בלאט 7 פון 14
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:31 am
דורך shtriemel
איש חזון האט געשריבן:א מתנה פון ביבי'ס שב''כ.
ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:40 am
דורך איש חזון
אויפ'ן רב?
אמן!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:59 pm
דורך שבת אחים
shtriemel האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:א מתנה פון ביבי'ס שב''כ.
ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו
חכמה ב׳מייאונעיז׳ אל תאמין
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:02 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: טאמער איז עס נישט א וויזשניצער זאך, ביסטו עס נישט גורס. דו דארפסט זיך אויסלערענן צו פארגינען פאר א צווייטן רבי'ן און א צווייט חסידות אויך...!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:14 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: טאמער איז עס נישט א וויזשניצער זאך, ביסטו עס נישט גורס. דו דארפסט זיך אויסלערענן צו פארגינען פאר א צווייטן רבי'ן און א צווייט חסידות אויך...!
איך האב זייער ליעב מייעאוניעס! ממש דעלישיעס! נאה. איך טשעפע נאר שטריימל.
שטריימל אז דו ווילסט זיין א עכטע בעלזער דארפסטו איינטינקען דיין שטריימל שתי פעמים אין מייענאניעז (רבי בערל ווי אזוי ספעלט מען די ווארט)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:37 pm
דורך shtriemel
שבת אחים האט געשריבן:shtriemel האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:א מתנה פון ביבי'ס שב''כ.
ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו
חכמה ב׳מייאונעיז׳ אל תאמין
די ביסט סתם א לץ. מאכסט חוזק פון יעדער דבר שבקדושה. ס'נישט פאני.
כ'האפ ס'פלאצט דיר א רעדעל אונמיטען דרייווען. #אפקומען אויף די וועלט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:01 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: טאמער איז עס נישט א וויזשניצער זאך, ביסטו עס נישט גורס. דו דארפסט זיך אויסלערענן צו פארגינען פאר א צווייטן רבי'ן און א צווייט חסידות אויך...!
איך האב זייער ליעב מייעאוניעס! ממש דעלישיעס! נאה. איך טשעפע נאר שטריימל.
שטריימל אז דו ווילסט זיין א עכטע בעלזער דארפסטו איינטינקען דיין שטריימל שתי פעמים אין מייענאניעז (רבי בערל ווי אזוי ספעלט מען די ווארט)
שבת אחים: יעצט האסטו געטשעפעט מיך אויך. און וואס הערטציך טאקע מיט די בלעז"ן...?!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:53 pm
דורך וואלווי
shtriemel האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:shtriemel האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:א מתנה פון ביבי'ס שב''כ.
ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו
חכמה ב׳מייאונעיז׳ אל תאמין
די ביסט סתם א לץ. מאכסט חוזק פון יעדער דבר שבקדושה. ס'נישט פאני.
כ'האפ ס'פלאצט דיר א רעדעל אונמיטען דרייווען. #אפקומען אויף די וועלט
זיי מתפלל אז די זאלסט נישט פארן פונקט זייט ביי זייט מיט עם דעמאלטס אויפ'ן FDR. #אפקומען אויף די וועלט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:10 pm
דורך shtriemel
וואלווי האט געשריבן:זיי מתפלל אז די זאלסט נישט פארן פונקט זייט ביי זייט מיט עם דעמאלטס אויפ'ן FDR. #אפקומען אויף די וועלט.
איך האב זיכער געמאכט אז ר'איז 100 מייל אוועק, פאר'ן וואונטשען!
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:53 am
דורך וואלווי
shtriemel האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:זיי מתפלל אז די זאלסט נישט פארן פונקט זייט ביי זייט מיט עם דעמאלטס אויפ'ן FDR. #אפקומען אויף די וועלט.
איך האב זיכער געמאכט אז ר'איז 100 מייל אוועק פאר'ן וואונטשען!
היינטיגע צייטן איז שווערער אויסצורעכענען ווי שבת געפונעט זיך אלס, אבער נישט מער געדאכט מיט א יאר צירוק האט מען נאר געדארפט פאלאוען די בערני קאמפיין טרעיל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 2:19 am
דורך שמעון וואלף
אסאך מעשיות דרייען זיך ארום וויאזוי בעלזע רב ניצט אויס די געלעגענהייט ווען ער קען א צווייטן א שטאך טון. אמאל מאכט זיך אבער אז דער צווייטער לאזט זיך נישט שפייען אין פנים און טוט צו דער זאך.
משום איזה סיבה איז דארט איינגעפירט אז אלע וואס קומען באזיכן איז מען מכבד צו נעמען א טור אין די ביהמ"ד. ביי די פאר גרויסע ווי וויזניצע רבי (ר' משה'לע), גור'ע רבי, ר' עובדי' יוסף איז די בעלזע רב אליין מיטגעגאנגן אבער די קלענערע רבנים האט ער געשיקט זיין גבאי.
די צאנז'ער רבי פון נתני'ה איז געווען אויף א באזיך און די צייט ווען די בעלזע ביהמ"ד איז פארענדיגט געווארן. ביים סוף פון די באזיך איז די בעלזע רב מכבד די צאנז'ע רבי צו גיין קוקן די שול און הייסט שמעון וואלף זאל מיטגיין. די צאנז'ער רבי דרייט זיך אויס צו זיין גבאי און זאגט אז ער (זיין גבאי) זאל גיין מיט'ן בעלזע גבאי קוקן די שול
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:15 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
שמעון וואלף האט געשריבן:אסאך מעשיות דרייען זיך ארום וויאזוי בעלזע רב ניצט אויס די געלעגענהייט ווען ער קען א צווייטן א שטאך טון. אמאל מאכט זיך אבער אז דער צווייטער לאזט זיך נישט שפייען אין פנים און טוט צו דער זאך.
משום איזה סיבה איז דארט איינגעפירט אז אלע וואס קומען באזיכן איז מען מכבד צו נעמען א טור אין די ביהמ"ד. ביי די פאר גרויסע ווי וויזניצע רבי (ר' משה'לע), גור'ע רבי, ר' עובדי' יוסף איז די בעלזע רב אליין מיטגעגאנגן אבער די קלענערע רבנים האט ער געשיקט זיין גבאי.
די צאנז'ער רבי פון נתני'ה איז געווען אויף א באזיך און די צייט ווען די בעלזע ביהמ"ד איז פארענדיגט געווארן. ביים סוף פון די באזיך איז די בעלזע רב מכבד די צאנז'ע רבי צו גיין קוקן די שול און הייסט שמעון וואלף זאל מיטגיין. די צאנז'ער רבי דרייט זיך אויס צו זיין גבאי און זאגט אז ער (זיין גבאי) זאל גיין מיט'ן בעלזע גבאי קוקן די שול
גארנישט געוועהן קיין שטאך נאר ער האט זיך פשוט באליידיגט, נישט דער בעלזער האט איהם מכבד געוועהן נאר די צאנזער האט מרמז געוועהן, אין דער בעלזער האט נישט געהאט קיין כח דעמאלס האט ער מכבד געוועהן זיין גבאי זאל פערזענליך גיין, אבער ער איז געווארן באליידיגט....
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:40 am
דורך diff
ס'אלעמאל געווען יענמעס טעות
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 12:56 pm
דורך תורה ומדע
א פלא, דער בעלזער רב שליט"א מאכט טאקע ערענסט שלום במרומיו. ער האט היינט א נאמען געגעבען אן אור אייניקל מוטן נאמען "יואל מנחם מנדל", נאכען סאטמערער רבין און נאכען לובאוויטשער רבין זכר צדיקים לברכה. הפלא ופלא!
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:03 pm
דורך HotCoffee
תורה ומדע האט געשריבן:א פלא, דער בעלזער רב שליט"א מאכט טאקע ערענסט שלום במרומיו. ער האט היינט א נאמען געגעבען אן אור אייניקל מוטן נאמען "יואל מנחם מנדל", נאכען סאטמערער רבין און נאכען לובאוויטשער רבין זכר צדיקים לברכה. הפלא ופלא!
יואל ע"ש הב"ח ומנחם מנדל ע"ש הצמח צדיק מויזניץ
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:04 pm
דורך תורה ומדע
נישט מסתבר בכלל. וד"ל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 4:32 pm
דורך איש חזון
וואס איז נישט מסתבר, דאס וואס דו האסט געשריבן אויבן, ריכטיג?
אני שמעתי אז מנחם מנדל איז נאך דער זיידע פונעם צמח, דער אהבת שלום.
(אדמו''רי בעלזא שטאמען פונעם ב''ח - אב''ד בעלזא)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 4:55 pm
דורך תורה ומדע
וואס איז געשען מיטן מעשה רוקח אדער אנדערע זיידעס? ביזן ב"ח האט מען ניט געטראפען א נאמען?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:11 pm
דורך איש את רעהו
איש חזון האט געשריבן:וואס איז נישט מסתבר, דאס וואס דו האסט געשריבן אויבן, ריכטיג?
אני שמעתי אז מנחם מנדל איז נאך דער זיידע פונעם צמח, דער אהבת שלום.
(אדמו''רי בעלזא שטאמען פונעם ב''ח - אב''ד בעלזא)
עס איז א גיטע ווערטל דעס תולה זיין אינעם ב"ח צמח צדיק
געמיינט האט ער א גיטע דזשאוק צו געבן נאך סאטמאר מיט ליבאוויצע, נעקסט וועט זיין נאך סיקריק-חרד"ק בבת אחת.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:33 pm
דורך איסר האטלקי
מנחם מענדל נאכן צמח איז העכסט מסתבר, ווי אויך נאכן מעגלי צדק פון דעשש - אויך א זיידע נישט ווייט ארויף. אבער יואל נאכן ב"ח איז זיכער נישט מסתבר.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 10:12 pm
דורך תורה ומדע
ספי לו ניט קיינע נעמען ב״ה. פון די בעלזער בילגרייער גליק גרינוולד זייט זענען נאך דא פארשידענע נעמען צו געבען. פון ויז'ניץ אפדערעדט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:05 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
גראדע האט ער יא געמיינט דער ב''ח ווייל אין בעלזא איז דאס געוועהן גאר א חשובע נאמען אין עס איז געוועהן א פאר בעלזער אייניקלעך וואס האבן אזוי געהייסן
דער ערשטע בעלזער רב האט געהאט א אייניקל א זוהן פין זיין איידעם וואס האט געהייסן יואל נאר איז ליידער אוועק אלס קינד
דער פרידיגער בעלזער רב געהאט א אייניקל יואל ביי זיין איידעם דער ראווע רוסקער רב ר' יצחק נחום טווערסקי
אבער סתם אזוי א זייטיגע נאטיץ פין ר' אלחנן האלפרין זייט איז דא א נעטערע זיידע מיטן נאמן יואל דאס איז הרה''ק ר' יואל משאץ זצ''ל חתן הרה''ק ר' מאיר'ל מפרימעשלאן זי''ע
אין מנחם מנדל איז אויך געוועהן - דער פאטער פין דער אלטע מאקעווע רב זצ''ל ה''ה הגה''צ ר' מנחם מנדל לעמבערגער זצ''ל אב''ד פולגער
ממילא האט מען אויך אינזין געהאט דער אנדערע זייט
אין בדרך אגב בדרך צחות ווערט איבער געגעבן ביי די בעלזער חברה - אז דער ר''ת פין יואל מנחם מנדל רוקח איז מרי''ם אין דער בעלזער בילגורייער רבי איז נאך אין דער שנת האבלות של אמו מרים רוקח מבילגורייא
איז דאך א געוואלדיגע רמז ......
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:36 am
דורך איש את רעהו
דולה ומשקה האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:בשעתו דער 'עדה' זי איינגערעדט אז בעלז דארף טוהן ווי אזוי זיי פאדערען, ווען דער בעלזא רב געזאגט, אקעי מסכים אבער מיט תנאי אז מינע יונגעלייט זאלן ווען מוצי"ם שוחטים ומשיגיחים אינערהאלב דער עדה, האבען זיי דאס צוריק געוויזען, וללהב יצאו.
ס'זענען געווען בעלזע מוצ'ים שוחטים וכו' אין די עדה, ער האט אבער פארלאנגט אז ער וויל א חבר הבד"ץ אויך. און גערעכט איז ער, איז בעלז א חלק פון די עדה אדער נישט?!
שוחטים זענען נישט געוועהן, גערעכט אז מוצי"ם און משגיחים זענען יא געוועהן אבער בכלל נישט אויף א הויכע דרגא ווי די אנדערע, און
בכלל נישט געהאט א געלעגענהייט ארויף צו קריכן דער לייטער, וכ"ש צו ווערן פון חבר הבד"ץ.
וויאזוי איז בכלל שייך צו ווערן א חבר הבית דין און ארויפקריכן דעם לייטער ווען אין בעלזא איז א הייליגע פליכטע דאס גיין וואוטען פאר א רעגירונג, און די בי"ד איז קעגן דעם שארף.