בלאט 7 פון 7

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 3:19 pm
דורך גאנצל
איך שטעל מיך אויך צו צו[tag]טאמבל סאס[/tag] מ'דארף קענען הערן פון יעדן אבער דער יחיא' האט דאך נישט גערעדט ער האט בלויז געשאסן

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 6:52 pm
דורך טאמבל סאס
ריכטיג האט געשריבן:
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:קוק היינט וואס טוהט זיך ואין כל חדש וגו׳
איך מיין אז דו ביסט מגזים שרעקלעך. היינט זעט מען באקעס פראווען טיש, סתם פאלטשע רעבעס. דאס איז זיכער אז דער אריז"ל איז נישט געווען קיין ליידיגגייער אדער משתלט על הציבור, סאו ברענג נישט קיין ראי' פון היינט אויף אים.

מה שהי׳ הוא שיהי׳ ואין כל חדש וגו׳
שקרנים, כזבנים און סתם חולי נפש איז קיינמאהל געוועהן קיין מאנגל דערין. אין אלע דורות זענען געוועהן אפילו פשוטי עם וואס זענען געוועהן דערהויבענע עובדי ה׳, ווי אויך פאנטאזירערס און פוסטע יונגן וואס האבן פארפירט א ציבור. ווען ס׳קומט צו גיין סיי ווער און זאגט אז ער האט א תורה חדשה וכו׳ איז דא וואס צו חושש זיין. ושומר נפשו איז אלעמאהל פארזיכערט.
ווילאנג מ׳גלויבט בתורת משה עבד ה׳, קען מען לעבן רואיג אלס ערליכע איד אפילו אז מ׳מאכט גלאט אוועק די צוגעקומענע (יא, צוגעקומענע) תורות און דרכים. אן אז״ג תורה וואס מאכט אוועק אונזער תורה שבכתב ושבע״פ שהיא ירושה לנו מדור דור, איז ביי מיר אפגעפרעגט פארדעם אליין.

היינט ווען איינער וויל דינגען אויף למשל כ"ק אדמו"ר ר' ניסן מקרעטשניף שליט"א טענה'ט מען טאקע דאס אז ער איז א ליידיגגייער וכו', פארוואס טענה'ט נישט קיינער פון די חולקים אויפן אר"י אזעלעכע טענות. מה שהיה הוא שיהיה, ניין?

א לאגישע טענה. מוז אבער נישט זיין. ס'קען זיין אז דעמאלט זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געשריגען ליידיגגייער אבער ווערט צו זיין עולה צוזיין על הדפוס און מוריש זיין מדור דור וועט מען ליבערשט עמיצער וואס רוקט ארויס מער זאכליכע טענות, בדברי נחת, געבעיסט אויף הלכה וסברא תורניות ממקורותינו הקדומים. נאכדערצו אמאל ווען דרוקען איז איז פיהל שווערער געווען.

כ'וואלט אפילו געזאגט אז מ'וועט צענזורירן די סתם פארלוימדונגען און נאר דרוקן די אביעקטיווע נישט עמאציאנעלע טענות אפי' ווען ס'איז פון דער זעלבער מענטש. סתם פארדאמונגען א שטייגער ווי יחיאל און ארי נוהם איז גוט אויף יענע דור פון די שערוריה, אונפארמאל, אדער אויף דרוקן איינמאל. קוק אפילו ש"ץ, וויפיהל פון אונזערע מיטליעריגע ווייסן וואספארא פראמיסקיועס מאן ער איז געווען אדער וואספארא ליידאק מ'האט געזאגט ישראל נגארה איז געווען. (דערמיט זענען ביידע זייטן איינשטימיג אז ווי עס זאל נישט זיין דארף מען די שמוץ צו אפילו סתם פערסאנעל אטאקעס - צענזורירן..) ווי מער מ'האט געדרוקט אלץ מער שטותים זענען פרעזעווירט געווארן. היינט קען יעדער שמוק דרוקען זיין בויכווייטאג.

ווי אויך איז נישט קיין דמיון ווייל צו קענען שרייען ליידאק דארף מען קענען הערן אדער זעהן איבערן מענטש פערסאנעל משא"כ כשדנין רק לפי פרי ידיו.. אלזא ווי קלענער די וועלט איז געווארן אלס מער פערסאנעל זענען געגאנגען די אטאקעס. ווצבש אויף דער חוזה אדער ישמח משה לייענען מיר שוין ומער כו' ווי שפעטער, געוואנדען וואספארא השפעה און ווי באקאנט דער מדובר האט/איז, אלס שמוציגער ווערן די קאמפיינען. אבער ס'איז יתכן אז מה שהיה הוא שיהיה.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 7:15 pm
דורך [NAMELESS]
השערתך בעלמא.

קענסט מיר ווייזן אפילו איין רמז אנטקעגן דעם אר"י דוגמת מה שכתב הציצית נובל צבי אויף ש"ץ? דאס איז שוין א געדרוקטע חיבור.

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 7:23 pm
דורך טאמבל סאס
כהאב עס נישט געליינט, אבער אויף ר' ניסן שרייבט אויך נישט קיינער ער איז א מנובל. א ליידיקגייער קען מען זיין דורך פארשידענע וועגן און א מנובל איז לאו דוקה א ליידיקגייער. אדער ביידע נישט און נאכאלס א רמאי.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 7:36 pm
דורך טאמבל סאס
ווי אויך איז פשוט כפי מה שאנחנו רואים בעינינו אז הונדערטע יארן שפעטער אין היסטאריע, ווען מ'קוקט צוריק אויף היסטארישע פיגורן, ווערן ווערן די שטארקע אפיניענס צעווישן היראו און ווילען - בלוררד. ווייל עמאשנס איז שוין נישטא און די לעבנס אומשטענדן זענען שוין אזוי אנדערש אז מיר קוקען שוין באמת אנדערש צוריק און מ'טוישט ווי מ'האט אמאל געמיינט. אדער כדי צו מאכען בכלל א דזשאדזשמענט דארפן מיר אומשטאנד זיין מדמה צו זיין צו די לעבן, די וועלט, און די מאראלן וואס מיר קענען; ס'איז שוין אבער צוסאך צייט פארלאפען דאס צוטוהן. דאס איז אפילו ביי אלגעמיינע היסטוריה.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 10:28 am
דורך [NAMELESS]
אלץ אמת, אבער היסטאריע האט רעקאדירט געונג און נאך מערכות וואס זענען געווען אנטקעגן מענטשן פערזענליך, אנטקעגן אר"י איז דאס נישט דא, מיין מסקנה דערפון איז אז ס'איז ווייזט אויס נישט געווען אויף וואס.

דאס וואס דו טענה'סט אלץ ריחוק מקום, דארף מען נאכגיין צו ס'איז בכלל געווען מתנגדים בקירוב מקום, אויב יא וויל איך וויסן וואס זייערע טענות זענען און צו דאס איז געווען פערזענליך, אויב נישט איז דאס אליינס א ראיה אז ער איז נישט געווען קיין ליידיגגייער, מ'רעדט דאך פון צפת בזמן הב"י ודעימיה.