קודם כל וועגען די טעגליכע וועטער- א shower איז מעגליך היינט צופרי אין שטאט ,עס איז שוין געווען איינס דא אין לעיקוואוד ווי איך בין יעצט פאר חול המועד, אויסער דעם זעט אויס ווי היינט בלייבט מערסטענס טרוקען אין מען ווען ב״ה קענען עסען אין די סוכה. שפעט היינט נאכט וועט זיך דער רעגען צוריקערען פון סאוטאיסט צו נארטוועסט. ד.מ. לעיקוואוד ביי אווענט, די שטאט ארום 11pm , מאנסי אין מאנרא פרייטאג צופרי.
יעצט וועגען דער hurricane איבערנאכט איז גארנישט קלארער געווארען, דער European פירט עס ארויס אין ים אין וויל זיך נישט בייגען, דערווייל דער אמעריקען האלט אין איין טוישען פון די קארליינעס א טאג צוויי צוריק צו נאו יארק נעכטען נאכט, סאו עס קען זיין עס גייט עווענטואלי אויפן וועג פונעם European אין ארויס אדער נישט , רוב פון די רעשט פון די מאדעלס עקשענען זיך אויף די קארליינעס. סאו בעסיקלי קען מען נאך נישט זאגען קלאר אין מען דארף נאך זען די היינטיגע מאדעלס. די שטורם איז געבליבען א שטארקער איבערנאכט אין עס קען נאך ווערען אביסעל שטערקער דורכען טאג.
7:20 -יעצט קומט אריין די נעקסטע ראן פונעם אמעריקאנער מאדעל אין יעצט פירט עס ארויס די האריקעין אין ים אבער נאך גאנץ נאנט צו אינז אבער דאס ווייזט שטארק אז דער euro ווייזט אויס איז געווען גערעכט אין דאס גייט out to sea . לאמיר טאקע האפען אז דאס געשעט. א גוטען מועד!
עס האט אויסגעזען ווי א מער טרוקענע טאג ביז שפעטער אבער אין די לעצטע פאר שעות האבען זיך אריינגערוקט אפאר showers דא אין לעיקוואוד מיין איך וועט שוין נישט זיין טרוקען היינט מיט on and off showers. אין ברוקלין איז עס א close call, וואס פאלט היינט וועט בלייבען גאנץ לייכט אין איך מיין נאך אז מען וועט קענען אריינכאפען א סעודה דא אין דארט. אפסטעיט האט דער בעסטע chance צו בלייבען rain free היינט.