בלאט 60 פון 113
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 6:40 pm
דורך Bpjew
געוואלדיג האט געשריבן:לעפטאפ
אויב האסט טעלגראם וכדומה קען איך עס דיך אריין שיקן
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 6:45 pm
דורך וועטערבאריכט

[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 6:46 pm
דורך געוואלדיג
וואס מיינט טעלעגראם? עניוועי האב איך באמערקט אז ווען איך קליק אויף דעם קען איך דאס יא זעהן.
א יישר כח פאר דיין רצון צו מיר העלפן.
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 6:46 pm
דורך וועטערבאריכט
עס וועט בלייבען טרוקען ביז מארגען אינדערפרי, מען קען געהעריג עסען אין שלאפען אין סוכה
[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 7:08 pm
דורך וועטערבאריכט
איך ווייס נישט פארוואס אבער ווען איך לייג ארויף די גרעפיקס היינט ווייזט עס א קעסטעל וואס מען מיז קליקען אויף דעם עס צו זען, עס האט עפעס צו טוהן מיט קאווע שטיבעל. ואתכם סליחה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 7:11 pm
דורך געוואלדיג
דיין לעצטע גרעפיק זעה איך יא געהעריג.
#גייוויייס
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 7:13 pm
דורך Bpjew
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס אבער ווען איך לייג ארויף די גרעפיקס היינט ווייזט עס א קעסטעל וואס מען מיז קליקען אויף דעם עס צו זען, עס האט עפעס צו טוהן מיט קאווע שטיבעל. ואתכם סליחה.
וואס האסט געלייגט היינט איז געווען gif
זעט אויס אזוי ארבעט ווען מען לייגט gif
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 7:13 pm
דורך Bpjew
געוואלדיג האט געשריבן:דיין לעצטע גרעפיק זעה איך יא געהעריג.
#גייוויייס
די לעצטע איז געווען א נארמאלע פיקשער
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 7:17 pm
דורך ירח בן יומו
נישט בייי מיר.
מיטוואך חול המועד - וועטער באריכט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 8:03 pm
דורך וועטערבאריכט
א גוטען מועד, עס איז געווארען קילער נאכמיטאג מיט דער קאלד פראנט וואס איז אדורכגעגאנגען. רוב טאג איז אבער ב״ה געבליבען טרוקען אין עס זעט אויס ווי עס ווערט א ברעיק אין די רעגען ביז מארגען נאכמיטאג אדער אפילו ביז מארגען נאכט. נאכדעם פאנגט זיך דער פראנט צוריקצוריקען אין דאס וועט ברענגען פרישע רעגענס פון דאנערשטאג ביז שבת אינדערפרי. פונקטליך ווי די שווערסטע רעגען וועט פאלען איז נאך אומקלאר אבער רעגען , ווינט אין קילע טעמפרעטורס זען אויס זייער מעגליך אין דער צייט. טעמפרעטורס וועלען בלייבען זייער קיל נאר נאנט צו 60 דאנערשטאג אין נאר אין די 50s פאר פרייטאג. שבת אין זונטאג זען אויס צו בלייבען פארוואלקענט אין מער ווארעם מיט א מעגליכקייט פאר showers . זונטאג נאכט אין מאנטאג וועט זיך ווענדען אין די פונקטליכע טרעק פון hurricane Joaquin דורכען טאג זענען די מאדעלס געבליבען מיט צוויי מעגליכע סעלושענס. דער european האלט זיך ביי זיינס אז דאס פארט ארויס אין ים אריין אין אויסער אביסעל רעגען אין ווינט וואלט עס נישט קיין סאך צרות אנגעמאכט פאר נאו יארק. אבער לויט כמעט אלע אנדערע מאדעלס קומט דער שטארקער hurricane ארויף אין ווערט שוואכער איבער די קילע וואסערען אבער אין דער זעלבער צייט מאכט עס א דריי וועסט אין קומט אריין ערגעץ פון north carolina אדער virginia ביז מעגליך new jersey. די לעצטערע אמעריקאנער מאדעל ברענגט עס נאנטער צו אינז אין delaware אדער אפילו סאוט new jersey ווי א category 1 hurricane מיט 75 mph ווינטען, 3-5 אינטשעס רעגען אין אסאך coastal flooding. עס איז נאך צו פרי ארויסצוווארפען איין פון די מעגליכע טרעק דעריבער קען מען נישט טוהן מער ווי האלטען אן אויג אויף די דיוועלאפמענטס.
דא האט איהר די וועטער באריכט פאר׳ן קומענדיגער וואך הבעל״ט.
וועטער -נאו יארק סיטי
מיטוואך נאכט- מערסטענס פארוואלקענט ווינטיג אין אסאך קילער, ארום 52.
דאנערשטאג- רעגען ווערט מעגליך ספעציעל שפעט נאכמיטאג אין איבערנאכט , ווינטיג אין קיל. ארום 60 בייטאג, רעגען אין שטארק ווינטיג ביינאכט 25-35 mph . ארום 52.
פרייטאג- רעגען מעגליך heavy , ווינטיג אין קיל , ארום 55. ווינטען פון 30-40 mph. רעגען מעגליך heavy פרייטאג איבערנאכט, ווינטען 30-40 mph ,זייער קיל ,ארום 50.
שבת אין זונטאג - מערסטענס פארוואלקענט אין ווינטיג מיט showers מעגליך, נישט אזוי קיל 65-70 בייטאג , ארום 62 ביינאכט.
( פון דא אין ווייטער ווענדט זיך אויפן פונקטליכען טרעק פון hurricane )
זונטאג ביינאכט - רעגען ווערט heavy מיט שטארקע ווינטען מעגליך , ארום 65.
מאנטאג - רעגען , קען זיין heavy מיט שטארקע ווינטען , ווארעם אין humid , ארום 75.
דינסטאג אין מיטוואך - מערסטענס פארוואלקענט אין ווארעם מיט א chance פאר showers , ארום 72 בייטאג , ארום 55 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
מיטוואך נאכט- מערסטענס פארוואלקענט ווינטיג אין אסאך קילער, ארום 55.
דאנערשטאג- רעגען ווערט מעגליך ספעציעל שפעט נאכמיטאג אין איבערנאכט , ווינטיג אין קיל. ארום 62 בייטאג, רעגען אין שטארק ווינטיג ביינאכט 25-35 mph . ארום 52.
פרייטאג- רעגען מעגליך heavy , שטארק ווינטיג אין קיל , ארום 60. ווינטען פון 30-45 mph. רעגען מעגליך heavy פרייטאג איבערנאכט, ווינטען 30-45 mph , קיל ,ארום 55.
שבת אין זונטאג - מערסטענס פארוואלקענט אין שטארק ווינטיג מיט showers מעגליך, נישט אזוי קיל 65-70 בייטאג , ארום 60 ביינאכט.
( פון דא אין ווייטער ווענדט זיך אויפן פונקטליכען טרעק פון hurricane )
זונטאג ביינאכט - רעגען ווערט heavy מיט שטארקע ווינטען מעגליך , ארום 62.
מאנטאג - רעגען , קען זיין heavy מיט שטארקע ווינטען , ווארעם אין humid , ארום 70.
דינסטאג אין מיטוואך - מערסטענס פארוואלקענט אין ווארעם מיט א chance פאר showers , ארום 72 בייטאג , ארום 52 ביינאכט.
וועטער מאנסי אין מאנרא-
מיטוואך נאכט- מערסטענס פארוואלקענט ווינטיג אין אסאך קילער, ארום 48.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט אין קיל , ארום 58. רעגען , קאלט אין ווינטיג ביינאכט 15-25 mph . ארום 45.
פרייטאג- רעגען מעגליך heavy , ווינטיג אין קיל , ארום 52. ווינטען פון 15-25 mph. רעגען מעגליך heavy פרייטאג איבערנאכט, ווינטען 20-30 mph ,קאלט ,ארום 43.
שבת אין זונטאג - מערסטענס פארוואלקענט אין ווינטיג מיט showers מעגליך, נישט אזוי קיל 55-60 בייטאג , ארום 50 ביינאכט.
( פון דא אין ווייטער ווענדט זיך אויפן פונקטליכען טרעק פון hurricane )
זונטאג ביינאכט - רעגען ווערט heavy אין ווינטיג , ארום 55.
מאנטאג - רעגען , קען זיין heavy מיט שטארקע ווינטען , ווארעם אין humid , ארום 72.
דינסטאג אין מיטוואך - מערסטענס פארוואלקענט אין ווארעם מיט א chance פאר showers , ארום 70 בייטאג , ארום 50 ביינאכט.
אויב איר זענט אין די קעצטקילס גייט זיין מערסטענס פארוואלקענט אבער דער רעגען זעט נישט אויס צוריקצוקומען ביז פרייטאג צונאכטס. דערנאך קען רעגענען אין זיין גאנץ ווינטיג פון שבת ביז דינסטאג טעג וועלען זיין זייער קיל , אין די 50s בייטאג אין די 40s ביינאכט . מיט 60s בייטאג אין 50s ביינאכט פון מאנטאג ביז מיטוואך, אביסעל זון קען ארויסקומען מיטוואך.
די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט , א גוטען מועד.
איך וועל אויך אי״ה אפדעיטען ווען עס פעלט אויס אדער אויב נייערע אינפארמעשין קומט אריין.
8pm update hurricane
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 8:14 pm
דורך וועטערבאריכט
דער האריקעין איז געווארען אסאך שטערקער אין די לעצטע פאר שעות ווינטען זענען ארויף אויף 105 מ.פ.ש דאס מיינט אז עס איז געגאנגען פון א טריפיקעל שטורם היינט אינדערפרי ביז א category 2 האריקען יעצט, דער אפיציעלער טרעק טוישט זיך מיט א יעדע אויסגאבע פון האריקעין סענטער אין עס וויזט עס יעצט אריינקומענדיג אין maryland or delaware , ווי פריער געזאגט וועט זיך נאך דאס טוישען א יעדע פאר שעות.
(קליקט אויפן קעסטעל דאס צו זען )
Comic relief
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 8:20 pm
דורך וועטערבאריכט
.
11pm hurricane update
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:08 pm
דורך וועטערבאריכט
Winds up to 115mph could become a category 4 before weaking
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:04 am
דורך וועטערבאריכט

דאס איז דער אמעריקאנער מאדעל וואס קומט יעצט ארויס , סאיז צרות ווייזט דער האריקעין ווי עס רוקט זיך אריין אין נאו דזערסי דאס וואלט געווען נאנט צו דער worst case scenario.

עס איז טאקע נאר איין מאדעל אבער מען מיז באמת זיין געווארנט אז דאס קען אנמאכען ערענסטע פראבלעמען .
דער נייער euro קומט ארויס ארום 2-2:30 איך האף צו שלאפען דעמאלטס אבער אינדערפרי וועל איך איבער גיין וואס טוט זיך אין שרייבען א פאוסט בעזרת ה׳
[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:12 am
דורך סביב העולם
וועטערבאריכט האט געשריבן:
[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט ווא דא שטייט אויב איך מעיג בעטן וואס שטייט דא? אין וויזוי ליינט מען די דאזיגע שטריכן?
.
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:18 am
דורך וועטערבאריכט
סביב העולם האט געשריבן:וועטערבאריכט האט געשריבן:
[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט ווא דא שטייט אויב איך מעיג בעטן וואס שטייט דא? אין וויזוי ליינט מען די דאזיגע שטריכן?
.
Follow the red circle (hurricane ) as it goes up then turns and smacks right next to NYC


[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️
דאנערשטאג צופרי אפדעיט
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 7:16 am
דורך וועטערבאריכט
קודם כל וועגען די טעגליכע וועטער- א shower איז מעגליך היינט צופרי אין שטאט ,עס איז שוין געווען איינס דא אין לעיקוואוד ווי איך בין יעצט פאר חול המועד, אויסער דעם זעט אויס ווי היינט בלייבט מערסטענס טרוקען אין מען ווען ב״ה קענען עסען אין די סוכה. שפעט היינט נאכט וועט זיך דער רעגען צוריקערען פון סאוטאיסט צו נארטוועסט. ד.מ. לעיקוואוד ביי אווענט, די שטאט ארום 11pm , מאנסי אין מאנרא פרייטאג צופרי.
יעצט וועגען דער hurricane איבערנאכט איז גארנישט קלארער געווארען, דער European פירט עס ארויס אין ים אין וויל זיך נישט בייגען, דערווייל דער אמעריקען האלט אין איין טוישען פון די קארליינעס א טאג צוויי צוריק צו נאו יארק נעכטען נאכט, סאו עס קען זיין עס גייט עווענטואלי אויפן וועג פונעם European אין ארויס אדער נישט , רוב פון די רעשט פון די מאדעלס עקשענען זיך אויף די קארליינעס. סאו בעסיקלי קען מען נאך נישט זאגען קלאר אין מען דארף נאך זען די היינטיגע מאדעלס. די שטורם איז געבליבען א שטארקער איבערנאכט אין עס קען נאך ווערען אביסעל שטערקער דורכען טאג.
7:20 -יעצט קומט אריין די נעקסטע ראן פונעם אמעריקאנער מאדעל אין יעצט פירט עס ארויס די האריקעין אין ים אבער נאך גאנץ נאנט צו אינז אבער דאס ווייזט שטארק אז דער euro ווייזט אויס איז געווען גערעכט אין דאס גייט out to sea . לאמיר טאקע האפען אז דאס געשעט. א גוטען מועד!
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 7:46 am
דורך וועטערבאריכט
פארגעסען ציצולייגען אז מיט טעמפרעטורס היינט אין די low 60s איז דאס די ערשטע טאג פון אינטער 70 פאר דער שטאט זייט June 4th.
[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️
8am map
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:05 am
דורך וועטערבאריכט
איך וועל אפדעיטען ארום מיטאג, אבער ב״ה דאס זעט אויס ווי עס פארט אריין אין ים, רעגען אין ווינט פאר אינז דער נעקסטער פאר טעג יא, אבער א שטארקע האריקעין לכאורה נישט .
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 9:52 am
דורך וועטערבאריכט
עס האט אויסגעזען ווי א מער טרוקענע טאג ביז שפעטער אבער אין די לעצטע פאר שעות האבען זיך אריינגערוקט אפאר showers דא אין לעיקוואוד מיין איך וועט שוין נישט זיין טרוקען היינט מיט on and off showers. אין ברוקלין איז עס א close call, וואס פאלט היינט וועט בלייבען גאנץ לייכט אין איך מיין נאך אז מען וועט קענען אריינכאפען א סעודה דא אין דארט. אפסטעיט האט דער בעסטע chance צו בלייבען rain free היינט.

וועטערבאריכט
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:58 am
דורך וועטערבאריכט
11 update

[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:38 pm
דורך שמעקעדיג
האט די הוריקעין עפעס א שייכות מיט די מלחמת גוג ומגוג וואס דארף זיך אנהויבן הושענא רבה לויט טייל מקובלים?
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:39 pm
דורך סביב העולם
שמעקעדיג האט געשריבן:האט די הוריקעין עפעס א שייכות מיט די מלחמת גוג ומגוג וואס דארף זיך אנהויבן הושענא רבה לויט טייל מקובלים?
נ. ב. לויט די מאמענט .אב.
.