת הימים) סא פארוואס קען נישט זיין אז ס'האט זיך פערצופאל געמאכט ביים סאטמאר רב אויך?

נאר דאס יא. די מעשיות וואס גייען אויף די מהלך אז ער האט צוגעזאגט וכדומה, דאס איז שקר, ווייל דאס איז קיינמאל נישט געווען זיין שפראך.

מען זאגט 'בעל מופת' אויף די ריבנוצער, און אויף רבי ישעי'לע מקערעסטיר. נישט אויף איינעם וואס האט געהאט אפאר מופתים דא דארט. וקל להבין.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:25 pm
דורך געוואלדיג
סארי איך בין נישט קיין סאטמאר חסיד אבער עס איז געווען מער ווי דא דארט.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 5:27 pm
דורך ישמעאל הכהן

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 5:33 pm
דורך איך אויך
איך זעה ער האט געטראגן א רבניש היטל ,פארוואס?

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 7:03 pm
דורך שבת אחים
איך אויך האט געשריבן:איך זעה ער האט געטראגן א רבניש היטל ,פארוואס?



פארוואס נישט ? מ׳דארף נישט האבן עפעס א ספעצילע פערמיט אדער לייסענס צו טראגן רבישע קליידער, מ׳פארקופט עס פאר יעדען וואס באַצאָלט דערפאַר

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 7:33 pm
דורך ישמעאל הכהן
gelbman-3-725x483.jpg
gelbman-3-725x483.jpg (25.85 KiB) געזען געווארן 2809 מאל

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
אה,

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:בערעלע, ווען נעמסטי אויף? איך וויל מיך קוויטלן ביי דיר. קען מען דיר שיקן א קוויטל אין אישי?

בעצם, דאס וואס פרייוויליג שרייבט אז מ'זאל נישט גלייבן די מעשיות פון סאטמאר רב ווייל ער איז נישט געווען קיין בעל מופת, איז אבי גערעדט. ביי יעדע מענטש מאכט זיך אמאל א מופת, (אפילו ביי די ציונים, עיין ערך מלחמת ששת הימים) סא פארוואס קען נישט זיין אז ס'האט זיך פערצופאל געמאכט ביים סאטמאר רב אויך?

נאר דאס יא. די מעשיות וואס גייען אויף די מהלך אז ער האט צוגעזאגט וכדומה, דאס איז שקר, ווייל דאס איז קיינמאל נישט געווען זיין שפראך.

שמעון וואלף: דו קענסט מיר אריינשיקן א הונדערטער בייגעלייגט צום קוויטל, אנליין. אדער אין פעקס. די אנליין אדרעסס איז ...moishezichmich@g-mail.com...
לגבי די גוזמאות און פאנטאזיעס און געבאקענע מעשיות פון הייליגן ספר מושיען של ישראל. ער הרה"ח ר' משה יעקב געלבמאן ע"ה, איז נישט דער איינציגסטער. למשל הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו (אפשר לא עלינו) ברענגט אויכעט אזאלכע נארישע, לעכערליכע און אויספאנטאזירטע מעשיות. אפילו סתירה'דיגע מעשיות ברענגט ער. ווי למשל. אויף איין פלאץ ברענגט ער אז די רבי זי"ע האט פאר די מלחמה צוזאמגעשטעלט מיליאנען אויף די געלט פון יענע מדינה. ער האט געריסן ביי גבירים און צוזאמגעשטעלט שווערע געלטער. און לאידך גיסא ברענגט ער א מעשה אז די רבי זי"ע האט נישט געקענט ציילן און רעכענען...אז ווען מ'האט געבויעט די ערשטע סאטמארע מקוה (נאך וואס מ'האט זיך צוקריגט מיט צעלימער רב זצ"ל) איז די רבי זי"ע אליינס געזיצן וואו דער עולם האט געברענגט געלט. און ער האט געשריבן רעסיטס. ביי סוף טאג האט מען געזעהן אז אין רעסיט ביכל איז פארשריבן זייער א סאך געלט. א סאך מער ווי ס'איז געווען. האבן זיי באמערקט אז די רבי האט געשריבן שטאטס $18 האט ער געשריבן $81...איינס פון די צוויי מעשיות איז שקר. אדער האט ער נישט אנגעזאמלט קיין מיליאנען פאר די מלחמה. אדער איז די מעשה מיט די רעסיטס שקר...!... :roll:

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג אפריל 05, 2015 10:08 pm
דורך [NAMELESS]
uploadfromtaptalk1428286127273.jpg
uploadfromtaptalk1428286127273.jpg (94.77 KiB) געזען געווארן 2519 מאל

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג אפריל 05, 2015 10:09 pm
דורך [NAMELESS]
uploadfromtaptalk1428286147277.jpg
uploadfromtaptalk1428286147277.jpg (80.82 KiB) געזען געווארן 2514 מאל
uploadfromtaptalk1428286141395.jpg
uploadfromtaptalk1428286141395.jpg (253.66 KiB) געזען געווארן 2514 מאל

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 12:02 am
דורך שבת אחים
אוי וויי ! כ׳האב אים גוט געקענט , וואס איז געוועהן מיט אים ?

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:54 am
דורך שאולדיספריםפאקער
שבת אחים האט געשריבן:אוי וויי ! כ׳האב אים גוט געקענט , וואס איז געוועהן מיט אים ?

זיך ארום געמיטשעט מיט די מעשה די לעצטע יאר צייט

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 9:58 am
דורך [NAMELESS]
דריי וואכן צוריק ביי א חתונה

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 9:59 am
דורך [NAMELESS]
מיט זיין זוהן די חתן

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:04 am
דורך [NAMELESS]
די לויה פון יאנקי כץ

uploadfromtaptalk1428329071639.jpg
uploadfromtaptalk1428329071639.jpg (75.2 KiB) געזען געווארן 2157 מאל
uploadfromtaptalk1428329058719.jpg
uploadfromtaptalk1428329058719.jpg (190.96 KiB) געזען געווארן 2157 מאל
uploadfromtaptalk1428329051482.jpg
uploadfromtaptalk1428329051482.jpg (85.32 KiB) געזען געווארן 2157 מאל
uploadfromtaptalk1428329027528.jpg
uploadfromtaptalk1428329027528.jpg (111.91 KiB) געזען געווארן 2157 מאל
uploadfromtaptalk1428329016850.jpg
uploadfromtaptalk1428329016850.jpg (118.91 KiB) געזען געווארן 2157 מאל