בלאט 60 פון 213

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:12 pm
דורך נולד מאוחר
קאווע טרינקער האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ווייסט איינער אויב פיטער העלפט פאר א באל א וואנד ?

ווען ס'איז פארפרוירען.

מכלל הן אתה שומע לאו?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 7:57 pm
דורך קאמענטירער
פוו ווען מוויל רופן - ע״פ רוב ביי גרויסע געשעפטן- דארף מען דרוקען די נומ. 9 בעפאר מלייגט אריין די טעלפאן נומ.?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:39 pm
דורך משה געציל
ווענד זיך וואספארא פאן סיסטעם זיי האבן, ע"פ רוב יא.
בד"וו בעפאר דו רופסט מאך זיכער אז עס איז געפילטערט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
פארוואס ווערט די קאפ שווער ביי די זייטן ווען מ'זוכט עפעס אונטערען בעט וכדומה?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:44 pm
דורך אביגדור
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פארוואס ווערט די קאפ שווער ביי די זייטן ווען מ'זוכט עפעס אונטערען בעט וכדומה?

לחץ דם גבוה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב עס שוין פון אלס קליין קינד. גראדע בין איך פונקט היינט געווען ביים דאקטער אלעס איז פיין ב"ה. אפשר רעדן אונז פון צוויי אנדערע זאכן הער דאקטער.

נ.ב. איך הייב אן טראכטן אפשר ביסטו גאר אלטער משה קעסלער, א באבובע דאקטער!! :lol:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:14 pm
דורך נולד מאוחר
ווי אזוי טייפט מען נקידות ווען מטייפט אידיש? למשל http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=23&t=4664
קען איך עס טאן מיט מיין פאן?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:57 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז פאראן א עפפ פאר דעם. דארף מען נאכטשעקן דעם נאמען.
געדענק אבער אז דא אין שטיבל לייענט זיך בעסער אן נקודות.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:01 pm
דורך געפילטע פיש
וועלכע פאון? דאָ הָאסטוּ אַ סֵייט וואָס דוּ קֶענסט פּראָביִרן אוֹיף עֶנִי פאָון, טייפ דארט און קאפי פעיסט. אבער כ'געדענק זיך אז ענדרויד האט קיבאורדס מיט דעם אפשען, און א jailbroken iPhone האט אויך.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:40 pm
דורך נולד מאוחר
ווי אזוי טוט מעו עס אויפן pc?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:49 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:38 am
דורך ידיד
וואס מיינט P/C ביי אנפאנג פון א טעקסט מעסעדש ע"פ רוב ביי פארווערדעד מעסעדשעס פון נייעס אפדעיטס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:52 am
דורך משולם שטיינפעלד
קאפי פעיסט, אז דער וואס ברענגט עס איז נישט דער אריגינעלער שרייבער דערפון, נאר ער האט עס באקומען, און ער שיקט עס ווייטער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 8:45 pm
דורך קאמענטירער
מארגען צונאכטס גייט מען אי״ה איינטינקען די חלה אין האניג
מיין וואונדער איז וואס ס׳פשט אין די טראדיצינאלער האניג לעפיל? סאיז דאך ניטאמאל א בית קיבול צו וואס האט מען עס גענוצט?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:26 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי מאכט א קאמפאני ריסוירטש?

רוב מאל ווען איך זעה א געוויסע פראדוקט, ובפרט אויב איז עס געטשענדזשד געווארן אויף א געוויסע אופן פון א פריערדיגע ווערסיע, וועלן זיי לאזן וויסן דעם המון עם אז נאכן מאכן אסאך ריסוירטש האבן זיי געמאכט דעם שינוי וכו'. איז מיין שאלה, ווי אזוי מאכן זיי ריסוירטש?

איך, למשל, האב שוין געקויפט הונדעטער סארטן אייטעמס אין מיין לעבן, פון געדזשעטס, אויטאס, ביז סטיריא שפילערס, און כל מיני זאכן אינצווישן וואס א געווענליכער מענטש קויפט, און פילע פון דעם האב איך געהאלטן קען נוצן א פארבעסערונג דא און דארט, און איך וואלט זייער געקענט באשטיין אז א קאמפאני זאל זיך מיט מיר פארבינדן, אדער לכה"פ שיקן אויף דער פאסט א "קוועסטשאנער", מיט שאלות ווי אזוי איך בין צופרידן און וואס לדעתי קען מען בעסער מאכן? (צומאל פרוביר איך זיי אליינס אנצורופן, אויב שייך).

למעשה האב איך נאך אזוינס קיינמאל נישט ערהאלטן. איז מיין שאלה, ווי אזוי טוען די קאמפאניס ריסוירטש אויב נישט קאמיוניקירן מיט די קאסטומערס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:28 am
דורך שליח
usability testing איז א גאנצע געביט מיט עקסטערע עקספערטן. ארויסשיקן א פראגע-בויגן פאר יעדעם איז אומפראקטיש און וואלט געברענגט אומפונקטליכע מסקנות, פירט מען ליבערשט אויס קאנטראלירטע שטודיעס אין ספעציעלע לאַבאָראַטאָריעס. אייערע שאנסן אויסדערוועלט צו ווערן פאר אזא שטודיע זענען מסתמא קלענער ווי אייערע שאנסן צו געווינען דעם לאטעריע. דאס איז א שו"ת סייט בעניני usability און user experience.
אבער א גוטע קאמפאני וועט זיין אינטערעסירט אין אייער מיינונג סייווי, איר קענט זיי מסתמא רופן אויפן טעלעפאן אדער שיקן אן אימעיל.

(דאס איז אויב רעדט איר פון זאכן וואס ווענדן זיך אינעם באנוצער, ווי פראקטישקייט פון באנוץ. אנדערע זאכן, למשל וויפיל וויטאמין D אריינצולייגן אין א מולטי-וויטאמין, ווענדן זיך אין אנדערע סארט פארש-ארבעט, און די בעסערע אדער גרעסערע קאמפאניס האבן געווענליך באזונדערע פארשער לזה).

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:55 pm
דורך I'm back
וואס איז דאס זמן קניש ?
רז'ל טיילט קנישעס ?
איז דאס א סאטמארער מנהג פונדערהיים?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:49 pm
דורך MickyMouse
ער האט לכאורה געוואלט שרייבן ׳זמן כניסה׳.
Knisa.
קען זיין אז זיין autocorrect האט עס פאראכטען צי knish.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:45 pm
דורך קאמענטירער
משמועסט דא אז היפסטערס קוקען אויס ענליך צו חסידים, ווער זענען די ״היפסטערס"? און וואו וואוינען זיי? און וואס איז זייער אנגענדע?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:53 pm
דורך I'm back
MickyMouse האט געשריבן:ער האט לכאורה געוואלט שרייבן ׳זמן כניסה׳.
Knisa.
קען זיין אז זיין autocorrect האט עס פאראכטען צי knish.


נעה, איך גלייב נישט אז ס'איז א טייפאו...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:03 pm
דורך משה געציל
I'm back האט געשריבן:וואס איז דאס זמן קניש ?
רז'ל טיילט קנישעס ?
איז דאס א סאטמארער מנהג פונדערהיים?

ני"ן יתירה. צ"ל קיש, כמנהג חסידים ואנשי מעשה שהולכין לנשק ידי רבותיהם בימי הרחמים והרצון כדי לערבב השטן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:03 am
דורך שליח
גוגל קען ליינען פריוואטע הודעות?!
screenshot.1.jpg


אגב, "זע פריוואטע הודעות" איז לכאורה א טעות, ס'דארף שטיין "קוקט".

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:16 am
דורך געפילטע פיש
זארג נישט, נישט דיינע פריוואטע הודעות. גוגל'ס ראבאט גייט דורך יעדע לינק אויפן פעידזש און אינדעקסט עס, גייט עס אויך אריין אין קאנטראל פאנעל און אין די אינבאקס, און אפשר לייענט עס דארט די פריוואטע הודעה וואס יעדע באנוצען באקומט נאכן זיך איינשרייבן.