בלאט 59 פון 94

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 10:13 am
דורך שבת אחים
Bernie Sanders Polls: After Trailing Hillary Clinton By 30 Points In Illinois, Sanders Now Leads Just Two Days Before Voting
http://www.inquisitr.com/2884101/bernie ... RZzfiq2.99

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 10:17 am
דורך שבת אחים
וואטש הילערי קלינטאן זאגן א ליגענט אין פנים אריין וועגן בערני סענדארס! אוי איז זי חוזק! א ליגענער דארף האבן א גיטע זכרון!
זי טעהנט אז בערני האט נישט געהאלפן אין 93 מיט די העלט קעיר רעפארם!
http://youtu.be/nP3nZHyyIx0
http://m.huffpost.com/us/entry/bernie-s ... 8f46f8eb22

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 10:33 am
דורך שבת אחים
Donald Trump tweets out direct threat to Bernie Sanders and his supporters
http://www.addictinginfo.org/2016/03/13 ... ers-tweet/

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 11:15 am
דורך שבת אחים
בערני ענטפערט אויף טראמפ׳ס אטאקעס
http://www.snappytv.com/tc/1543084/695599

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 11:32 am
דורך שבת אחים
Why America’s Worst Mayor, Rahm Emanuel, Loves Hillary Clinton

http://observer.com/2016/03/why-america ... y-clinton/

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 12:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
שבת, כ'האב נישט געוואסט מיין קליינע קוואדער וועט דיר אזא קיצל געבן. איך קריג מיך נישט מיט די פאקט אז טראמפ איז א בהמה מיט פילע פראבלעמען. כ'וואלט קיינמאל נישט געוואט פאר אזא מענטש, אבער מצדיק זיין איבערקערעניש און וויילענס ווייל מ'האט טענות איז נישט קיין תירוץ. זעה מארטין לוטער קינג'ס דרשות. מיט וויילענס קומט מען נישט אן.

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 12:45 pm
דורך שבת אחים
יא דיין קוואדער האט געארבעט אסאך בעסער ווי די געבענטשטע קוואדער וואס כהאב באקומען פונעם רבין זז״ג חנוכה :D אבער ער רייצט אינטער די חברה וואס האבן פיינט א יעדעם איינעם וואס איז נישט ווייס, ער איז א פראבלעם פאר אמעריקע און מ׳דארף אים ווייזן אז ס׳איז נישט קיין הפקר וועלט. מ׳מעג אים אמאל צוריק שטויסן! גארנישט געשעהן! נעקסט קעיס- איך בין נאכאלץ דיין געטרייע פריינט און דו ביסט איינע פון מיינע פעיווערט ניקס אויף ק״ש נאך קעלנער שטייצעך (הער אויס אים מוז איך חנפנן ווייל אז נישט וועל איך מוזן טרינקען קאווע חוץ לסוכה) אבער דיינע תגובות זענען הערליך און מ׳קען זעהן אז דו האסט שכל הישר האב איך מיך געוואונדערט פארוואס דו פארשטייסט נישט אז דער טראמפ איז א קענסער פאר אמעריקע! אנפאנג איז עס געוועהן א דזשאוק אבער ס׳ווערט ליידער ערענסט! עני וועי אויב ק״ש מאכט זיך צו ח״ו געדענק איך האב ליעב געהאט אלע דיינע תגובות חוץ די תגובה פון די קוואדער...

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 5:28 pm
דורך פרייוויליג
ווי יעדער ווייסט לויפט היי יאר פאר פרעזידענט דער דאנעלד, א ביליאנער קלאני וואס האט האט אראפגעברענגט די GOP צו אירע קניען. איינער פון די שטארקע מעלות וואס טראמפ האט, איז אז זיין צינג לויפט שנעלער פון זיין מוח, און אזוי אויך לויפן זיינע פינגערס שנעלער ווי די קיבארד קען קלאפן. וואס עס ליגט אוים אויפן לינג איז אויפן צינג, און וואס ער זעט איז שוין געטוויט בעפאר ער ווייסט אפילו וואס ער האט געשריבן. היינט איז ער געפאלן צו אן אינערנעט האקס, וואו לצים האבן צוזאמגעשטעלט א ווידיאו פון דער מאן וואס איז ארויפגעלאפן אויפן פאדיום פון טראמפ, און די סיקרעט סערוויס האבן אים אפגעהאלטן. די ווידיאו שפילט מיט אראבישע מוזיק פון בעקראנד. און דער בהמה האט עס געטוויט. אויף א פראגע פון א רעפארטער צו אים, פון וואו ער נעמט דאס, האט ער גענטפערט: אלעס וואס איך ווייס קומט פון דער אינטערנעט... וויאזוי האט בוש געזאגט: ער נעמט זיינע איידיעס פון די שאוס..

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 8:38 pm
דורך ישראל קאפקע
Rubio unloads on Trump, the media.
This is magnificent, and I recommend you watch the whole thing. I don’t care whom you support, this needed saying. https://t.co/BKdL28pGNu

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 8:57 pm
דורך mevakesh
I think the problem with trump is that most of the sitting politicians don't confront trump because they don't need extra headache and they only do it when they feel forced and usually it's too late then

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 10:06 pm
דורך ישראל גלויבער
ס'וועט אייך ניט העלפן קיין פודנו ומצילנו.. טראפ אויפן טראן!

נשלח: מאנטאג מערץ 14, 2016 12:52 am
דורך שבת אחים
SHOCKING: Trump Supporters To Protesters, ‘Go To Auschwitz. Go To F*cking Auschwitz’ (VIDEO

http://freakoutnation.com/2016/03/shock ... itz-video/

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 10:39 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:אפילו מרת קלינטאן האט זיך געמוזט רעכענען מיט זיינע (בערני'ס) טענות און געטוישט איר מהלך לויט דעם, עכ"פ למחצה ולשליש.


https://www.yahoo.com/politics/win-or-l ... 24964.html

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 12:42 pm
דורך shem-tov
שבת דיין סיגנעטשער איז די סיבה פארוואס א יוד טאר נישט לויפן און פארוואס אמעריקע איז פעדאפ מיט מיינאריטס. ווי קומט דא אריין די יוד אישו און בכלל זענען רוב רובו בערני שרצים שטיצער פון פארברענטע אנטי יודישע גרופעס

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 1:40 pm
דורך יעלה ויבא
בילד

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 8:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היללערי און טראמפ האבען ביידע שטארק געוואונען פלארידא [ANGRY FACE][THUMBS DOWN SIGN]

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 8:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
Rubio out

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 8:29 pm
דורך [NAMELESS]
ווער קען דא מספיד זיין אונזער באליבטער מארקא רוביאו?

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 9:37 pm
דורך פרייוויליג
איין גוטע זאך קען ארויסקומען פון א טראמפ פרעזידענט, אז איך וועל מעגליך זיך צוריק האלטן פון קוקען נייעס פאר די קומענדע 4 יאר. איך ווייס נישט וויאזוי א מיושב׳דיגער מענטש קען אים הערן רעדן. איך וואלט ענדערש געהערט א פהק פון א זשיראפע ווי הערן וויאזוי דער מטורף רעדט. ער רעד פאר פייער און פאר וואסער בשעת זיין נאז בלאזט אריין און ארויס שווערע ליפט בלעזלעך. בעפאר יעדע רעדע רעכענט ער אויס די זיבן ערגסטע מענטשן און די 7 בעסטער מענטשן. די נעכטיגער בעסטע זענען די היינטיגער ערגסטע. דערנאך שיצט ער ארויס אפאר אנוועזענגע פארן שרייען אויף אים. נאכער קומט א ליסטע פון פאולס וואס זענען אין זיין פעיווער. דערנאך קומט א פראזע: בויען א וואנט, וועטס, טשיינס, מעקסיקא, א גרימאסע. ער רופט ארויף איינעם בודק זיין אז זיין האר איז עכט. און די עולם וואוט פאר אים. יאאאאך

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 10:16 pm
דורך גר ותושב
בן אדם האט געשריבן:ווער קען דא מספיד זיין אונזער באליבטער מארקא רוביאו?

viewtopic.php?p=324945#p324945

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 11:13 pm
דורך קאמפיאטער
סך הכל פונעם נאכט ביזדערווייל.

טראמפ האט געמאכט פלארידע, אילענוי, נארט קארעליינע, האט א קליינע אויבערהאנט און מיזורי.

קעיסיק האט געמאכט זיין היים שטאט אוהייו און באקומען דערפאר 66 דעליגעטס.

רוביא נעבעך... די וואנד איז נאך אפען.

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2016 12:39 am
דורך שבת אחים
shem-tov האט געשריבן:שבת דיין סיגנעטשער איז די סיבה פארוואס א יוד טאר נישט לויפן און פארוואס אמעריקע איז פעדאפ מיט מיינאריטס. ווי קומט דא אריין די יוד אישו און בכלל זענען רוב רובו בערני שרצים שטיצער פון פארברענטע אנטי יודישע גרופעס


קודם כל איז עס נאר א וויץ. איך וואלט אפשר געדארפט צולייגן א סמיילי, איך האב פארגעסן פון Poe's law.
צווייטענס זיי מוחל און זאג וועלכע אנטי אידישע גרופעס שטיצן סענדארס? אבי גערעדט! אבי געפלאטשקעט מקוה וואסער! כהאב באמערקט שוין אסאך מאהל אז דו זאגסט סטעטמענטס וואס האט גארנישט צוטהן מיט פאקטן! איך קען דיר יעצט אויסרעכענען אן א שיעור זאכן וואס דו האסט געשריבן אויף ק״ש זייט איך בין דא און די האסט עס סתם ארויסגעקראצט פון מצה אויוויען! שרייבסט זאכן אויף א אינטערנעט פארום לויט דיינע געפילן.

די זעלבע מעשה איז געוועהן ווען איך האב געשריבן אז ווען ר׳ משהלע וויזניצער ז״ל איז געקומען צו ר׳ יואליש ז״ל אויף א באזוך און ווען סאקמערער רב האט אים געפרעגט וואס איז נייעס אין ארץ ישראל האט ער געזאגט איך ליין נישט קיין צייטונגען, האסטו דעמאלסט געשריבן אז די מעשה איז קיינמאל נישט אמת און אז ר׳ משהלע׳ס ציין האבן געציטערט ווען ער האט זיך געטראפן מיט אים! יעדער ווייסט אז די מעשה וואס איך פארצייל איז הונדרעט פראצענט אמת. איך האב עס געהערט פון צענדליגער מקורות בתוכם פון א מקור ראשון איינער וואס איז דארט געוועהן בשעת מעשה דער גבאי ואיש נאמן פונעם אמרי חיים זצ״ל הרה״ח רי איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל בעמ״ס ימים מקדם, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין בארא פארק און ער האט געדאווענט אין די מאנסי וויזניצער שול אויף 53 סטריט און איך פלעג אסאך שמועסן און פארברענגן מיט אים יענע צייטן. איך האב עס אויך געהערט פון מיין טאטען זז״ג ווען איך בין נאך געוועהן א קליין בחורל און איך האב עס געהערט פון סאטמערע חסידים אויך.

דעס איז נאר איין משל ווי דו האסט נישט קיין שום פראבלעם אויפצומאכן א מעשה אן קיין שום דעקונג און לייקענן פאקטן און היסטאריע.
יעצט זיי מוחל זאג מיר איין גרופע וואס זענען אנטי-אידן וואס שטיצן סענדארס? האסט נאך די חוצפה צו זאגן אז ״רוב זיינע שטיצערס זענען אנטי אידן״ ! ממש רוב ?אפשר פארמישסט דו דיך מיט דאנאלד טראמפ וואס די KKK שטיצט אים! ווען סענדארס זאל הערן אז א אנטי-אידישע גרופע שטיצט אים אדער אנטי עני אנדערע מינארטי וואלט ער זיי געזאגט אז ער דארף נישט זייערע שטיצע, ס׳דערקענט זיך אז דו הייבסט נישט אן צו וויסן ווער בערני סענדארס איז, נאר וואס דען ס׳געפעלט דיר נישט אז א פרייע איד לויפט פאר פרעזידענט איינער וואס שטיצט שטארק די ענווייערמענט און איז שטארק פאר געי רעכטען און איז צו לינק פאר דיר מאכסטו אויף מעשיות אויסגעזויגן פון פינגער, אפשר דארף איך דיר דן זיין לכף זכות עפטער אלל ביסטאך א קרית יואל׳ער -דעס איז די חינוך וואס דו האסט באקומען ליידער

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2016 1:51 am
דורך ישראל קאפקע
פרייוויליג האט געשריבן:איין גוטע זאך קען ארויסקומען פון א טראמפ פרעזידענט, אז איך וועל מעגליך זיך צוריק האלטן פון קוקען נייעס פאר די קומענדע 4 יאר. איך ווייס נישט וויאזוי א מיושב׳דיגער מענטש קען אים הערן רעדן. איך וואלט ענדערש געהערט א פהק פון א זשיראפע ווי הערן וויאזוי דער מטורף רעדט. ער רעד פאר פייער און פאר וואסער בשעת זיין נאז בלאזט אריין און ארויס שווערע ליפט בלעזלעך. בעפאר יעדע רעדע רעכענט ער אויס די זיבן ערגסטע מענטשן און די 7 בעסטער מענטשן. די נעכטיגער בעסטע זענען די היינטיגער ערגסטע. דערנאך שיצט ער ארויס אפאר אנוועזענגע פארן שרייען אויף אים. נאכער קומט א ליסטע פון פאולס וואס זענען אין זיין פעיווער. דערנאך קומט א פראזע: בויען א וואנט, וועטס, טשיינס, מעקסיקא, א גרימאסע. ער רופט ארויף איינעם בודק זיין אז זיין האר איז עכט. און די עולם וואוט פאר אים. יאאאאך

שוין לאנג נישט אזוי גוט געלאכט!
(נעם נישט די גאנצע קרעדיט, טייל דערפון קומט זיך פאר טראמפ פארן מיר מאכן אזוי פארצווייפלט היינט נאכט).