בלאט 59 פון 66
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 10:05 pm
דורך מפיל קינד
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:די עיקר אונז זארגן פאר די גורל פונעם איידלען יאסעלע וואס איז צוריסן אין זיך מיט זיין שטרענגע מאמע...
אפי' א ווארט נישט דערמאנט ברמיזה
די גאנצע סעריע לויפט אזוי, יעדע צווייטע פרק לויפט פון יאסעלע מיט צבי אריה, צו שולם און קיווע.
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 10:08 pm
דורך [NAMELESS]
מפיל קינד האט געשריבן:טוניק האט נישט געהאט קיין חלום, רוחמי האט גע'חלומ'ט.
חנינא האט געזען צימערמאן און גענומען א מוסר השכל אז אפי' אויב מ'זאגט ס'איז 1 פון טויזנט קען מען עס מאכן. ער האט געזען און אהיימגעלאפן מיט א החלטה. דארט האט ער געטראפן רוחמי אינמטן שלאף, אינמיטן איר שלעכטע חלום...
דער שולם איז עפעס נישט נארמאל, ווערט קיינמאל נישט פארלוירן האלט זיך פריש און מונטער.
צבי אריה בלייבט צבי אריה, לא מתלונן. שולם: בכלל לא...
סא למעשה האט טוניק נישט דערציילט פאר ליפא אין גיטי?
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 10:10 pm
דורך מפיל קינד
קלאר אז נישט.
ער האט געזען זיין ענטפער אין די גמרא, און ס'איז נאך שטערקער געווארן זיין החלטה ביים זען הרב צימערמאן.
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 10:59 pm
דורך אויס מענטש
וואס האט ער געזעהן פון צימערמאן?
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 11:03 pm
דורך לבי ובשרי
אויס מענטש האט געשריבן:וואס האט ער געזעהן פון צימערמאן?
לויט ווי איך פארשטיי איז פוינט געווען דאס וואס ליפא ענטפערט אים וועגן צימערמאן, אז ער איז אראפ פון זינען און דאס לערנען וואס פלעגט אמאל זיין זיין חיות האט ער נישט. עפעס איז דער שווער דא לכאורה מרמז פאר חנינה'ן.
אגב, בלי
שום נדר...
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 11:09 pm
דורך מילך טראק
אויס מענטש האט געשריבן:וואס האט ער געזעהן פון צימערמאן?
ער האָט גארנישט געזעהן
חנינא איז א תמיד ער האט געהערט אז צימערמאן ברכות ווערן מקוים
ליפא לאכט אפ אז ער איז נישט דאהי
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:32 am
דורך מפיל קינד
איך וואלט ענק אלע געראטן עס איבערצוקוקן.....
צימערמאן איז דורך אן עקסידענט און האט עס איבערגעלעבט קעגן אלע אויסזיכטן. ער איז טאקע משוגע, אבער ער לעבט. אפי' ער האט געהאט ווייניג שאנסן. אחת מני אלף... דאס איז פונקט וואס טוניק האט געוואלט הערן אז אפי' ווען ס'דא ווייניג אויסזיכטן איז עס מעגליך.
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:48 am
דורך טראכט גוט
די שרעקעדיגע חלום מיט די נפל האב איך נישט אנגעקוקט ווי א חלום. איך האב עפעס פארשטאנען אז ער דערמאנט זיך דא א מעמארי פון א געשיכטע עטליכע יאר בעפאר, דאן האט מען נאכנישט געוואוסט פון איר קרענק, און זי האט זיך שיער געטראפן אויף יענע וועלט, און צום סוף מקריב געווען איר קינד אנשטאט.
און דאס אלעס איז זיי יעצט אריבער פריש נאכאמאל אין קאפ.
דאס איז ווי איך האב עס פארשטאנען, אבער מעגלעך איך בין ראנג.
די מסעדה באזוך מיטן שווער און שוויגער איז עכט. נישט א חלק פונעם דמיון/זכרון/חלום.
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:59 am
דורך טראכט גוט
מילך טראק האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:אבשלום בן מעכה האט געשריבן:הער, צבי ארי'ס שלום בית מיט טובי, איז אונטערגעהינקען.
די שלום בית ביי משפחת ווייס איז אויך אונטערגעהינקען.
איך מיין אז מיסטער ווייס מיט טובי וואלט געווען א גוטע שידוך, ביידע קענען באשטיין עפעס מער...
און צבי אריה וואלט זיך גוט פארשטאנען מיט מרת ווייס... ביידע פרומע קאטשקעס...
אויב כ'געדענק גוט האט טויבי מיט יארן צירוק נישט געלאזט צבי אריה ווערען א בעל מנגן.
אפי' דאס האט געמיינט אז ער ברענגט פרנסה, דאך האט עס נישט געפאסט פאר איר..
ליגט מיר אויך אין קאפ אזוי
עטץ געדענקט נישט גוט. א מענטש איז פארט א מענטש...
צבי ארי' האט דער טאטע ר' שלום צודרוקט און אים נישט געלאזט זינגען, כאטש ער וואלט געקענט זיין א ילד הפלא ווי ווען ער האט געזונגען אין די מייק ביי נחום'ס חתונה...
זיין ווייב איז גאר אן אנדערע טיפ. זי איז בכלל נישט מחשיב זיין תורה לערנען בעת זי צערייסט זיך אין שטוב מיט די קינדער און מיטן ברענגען פרנסה. זי האט געפייגערט ער זאל ווערן א זינגער, ווי זי האט זיך אויסגעדריקט פאר צבי אריה ווי זי דמיונט ווי אלע אירע פרענדס קוקן פארגאפט אויף די זינגער ביי די חתונה און פרעגן ווער איז דאס און זי גייט ענטפערן מיט שטאלץ אז ס'איז איר מאן...
יעצט האט זי ווידער פייגלעך אין קאפ מיטן מאכן דרייווער לייסענס. א שאד דער שדכן האט איר נישט צאמגעשטעלט מיט ליפא ווייס... צוויי היימישע רעבעלן.
צבי אריה מיט גיטי וואלטן אפשר געקענט ארבעטן ווען נישט זיי זענען ברודער און שוועסטער.
עקיבא בלייבט עקיבא. ווערט צעריסן צווישן זיינע געפילן ווי אן עכטע נשמה ארטיסט. ער קען זיך נישט ברענגען צו חתונה האבן נאכאמאל אפילו מיט איינע וואס קען אים ערפילן זיין חלל, ווייל דאס וועט זיין א פארשוועכונג אין זיין ליבי...
יאסעלע איז גראדע נישט צום פארשטיין, וואס וויל ער באמת?
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 3:09 am
דורך קוויטעל
יע יע דאס איז די לעבן...
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 10:39 am
דורך מילך טראק
גענדיגט מיט רחלי אדער זי קומט נאך צוריק ?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 4:38 pm
דורך טראכט גוט
איין אינטערעסאנטע זאך וואס איך זע מיט דעם שטיסל אנדערש ווי א געווענליכע מאווי.
מיר זענען געוואוינט אז אין יעדע מעשה איז דא א הויפט שפילער, און אלע מענטשן ארום זענען דארט פאר אים... דהיינו אים צו העלפן אדער שטיין אין וועג... אבער די מענטשן פאר זיך האבן נישט קיין שום ספעציעלע תפקיד אויף די וועלט...
קומט אבער שטיסל מיט א געוואלדיגע לימוד... נישטא אזא זאך סתם מענטשן. יעדע מענטש האט זיך זיין געשיכטע וואס דארט איז ער א מעין אקטיאר. מען קען ווען רעדן אין די מעשה בלויז פון עקיבא און פערצופאל אריינברענגען אז ער האט א ברודער צבי אריה און א שוואגער ליפא, אבער ניין. דער שרייבער געבט פאר יעדן באזונדער זיין פארדינטע אויפמערקזאמקייט...
צבי אריה מיט זיינע שלום בית פראבלעמען, זיין ווייב ווערט אים אויפגעקלערט און ער האט נישט קיין שום קאנטראל אויף איר. צו דעם קומט צו זיין פחד פון סאסייעטי אז איינער גייט באמערקן...
ליפא און גיטי מיט זייערע קאנפליקטן. זייער קינד רוחמי מיט איר מאן חנינא מיט זייערע טשעלענדזשעס. זייער יאסעלע, א וואוילע בחור אבער אונטערגעציפטע חברהמאן...
רעב שולעם מיט זיינע ווייטאגן... פארלארן דעם פאסטן, זוכט א שידוך, קריגט זיך מיט זיין ברודער..
דער מוסר השכל איז געוואלדיג! די אלע מענטשן וואס דו זעסט טעגליך קומען און גיין, יעדער באזונדער האט אונטער זיך א גאנצע מאווי ווי ער איז דער מעין כאראקטער...
Sent from my Alcatel_5005R using Tapatalk
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 5:39 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אויס מענטש האט געשריבן:וואס האט ער געזעהן פון צימערמאן?
ליפא זאגט פאר חנינא "יהודי הזה החיים שלו היה הלימוד, ועכשיו כשאין לו את זה, לא נשאר לו בשביל מה לחיות". חנינא נעמט דאס אלס מוסר השכל פאר זיין רחמי, שכל החיים שלה בשביל ילדים וכשאין לה את זה, אין לה בשביל מה לחיות.
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 5:40 pm
דורך אישתישבי
וואס איז טאקע געשען מיט זיין פאסטן? עס האט אויסגעזעהן אז ער האט עס צוריק באקומען. למעשה איז ער אייביג אינדערהיים, זיין אייניקעל ארבעט נאך פאר אים אינדערהיים. וואס טוט זי?
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 6:46 pm
דורך מפיל קינד
אישתישבי האט געשריבן:וואס איז טאקע געשען מיט זיין פאסטן? עס האט אויסגעזעהן אז ער האט עס צוריק באקומען. למעשה איז ער אייביג אינדערהיים, זיין אייניקעל ארבעט נאך פאר אים אינדערהיים. וואס טוט זי?
שולם איז געהעריג אין חדר. די אייניקל ארבעט אין חדר פאר אים, פונקט ווי אמאל איידער מ'האט אים געווארפן האט זי אויך געארבעט אין חדר.
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 8:45 pm
דורך אישתישבי
עס האט זיך מיר געדאכט אז ווען ער פרעגט זי אויב זיי קען מיטגיין צו דער צנתור און זי אנטשולדיגט זיך אז זי פילט נישט גוט, זעהט עס אויס ווי ביי אים אינדערהיים נישט אין חדר.
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 9:37 pm
דורך בת קול
טראכט גוט האט געשריבן:איין אינטערעסאנטע זאך וואס איך זע מיט דעם שטיסל אנדערש ווי א געווענליכע מאווי.
מיר זענען געוואוינט אז אין יעדע מעשה איז דא א הויפט שפילער, און אלע מענטשן ארום זענען דארט פאר אים... דהיינו אים צו העלפן אדער שטיין אין וועג... אבער די מענטשן פאר זיך האבן נישט קיין שום ספעציעלע תפקיד אויף די וועלט...
קומט אבער שטיסל מיט א געוואלדיגע לימוד... נישטא אזא זאך סתם מענטשן. יעדע מענטש האט זיך זיין געשיכטע וואס דארט איז ער א מעין אקטיאר. מען קען ווען רעדן אין די מעשה בלויז פון עקיבא און פערצופאל אריינברענגען אז ער האט א ברודער צבי אריה און א שוואגער ליפא, אבער ניין. דער שרייבער געבט פאר יעדן באזונדער זיין פארדינטע אויפמערקזאמקייט...
צבי אריה מיט זיינע שלום בית פראבלעמען, זיין ווייב ווערט אים אויפגעקלערט און ער האט נישט קיין שום קאנטראל אויף איר. צו דעם קומט צו זיין פחד פון סאסייעטי אז איינער גייט באמערקן...
ליפא און גיטי מיט זייערע קאנפליקטן. זייער קינד רוחמי מיט איר מאן חנינא מיט זייערע טשעלענדזשעס. זייער יאסעלע, א וואוילע בחור אבער אונטערגעציפטע חברהמאן...
רעב שולעם מיט זיינע ווייטאגן... פארלארן דעם פאסטן, זוכט א שידוך, קריגט זיך מיט זיין ברודער..
דער מוסר השכל איז געוואלדיג! די אלע מענטשן וואס דו זעסט טעגליך קומען און גיין, יעדער באזונדער האט אונטער זיך א גאנצע מאווי ווי ער איז דער מעין כאראקטער...
Sent from my Alcatel_5005R using Tapatalk
א מאווי האט א מעין קערעקטער, א TV series האט געווענטליך עטליכע.
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 9:38 pm
דורך בת קול
טראכט גוט האט געשריבן:די שרעקעדיגע חלום מיט די נפל האב איך נישט אנגעקוקט ווי א חלום. איך האב עפעס פארשטאנען אז ער דערמאנט זיך דא א מעמארי פון א געשיכטע עטליכע יאר בעפאר, דאן האט מען נאכנישט געוואוסט פון איר קרענק, און זי האט זיך שיער געטראפן אויף יענע וועלט, און צום סוף מקריב געווען איר קינד אנשטאט.
און דאס אלעס איז זיי יעצט אריבער פריש נאכאמאל אין קאפ.
דאס איז ווי איך האב עס פארשטאנען, אבער מעגלעך איך בין ראנג.
די מסעדה באזוך מיטן שווער און שוויגער איז עכט. נישט א חלק פונעם דמיון/זכרון/חלום.
יאפ זעהט מיר אויס ווי flashbacks. רוחמי האט מיר געברענגט צו טרערן מיט אירע וויינערייען. אוי איז זי גוט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:30 am
דורך לבי ובשרי
בת קול האט געשריבן:טראכט גוט האט געשריבן:די שרעקעדיגע חלום מיט די נפל האב איך נישט אנגעקוקט ווי א חלום. איך האב עפעס פארשטאנען אז ער דערמאנט זיך דא א מעמארי פון א געשיכטע עטליכע יאר בעפאר, דאן האט מען נאכנישט געוואוסט פון איר קרענק, און זי האט זיך שיער געטראפן אויף יענע וועלט, און צום סוף מקריב געווען איר קינד אנשטאט.
און דאס אלעס איז זיי יעצט אריבער פריש נאכאמאל אין קאפ.
דאס איז ווי איך האב עס פארשטאנען, אבער מעגלעך איך בין ראנג.
די מסעדה באזוך מיטן שווער און שוויגער איז עכט. נישט א חלק פונעם דמיון/זכרון/חלום.
יאפ זעהט מיר אויס ווי flashbacks. רוחמי האט מיר געברענגט צו טרערן מיט אירע וויינערייען. אוי איז זי גוט.
וואס הייסט? וואס האט אין ענדע פאסירט מיט רוחמי’ס קינד? געבוירן און געשטארבן? די בית הקברות איז א חלום? כ’כאפ נישט.
וואס עפעס איז עס א פלעש בעק? מ’זעט דאך שפעטער ווי זיי זענען אינאיי עם אין בעט און זיי זינען זיך מחזק איינער דעם צווייטן. ניין?
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:54 am
דורך טראכט גוט
לבי ובשרי האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:טראכט גוט האט געשריבן:די שרעקעדיגע חלום מיט די נפל האב איך נישט אנגעקוקט ווי א חלום. איך האב עפעס פארשטאנען אז ער דערמאנט זיך דא א מעמארי פון א געשיכטע עטליכע יאר בעפאר, דאן האט מען נאכנישט געוואוסט פון איר קרענק, און זי האט זיך שיער געטראפן אויף יענע וועלט, און צום סוף מקריב געווען איר קינד אנשטאט.
און דאס אלעס איז זיי יעצט אריבער פריש נאכאמאל אין קאפ.
דאס איז ווי איך האב עס פארשטאנען, אבער מעגלעך איך בין ראנג.
די מסעדה באזוך מיטן שווער און שוויגער איז עכט. נישט א חלק פונעם דמיון/זכרון/חלום.
יאפ זעהט מיר אויס ווי flashbacks. רוחמי האט מיר געברענגט צו טרערן מיט אירע וויינערייען. אוי איז זי גוט.
וואס הייסט? וואס האט אין ענדע פאסירט מיט רוחמי’ס קינד? געבוירן און געשטארבן? די בית הקברות איז א חלום? כ’כאפ נישט.
וואס עפעס איז עס א פלעש בעק? מ’זעט דאך שפעטער ווי זיי זענען אינאיי עם אין בעט און זיי זינען זיך מחזק איינער דעם צווייטן. ניין?
זאג איך אז איז שוין נישט די ערשטע מאל זי ווארט א קינד. איינמאל געווען, דאן האט מען ערגעץ וואו אנטפלעקט אז זי ליידט אויף דאס אז אויב זי טראגט איז זי אין א סכנה און מען האט דאן איר געמאכט האבן דאס קינד, אבער דאס קינד האט עס נישט דורכגעמאכט און געענדיגט אין בית החיים. זינט דאן ווייסן זיי צו היטן אז זי זאל נישט נאכאמאל שוואנגערן.
ועכשיו אז ס'איז יא געשען קומען ארויף פלעשבעקס. דערנאך גייט מען צוריק צום הווה ווי איינער איז מחזק דעם צווייטן.
שטימט פשט אין תוספות?
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:55 am
דורך בת קול
Flashback- זי האט קאמפליקעישאנס ביים ערשטן קינד און דארף ווערן induces פרי כאטש רוחמי איז נישט מסכים. דאס קינד ווערט געבוירן אן א heartbeat. ווען חנינא דערמאנט זיך ווי devastated זי איז געווען האט ער רחמנות אויף איר און פרובירט צו טרעפן סיבות נישט צו דארפן אבארטן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 9:54 am
דורך זופ מיט מאנדלען
חנינא איז אין א ערנסטע דילעמא, פאר די פיזישע געזונט פון זיין ווייב מוז מען עבאורטן אבער דאן וועט עס זיין א גייסטישע טויט קלאפ.
שוין די צווייטע מאל וואס הרב סולובייציק גיבט אים פארנעפלטע הוראות, דער מציאות מיטן געפיל זענען אין א ענדלאזן קאמף.
איך בין באמת נייגעריג, וואס ראטן אונזערע קאווע טרינקער פאר חנינא?? וויאזוי פסקנט מען פיקוח הגוף קעגן פיקוח הנפש?
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 11:17 am
דורך מפיל קינד
די פלעשבעק טעאריע מאכט אסאך סענס. איך שטיץ עס.