ייעעקקבב האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:ייעעקקבב האט געשריבן:קוק איבער די פנקס פין ווען עטרת מאיר צבי האט זיך געפענט ביז יעצט איז די מסדר קידושין געווען א רב
ממילא?
אויב מהר“א איז טאקע אזא צדיק אין עניו און באמת די רדיפות ביי די עטרת מאיר צבי איז נישט ווייל מהר“א איז א פראסטע בעל גאוה (והא ראיה ער האט אזוי שיין באהאנדעלט אייביג אלע וואס האבען זיך געטרויט צי זאגען א ווארט קעגן אים) נאר ווייל ער האט זיך געזארגט אז עס גייען קימען פשוטע יונגעלייט מסדר קידושין זיין וואס איז זיין פראבלעם מיט רבנים וואס זענען מסדר קידושין אן זיין רשות?
ס'האט גארנישט איינס מיטן צווייטן, מהר''א אלס מרא דאתרא און אחראי לאזט נישט יעדע מאן דהוא מסדר קידושין זיין אפילו ער איז א בנש''ק וואס האט געעפנט א ביהמ''ד, אדער אפילו א רב, אזויווי די מעשה פון די מינקת חבירו ווי מהר''א האט צוריקגעהאלטן א מכשול אין זיין שטאט טראץ וואס די מחותן האט למעשה געטראפן א רב אין מאנסי וואס איז אים גרייט געווען צו מסדר קידושין זיין אין אזא פאל. מהר''א וואלט נישט געקענט מונע זיין אזא זאך אין קרית יואל ווען ער האט ווען נישט די קאנטראל פון סידור קידושין.
איין אויסנאם האט ער געמאכט אויב די זיידע איז א אנערקענטע רב.
(לגבי דיינע איינגערינגעלטע ווערטער, וויל איך דיר זאגן אז מהר''א האט נאך קיינמאל! קיינמאל! קיין איין איינציג מאל נישט ארויסגעקומען אראפרייסן, אדער אפילו עפעס ענלעך צו דעם, איינעם וואס איז ארויסגעקומען קעגן אים פערזענליך! און ס'איז געווען גענוג פון דעי.... די איינציגסטע מאלן ווען מהר''א איז ארויסגעקומען מיטן שארפסטן איז געווען ווען עס האט זיך געהאנדלט פון זיין טאטנ'ס כבוד אדער די קהילה אויף זיין טאטע האט מקבל אחריות געווען, דו באקומסט פון מיר א הינדערטער אויב ברענגסטו מיר א פאל ווען מהר''א האט עפעס געזאגט קעגן איינעם צוליב וואס ער האט גערעדט אדער געטון סיי וואס קעגן אים פערזענליך. ער האט שוין געזאגט אז ער איז מוחל יעדן איינעם וואס האט אים מצער געווען במשך די יארן חוץ די וואס האבן גורם געווען אין די פירוד צווישן אים און זיין טאטן.
זאג מיר אויב דו ווילסט איך זאל מער מאריך זיין אין די נקודה איך האב אסאך וואס צו זאגן.)