בלאט 59 פון 214

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 9:20 pm
דורך 65th
איך האב ליב נייעס איך ליין מיט הנאה א גיטע גישריבנע זאך איך האב ליב אמאהל צי אריין ווארפען מיין מיינונג איך שרייב ווייניג אבער צי די זאך איך אטאקיר אדער באליידיג קיינמאהל נישט קיינעם

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:31 pm
דורך יוסי טויב
I like reading opinions, watching dialogs, and topics that are related to my community and news, and I love socializing with people that posses good talent and have great insights..,

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:27 pm
דורך בן ישי
א גיטן טייערע קאווע שטיבל מיטגלידער.
איך דריי זיך שוין דא פאר מער ווי א יאר אבער זיך קיינמאל נישט איינגעשריבן ביז יעצט ווייל איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער אין אויך האב איך קוים צייט צו ליינען.
איז וואס איז יעצט געשען? "דער וועקער" האט מיר דערוועקט!
איך האב זייער הנאה פין די ארטיקלעך דא אין איך האף אז פין צייט צו צייט וועל איך קענען אביסל צוגעבן.
הצלחה.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 5:54 pm
דורך פיקאסא
בן ישי האט געשריבן:א גיטן טייערע קאווע שטיבל מיטגלידער.
איך דריי זיך שוין דא פאר מער ווי א יאר אבער זיך קיינמאל נישט איינגעשריבן ביז יעצט ווייל איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער אין אויך האב איך קוים צייט צו ליינען.
איז וואס איז יעצט געשען? "דער וועקער" האט מיר דערוועקט!
איך האב זייער הנאה פין די ארטיקלעך דא אין איך האף אז פין צייט צו צייט וועל איך קענען אביסל צוגעבן.
הצלחה.

זה חלקי מכל עמלי.. יהא בואכם לברכה!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:06 am
דורך טאמבל סאס
געוואלדיג האט געשריבן:איסר, דיין נאמען געפעלט מיר, עס איז קריעטיוו.

מטבע שטבעו חכם

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 5:30 pm
דורך י. לבן
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר ווייל איך זעע מען שמיעסט דא אינטערעסאנטע אישוס וואס איך האלט אז איך קען צוגעבען דערצו איך בין ברוך השם א גיטער שרייבער אין א שטארקער ליינער אין איך וויל לאזען הערן מיין מיינונג פין צייט צו צייט צו שאפען אן הנאה פאר אנדערע אין פאר מיר

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 6:39 pm
דורך אמיגדעלע
איך האב א סאך מאל באקומען לינקס צו אינטערעסאנטע שמועסן אויף ק'ש, ענדלעך האב איך אפגעמאכט אז איך וויל זיך קענען באטייליגן אויך נישט נאר נאשן פון אנדערע.
נאכנישט פערציג? אה גוט.

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 1:46 pm
דורך Hey
Never say naver because you will never knows what it's will be by tha end
ענדליך!!! איך וויל שוין אזוי לאנג מיר ארויפסיינען
א חבר מיינע שיקט מיר זייער אינטערסאנטע לינקס פין די סייד
איך האף אונז אלע וועל מיר הנאה האבן

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2016 3:56 pm
דורך ש לאזאר
א גוטן דא שרייבט פאר אייך איינע פון די טויזענטער יונגעלייט פון בימינו אלה.
די וועלט פון שרייבעריי איז ריזיג גרויס דאן קום איך דא געניסן מיט אייך אלע פון די געשמאקע אקטיוויטעטן
און שיינע פאנאראמע וואס עס ווערט אהערגעשטעלט

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 2:43 pm
דורך לעבוד-ברצון
איך בין א יוד צווישן אלע יודן. איך זוך אויפ'ן אינטערנעט נאר וואס עס איז וויכטיג (בעזרת ה').
נו, דארף מען דאך אבער באשרייבן א הונדערט און זעכציג כאראקטערס, אז נישט קען מען זיך דאך נישט איישרייבן, וועט מען דארף מען מאריך זיין מיט'ן פענע אויפ'ן בלאט, אנטשולדיגט, מיט'ן פינגער אויפ'ן קלאוויאטור, כדי מ'זאל קענען עררייכן דעם ציל.
ענטשולדיגט פאר'ן נישט מיטטיילן מיינע פרטים, אבער איך זעה עס נישט פאר ריכטיג. איך וויל סך הכל קענען לערנען וואס איז וויכטיג, און מיטטיילן מיט אנדערע פון מיינע ידיעות. א דאנק פאר'ן פארשטיין.

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 2:44 pm
דורך nywill
I would like to read and write and discuss with other people about news, history with pictures or other media, special in the heimish and chasidishe Jewish community

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 3:00 pm
דורך שמעון וואלף
Nice to Have you but it would be even nicer if you can
install Yiddish on your pc or phone

Good luck and waiting to hear from you

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:29 pm
דורך שמעקעדיג
די אשכול מאכט מיר שוין געפערליך נערוועז.
מען קען עס רינעימען "אמור הרבה ועשה מעט".

איבער 100 נייע ניקס, קוים 5 שרייבן צומאל. די איבריגע קוקן אויס אייוועלט ניקס וואס ווילן פשוט בוקמארקן וואס זיי האבן שוין געלייענט.
אבער אלע "האפן צווצגעבן צום שטיבל" מיט זייערע ידיעות בלא בלא בלא.
וואס נאך איז נייעס?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 6:21 pm
דורך גראף
@שמעקעדיג מען אפשר מאכען א תנאי אויף צו ווערן א ניק מוז מען שרייבען למשל 25 תגובות לכה'פ איבער די ערשטע חודש אז נישט פארלירט מען די מעמבערשיפ און מען קען עס נישט ניצן מער. אולי 'עלען זיי טועם זיין פון די עץ הדעת און ראה כי טוב וועט מען שרייבען אפטער.

נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 11:18 pm
דורך metzapim
To have access to current topics relevant to the heimishe tzibur.
Clean websites are so important.

A forum where important matters can be shared is vital.

I am 45, and I am still learning so much.

Life is too short for baad wine.

Every minute is precious.

נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 9:39 pm
דורך חיים'ס ישיבה
איך בין א היסטוריקער
אין איך האב אסאך מיינוגען אויף זאכען אין איך וויל עס מפרסם זיין פארן עולם אין קאווע שטיבעל איז זייער א פאסיגע פלאטץ פאר דעס
איך בין צווישען פינעף אין צוואנציג אין דרייסיג יאר

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 11:19 am
דורך אלי זוהר
איך בין א יונגערמאן פון צוויי און פערציג יאהר אלט, און איך וויל זיך באטייליגן אין די שמועסן און אנליזן און אזוי ווייטער אין קאווע שטיבל, איך פארמאג זייער ארייכע שפראך און א גוטן ווערטער אויסלייג ממילא האב איך זייער ליב זיך צו באטייליגן אין דעם פלאץ. איך האף צו מצליח זיין מיט אייך אלעמען.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 6:35 pm
דורך צופלאטשקטע פיאות
איך האב ליב זאפטיגע נייעס איך עס קיגעל יעדע וואך שבת ביים טיש
אבער נאר ווען ס שמעקט גוט
איך וואון אין בארא פארק איך בין חתונה געהאט שוין אפאר יאר
אין איך קוועטש נאך די לעפטאפ באטאנס אין כולל

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 7:13 pm
דורך בן אדם
אין וועלכע כולל לערנסטע?

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 10:12 pm
דורך נהורא נפישא
דרך אגב ס'איז נאך געבליבן עטליכע מעגליכקייטן זיך צו פארריפן אויף פאות ווי פאלגענד;
לאנגע פאות
נאסע פאות
געקרייזעלטע פאות
דינע פאות
ציפלויגענע פאות
צישטרויבעלטע פאות
ארויפגעדרייטע פאות
אראפגעלאזטע פאות
ארויפגעלייגטע פאות
צוזאמגעדרייטע פאות
ציקניפטע פאות
לינקע פאה
איך ווינדער זיך אז מ'שרייבט זיך שוואך איין, אזויפיל נעמען אוועילעבל אויף פאות אליין

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 10:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
אראפגעשניטענע פאות איז אויך נאך אוועיליבעל.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 10:41 pm
דורך בן אדם
.

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 9:17 am
דורך מישו מאוד מעניין
טייערע צופלאטשקטע פיאות ני"ו
ערשטנס קיינער גייט נישט אן וואס די האסט ליב צו פרעסן. אבער אז מען רעדט שוין וועלכע האסטו ליב פטעטא אדער לוקשען קיגל
צווייטנס ביי קיין איין רבי'ס טיש און ב''פ איז נישטא קיײן פיינע קוגל נאר ביי די גרויסער, זיסע, גשמאקער, שומרים'דיגער, רבי "כ"ק אדמו"ר הגה"ק מניקלשבורג-ב"פ-וואדבורן שליט"א
טאמער יא שטייסטו לעבן מיין ברודער ביים טיש איז שיק איהם א גרוס פון מיך