בלאט 59 פון 213

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:56 pm
דורך מ. גליקמאן
אינטערהויזן ווייס איך נישט, אבער אינטער העמעדער איז דא אסאך רבי'שע קינדער וואס גייען נישט דערמיט. קען זיין עס איז יא א מאדערענע זאך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:05 pm
דורך נצבד
דאס האט נישט מיט רבי'שקייט ווערסעס מאדערנקייט.

ציצית טאר נישט/פאסט נישט... זיין ממש אויפען בלויזען קערפער,אבער ברויך זיין דאס ערשטע מלבוש,כדאי להוציא מספק טאמער א אינטערהעמד הייסט א מלבוש,טוען די פרומע/ערליכע/מחמירים נישט אן קיין אינטערהעמד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:09 pm
דורך מ. גליקמאן
און די וואס גייען ציצית אינדרויסן אויפן העמד און דאך גייען זיי אן א אינטערהעמד?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:48 pm
דורך נצבד
די ערשטע מלבוש נאך די מלבוש וואס דעקט צו די לייב,כצ"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:24 pm
דורך atmybest
ווער האט די מערסטע פארמעקטע אשכולות?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:33 pm
דורך קעגן די נעט
מיט וועלכע איז די ביליגסטע צי שיקן א קליין באקס פין וויליאמסבורג קיין קרית יואל , פעדעקס יופיעס אדער יו עס פי עס ?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:05 pm
דורך סאשי פיש
עס איז דא היימישע מעזענטשער סערוויס פאר 10 א באקס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
סאו וואט האט געשריבן:ווען האט מען אנגעהויבען גייט מיט אונטערהויזען? סיי זכרים, און סיי נקיבות?
פון הל' נדה איז משמע אז פרויען האבען נישט געהאט קיין אונטערהויזען?
ווייסט איינער און וועלעכע צייט מ'האט אנגעהויבען גיין דערמיט?

איך רעד נישט פונעם מחלוקת הפוסקים, רש"י רבינו תם, פני יהושע,
איך רעד דער עצם רעיון פון אונטערהויזען, ווער איז דער עפינדיר דערפון?


לויט וויקי (http://en.wikipedia.org/wiki/Undergarment) איז עס געווארן מיט 7000 יאר צוריק!
שוין, איך האב נאר גערעדט פון אינטערוועש, און איך האלט שוין באלד ביי כפירה, ה' יצילנו. מיין רבי אין חדר איז געווען גערעכט, מ'רעדט נישט פון די זאכן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:53 pm
דורך קאווע טרינקער
וועלעכע הייזער זענען יא אונטער אן עיקול, און פארוואס? וואס איז די מעשה דארט? גיב ארויס... איר רעדט אזוי רמזים'דיג...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
אין די צייטונג איז געווען די וואך א קאפי פונעם עיקול בית דין. נישט געשטאנען צו קלאר פארוואס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:02 pm
דורך זר זהב
שוין עטליכע וואכן אויך אין איד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
זעהט אויס קאווע ליינט נאר די בלאט, דארט איז נישט געווען.
(אדער ווילן זיי נישט לייגן אין בלאט ווייל זיי זענען הולכי ערכאות (: )

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:34 am
דורך ידיד
וואס פונקטלעך מיינט א שעה "אנדערטהאלבען"???? און פון וואנעט שטאמט עס

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:39 am
דורך קאווע טרינקער
ידיד האט געשריבן:וואס פונקטלעך מיינט א שעה "אנדערטהאלבען"???? און פון וואנעט שטאמט עס

יבוא ידיד, ידיד בן ידיד... שלום עליכם.

לכאורה שטאמט דאס פון די" אנדערטהאלבן "פונט ברויט וואס מיין מאמע האט מיר געשיקט קויפן...
אין מיינע צייטען האט גערעדט געשעפטס מאן געשניטן די ברויט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:01 pm
דורך שלום על ישראל
קעגן די נעט האט געשריבן:מיט וועלכע איז די ביליגסטע צי שיקן א קליין באקס פין וויליאמסבורג קיין קרית יואל , פעדעקס יופיעס אדער יו עס פי עס ?

אונטער צוויי פונט איז יו.יס.פי.עס. פריאריטי די ביליגסטע (אויסער ערשטע קלאס וואס איז נאך ביליגער אבער שטייטליך). העכער צוויי זענען די אנדערע צוויי ביליגער.
סאשי פיש האט געשריבן:עס איז דא היימישע מעזענטשער סערוויס פאר 10 א באקס

אויב היימישע מעזענטשער סערוויס מיינט "אפסטעיט", בעט איך אייך: ניצט אים נישט! ער מאכט די פעדעקס דרייווערס אויסקוקן ווי מענטשן...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:36 pm
דורך נצבד
עניוועי גייט נישט קיין ניק אין גהינם,פאר לשון הרע און שעדיגען א צווייטענס איד'ס פרנסה,אין זיכער האט קיין ניק נישט קיין געפיהלען.
סוי פארוואס נישט שיקען דעם ניק צו טאן די שמוציגע ארבעט,אנשטאט עס אליינס צו טאן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:00 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז פשט פון עקספיירעישאן דעיטס אויף קיופאנ'ס?

איך פארשטיי אז עס איז צומאל א סיעזאנעל אייטעם אדער א שוואכער פראדוקט וועלכע מען וויל פטור ווערן ביז א קורצע צייט, אבער אסאך מאל איז עס בכלל נישט אזוי, סיי אין געשעפטן ווי סטעיפלס און אפיס דיפאו, אדער די ביליגערע קייט-געשעפטן ווי קאסטקאו און בי.דזשעי'ס האבן צב"ש פעמפערס אדער קאפיע פאפיר פאר ביליג מיט א קיופאן, און לאמיר זאגן עס עקספייערט 8/31, אויב קום איך א טאג דערנאך וועט דער קיופאן מער נישט זיין גילטיג, קענסט רעדן צום לאמפ, וראה זה פלא, 5 טעג שפעטער האבן זיי נאך א קיופאן פאר די זעלבע זאך, און אזוי חוזר חלילה, עס גייט איבער ווי א גלגל החוזר. זיי מאכן משוגע חוץ די קאסטומערס אויך זיך אליין. צו ואס פעלט דאס אויס?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:05 pm
דורך דבילה
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז פשט פון עקספיירעישאן דעיטס אויף קיופאנ'ס?

איך פארשטיי אז עס איז צומאל א סיעזאנעל אייטעם אדער א שוואכער פראדוקט וועלכע מען וויל פטור ווערן ביז א קורצע צייט, אבער אסאך מאל איז עס בכלל נישט אזוי, סיי אין געשעפטן ווי סטעיפלס און אפיס דיפאו, אדער די ביליגערע קייט-געשעפטן ווי קאסטקאו און בי.דזשעי'ס האבן צב"ש פעמפערס אדער קאפיע פאפיר פאר ביליג מיט א קיופאן, און לאמיר זאגן עס עקספייערט 8/31, אויב קום איך א טאג דערנאך וועט דער קיופאן מער נישט זיין גילטיג, קענסט רעדן צום לאמפ, וראה זה פלא, 5 טעג שפעטער האבן זיי נאך א קיופאן פאר די זעלבע זאך, און אזוי חוזר חלילה, עס גייט איבער ווי א גלגל החוזר. זיי מאכן משוגע חוץ די קאסטומערס אויך זיך אליין. צו ואס פעלט דאס אויס?


אזוי האבן זיי קאנטראל אויף ווי לאנג זיי ווילן די סעיל. דאס גיבט זיי די מעגליכקייט פריש דן צי זיין נאך יעדן עקספירעישען דעיט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 5:00 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:וואס פונקטלעך מיינט א שעה "אנדערטהאלבען"???? און פון וואנעט שטאמט עס

יבוא ידיד, ידיד בן ידיד... שלום עליכם.

לכאורה שטאמט דאס פון די" אנדערטהאלבן "פונט ברויט וואס מיין מאמע האט מיר געשיקט קויפן...
אין מיינע צייטען האט גערעדט געשעפטס מאן געשניטן די ברויט

וואס? אזוי אלט ביסטו, פון פאר סלייסד ברעד".

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 7:43 pm
דורך נולד מאוחר
ווייסט איינער אויב פיטער העלפט פאר א באל א וואנד ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:07 pm
דורך קאווע טרינקער
נולד מאוחר האט געשריבן:ווייסט איינער אויב פיטער העלפט פאר א באל א וואנד ?

ווען ס'איז פארפרוירען.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:10 pm
דורך אליצפן
וואס מיינט דער אויסדרוק דא אין שטיבל ''פלוני האקט''?
אז ער האקט אין קאפ דהיינו ער רעדט שטותים?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:12 pm
דורך זר זהב