בלאט 59 פון 63
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 11:38 am
דורך ברוך שאמר
גנדי מיטאמאל אויף דעם ווייס איך נישט קיין קלארן ענטפער
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 12:58 pm
דורך לא להנאת גופי
איך פלעג מיך רעגן די לעצטע יאר-צייט פארוואס מ'האט געמאכט אזא cover-up פון א פשוטע מארד. כ'בין אבער געקומען צו די הכרה, אז מ'מיינט נאר להנאתי ולטובתי. איינער א יודע דבר האט מיר שיינערהייט ארויסגעברענגט אז ''דער וואס ווייסט, ווייסט, און דער וואס ווייסט נישט דארף ווארשיינדלעך נישט צי וויסען''.
וואס העט מען האבען אז מ'העט ארעסטירען דריי אינגעלייט, מאכען א רידער אין אמעריקע, שרייען געוואלד, אסופה דחופה, הצלת כלל ישראל, אויפן 'אזוי גערופענע' שרעקליכע בלוט בלבול אויף דריי 'אומשילדיגע קרבנות ציבור'. און נאך דעם העט מייזליש שרייען אין בית יעקב זאל, אז די 'רבוש''ע שיקט אינס א מעסידזש אז מיר זענען נאך אין גלות'!!!!!
נאכדעם העט די AMI קענען האבען פרנסה צוויי וואכען. און די 'איד' אדער די 'בלאט' קענען ניצען זייערע 'גרעסטע פאנט' וואס זיי פארמאגען.
נאכדעם העט מען מאכען אפילס מוט שרייענדיגע קעפליך 'עלילות 2015', דארטן העסטו האבן די טעלעוויזען, וואס צימארגענ'ס העסטו זעהן קליפס אויף watsapp ווי אינגעלייט לויפען דורך די סקרין און זיי dodge צי ענטפערען פאר די מידיע וויבאלד 'מיר רעדען נישט מוט פרויען'. און מ'העט אויפטרייבען, לאמיר זאגען א האלבע מיליאן, וואס 'דעקט אפ' נישט א פערטל פון די ריזעגע הוצאות' =לפי קול מבשר.
בקיצור. ווער דארף דאס???? וואס האט מען דערפון???
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 4:05 pm
דורך smart
הנאת גופי דו האסט א פאוינט. ו שמעק איך אז די ווייסט עפעס מער.. אדרבה אפשר שערסטו עס מיטן עולם??
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 4:15 pm
דורך איחוד פעלד
כ'מיין אז דער חלק אז היימישע זענען אינוואלווד איז איבערגעטריבען, וואס איז יא מעגליך איז דער גוי'שע באנקיר וואס איז געוועהן אין די נייעס, וואס איז געווארען אנגעזעצט מיט דרייסיג מיליאן, ער האט עס אינטערגעשטעלט, און יענער איז זייער פאערפול, און האט מענטשען וואס ארבעטען אין די פאליס, און מען קען אין נישט ברעכען, דאס איז שייך צו זיין דער גברא אינטער די גאנצע מעשה.
און מען קען אים גארנישט טוהן.
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 4:23 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:כ'מיין אז דער חלק אז היימישע זענען אינוואלווד איז איבערגעטריבען, וואס איז יא מעגליך איז דער גוי'שע באנקיר וואס איז געוועהן אין די נייעס, וואס איז געווארען אנגעזעצט מיט דרייסיג מיליאן, ער האט עס אינטערגעשטעלט, און יענער איז זייער פאערפול, און האט מענטשען וואס ארבעטען אין די פאליס, און מען קען אין נישט ברעכען, דאס איז שייך צו זיין דער גברא אינטער די גאנצע מעשה.
און מען קען אים גארנישט טוהן.
איחוד פעלד: דו ווערסט אפיציעל געקרוינט אלס "סניגורן של ישראל"...!
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 8:50 pm
דורך לא להנאת גופי
smart האט געשריבן:הנאת גופי דו האסט א פאוינט. ו שמעק איך אז די ווייסט עפעס מער.. אדרבה אפשר שערסטו עס מיטן עולם??
סארי. ס'פאסט מיר נישט זיך אראפצילאזען פאר אפאר luzers דא אויף קאווע שטיבל.

אבער טאמיר דו טויגסט קענסטו אויסגעפונען אין no time. און טאמיר נישט דאן געב יעצט אויף. א שאד די צייט. [אגב, אזויווי דו זעהסט איז דער עולם דא שטיל וועגן דעם, עכ''פ די 'טובי הקהל' פון קאווע שטיבל... בקיצור ''דער וואס פארשטייט - פארשטייט''...]
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:55 pm
דורך [NAMELESS]
על דרך הפשט יתכן, וכבר היה כן לעולמים, אז ווען זיי דערווישן א גרעסערע רינג וועלן זיי וארטן שטיל ביז זיי וועלן דערווישן די גרויסע פישלעך, זיי וועלן ווארטן ביז גרויסע וואס זענען אין אויסלאנד וועלן זיך צוריק אריינגליטשען אינטער זייער האנט
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:12 am
דורך קאצקע ציקער
גראדעמעכעלע האט געשריבן:על דרך הפשט יתכן, וכבר היה כן לעולמים, אז ווען זיי דערווישן א גרעסערע רינג וועלן זיי וארטן שטיל ביז זיי וועלן דערווישן די גרויסע פישלעך, זיי וועלן ווארטן ביז גרויסע וואס זענען אין אויסלאנד וועלן זיך צוריק אריינגליטשען אינטער זייער האנט
יא וואס נאך
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:14 am
דורך [NAMELESS]
איך האב שוין לאנג נישט געארבעט פאר די fbi איך געדענק נישט אזוי גיט, ווען כ'וועל מיר דערמטנען וועל איך שריבן
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:24 pm
דורך לא להנאת גופי
גראדעמעכעלע האט געשריבן:על דרך הפשט יתכן, וכבר היה כן לעולמים, אז ווען זיי דערווישן א גרעסערע רינג וועלן זיי וארטן שטיל ביז זיי וועלן דערווישן די גרויסע פישלעך, זיי וועלן ווארטן ביז גרויסע וואס זענען אין אויסלאנד וועלן זיך צוריק אריינגליטשען אינטער זייער האנט
יא. אמת. מ'האט שוין געזעהן צענדליגע נאציס וואקען פראנק און פריי, היות זיי האבען געהאפט צוכאפען די גרויסע חברה. למשל היטלער, מענגעלע, אייכמאן.. און היות מ'האט קיינמאל נישט געקענט לייגען א האנט אויף די ערשטע צוויי, איז גארנישט געווארען.. עליונים ששו, און אזוי- תחתונים עלזו...
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:33 pm
דורך ואימא איפכא
לא להנאת גופי האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:על דרך הפשט יתכן, וכבר היה כן לעולמים, אז ווען זיי דערווישן א גרעסערע רינג וועלן זיי וארטן שטיל ביז זיי וועלן דערווישן די גרויסע פישלעך, זיי וועלן ווארטן ביז גרויסע וואס זענען אין אויסלאנד וועלן זיך צוריק אריינגליטשען אינטער זייער האנט
יא. אמת. מ'האט שוין געזעהן צענדליגע נאציס וואקען פראנק און פריי, היות זיי האבען געהאפט צוכאפען די גרויסע חברה. למשל היטלער, מענגעלע, אייכמאן.. און היות מ'האט קיינמאל נישט געקענט לייגען א האנט אויף די ערשטע צוויי, איז גארנישט געווארען.. עליונים ששו, און אזוי- תחתונים עלזו...
יא אזויווי היטלער לעבט, ציזאמען מוטן ליבאוויטשע רבי, אזוי אויך איז ר' מנחם געווארען גע'הרגעט ביי יד ישראל...
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:45 pm
דורך לא להנאת גופי
אזוי ווי ראבאשקין האט קיין זינד נישט געטון, און אזויווי סאטמאר האט קיינמאל נישט גענומען א דיים פון די מדינה, און אזויווי די באבובע דין תורה איז געווען ריין דעת תורה, און אזויווי סקווערע רבי איז געווען אויסדריקלעך קעגן די פייער-באמבע, און אזויווי אהרון סופר איז פשוט אויסגעגאנגען פון דארשט, און אזויווי עבודיה יוסף האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן דרעי און אלעס איז פאלש, און אזויווי בערלאנד איז---, און אזויווי שטיינמאן ווייסט פשוט נישט וואס איז פארגעגאנגען אין חדרה, און אזויווי ס'איז נישט דא קיין קברים אין בית שמש, און אזויווי אלע דיינים פון זאלי זענען 'פון זיך אליין' ציגעקומען צו די הכרה אז אריזאנע מצות איז חמץ, און אזויווי בן ציון באבאבע 'ווייסט נישט' וואס מיינט אינטערנעט, און אזויווי בעלזא רבי האט געהאט א 'נדיב פון מעקסיקא' וואס האט בייצאלט דער בית מדרש, און אזויווי די פייער און קרית יואל איז געווען א עקסידענט...
איינער האט נאך??
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:52 pm
דורך ישמעאל הכהן
לא להנאת גופי האט געשריבן:, און אזויווי אלע דיינים פון זאלי זענען 'פון זיך אליין' ציגעקומען צו די הכרה אז אריזאנע מצות איז חמץ
no one ever said that
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 4:50 pm
דורך [NAMELESS]
לא להנאת גופי האט געשריבן:smart האט געשריבן:הנאת גופי דו האסט א פאוינט. ו שמעק איך אז די ווייסט עפעס מער.. אדרבה אפשר שערסטו עס מיטן עולם??
סארי. ס'פאסט מיר נישט זיך אראפצילאזען פאר אפאר luzers דא אויף קאווע שטיבל.

אבער טאמיר דו טויגסט קענסטו אויסגעפונען אין no time. און טאמיר נישט דאן געב יעצט אויף. א שאד די צייט. [אגב, אזויווי דו זעהסט איז דער עולם דא שטיל וועגן דעם, עכ''פ די 'טובי הקהל' פון קאווע שטיבל... בקיצור ''דער וואס פארשטייט - פארשטייט''...]
פשיהא, ביזטו גרויס, רוזיג, ביז די דאך, נאך העכער, האסט אויך אסאך שליסלעך?
מאך זיכער זיך טאקע נישט אראפצולאזען, איך ווייס נאר נישט פארוואס די זיצט דא מיט די נידריגע אגאנצען טאג, און די האסט שוין 105 הודעות, היתכן די לאזטיך אראפ?
אגב די הייבסט נישט אן צו וויסן וואס ס'גייט דארט פאר מער ווי יעדער אנדערער ניק דא און שטיבעל, ווייל קיינער ווייסט נישט, די אלע רומערס וואס דרייען זיך ארום זענען נישט קלאר און יעדער הערט עס, און אז די קויפסט עס מיינט נאך נישט אז די ווייסט, פיל דיר נישט אזוי דערהויבן אז איינער מיינט אז די ווייסט
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 5:15 pm
דורך שמן זית
א אטאקע האט אויסגעבראכן....
ווען ער וואלט ווען געוויסט וואס ער גייט דא אריינכאפן פארן מיינען אז ער ווייסט עפעס מער פון עזריאל...
כ'מיין אז אפילו ער ווייסט טאקע עפעס, לוינט אים ער זאל עס פארגעסן ווי אמשנעלסטן... בלויז זיך צו ראטעווען פון עזריאל'ס גרימצארן...
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 11:58 pm
דורך איחוד פעלד
קינדער, כ'וועל טיילען פעטש, הערטס אויף...
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איחוד פעלד האט געשריבן:קינדער, כ'וועל טיילען פעטש, הערטס אויף...
אין דיין אונטערשריפט איז דא א משל און א נמשל. דו גלייבסט נאר אינ'ם נמשל, צו המוכה מחבירו מעג איך רופען פאליציי?
היט זיך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 6:13 pm
דורך איחוד פעלד
קינדער מעג מען יא געבען פעטש, חינוך.....
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 7:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און דער נמשל מעג מען אויך פאר קינדער?!
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 9:24 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 9:57 pm
דורך עדיאל
מ'האט שוין אויסגעצאלט אלע חובות עד פ"א. מיט די רעשטע פון ירושה האלט מען שוין ביי ואתם כתבו לכם. ב"ה! און אן עילוי פאר די נשמה
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 6:51 pm
דורך [NAMELESS]
Brooklyn DA Thompson: Additional Arrests Forthcoming in Stark Murder
http://jpupdates.com/?p=118312
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 7:02 pm
דורך גנדי
ונזכה ונחיה ונראה...