בלאט 7 פון 10
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:27 pm
דורך געוואלדיג
איך בין כמעט געווארן אפגעזאגט פון מיין דזשאב פאר מיין טעות,
[center]"די דעדליין איז זונטאג 'מיטאג' 12:00:00 פונקטליש"[/center]
נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 1:19 am
דורך כוכב
א. שמעו נא רבותי רבנים דיינים מומחים, איך גיי זיין ברוטאלי אננעסט מיט ענק, איך ווייס נישט וואס געוואלדיג ווייסט, אבער איך האב היינט נישט ערהאלטן קיין איין איינציג ארטיקל פאר קיין רפואה נישט. און דאס איז נישט נארמאל. איך מוז האבן אלע ארטיקלען אויף מיין דעסק אין צייט, אז נישט קען איך נישט אנגיין.
ב. די רעדאקציע וועט מוזן שליסן די טירן זונטאג צוועלף אזייגער מיטאג שארף, איך בעט די אלע שרייבערס וואס האבן זיך אונטערגענומען צו אהערשטעלן ארטיקלען זאלן זיין אן עומד בדיבורם און זען צו כאפן דעם דעדליין.
ג. חברה, איך זאג אייך ס'קומט אן אויסגאבע בעז"ה וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, און איר ווילט נישט פארפאסן די געלגענהייט אז אייער ארטיקל זאל דארט ערשיינען און ווערן געליינט דורך טויזנטער אידן.
ד. בקשה: טאמער איז דא איינער וואס האט סיי וואס פארא אן עקספערטיז מיט אימעיל-בלעסטס, ביטע קומען אין אישי.
ה. די אלע נדבנים ווערן געבעטן אריינצושיקן זייער נדבה ווי פריער.
ו. ווער ס'האט זיך נאכנישט אנגערופן און האט די יכולת ארויסצוהעלפן מיט געלט, זאל קומען אין אישי.
נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:09 pm
דורך פליקער
כוכב באריאיג זיך היינט איז אפריל 15 טעקס דעי,
נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 1:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
ריכטיג, היינט איז די דעדליין פאר די חסידישע עולם, פאר די אלגעמיינע באפעלקערונג איז דאס געווען מיט צוויי חדשים צוריק.
נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 1:30 pm
דורך שמעקעדיג
נו, צו וועמען מיינסטו רעדט מען דא?
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:34 am
דורך שטילע אינגערמאן
עורו עורו משנתכם. וויניגער ווי 12 שעה געבליבען.
רבותי, נעמטס ארויס די רויע טייגלעך פונעם דרעפטס אין שיקט אפ צו כוכב, געבט שטילע א שמחת יו״ט.
ווער סשיקט נעקסט זיין ארטיקעל צו כוכב זאל זיך מעלדן דא, כוועל עיהם באלוינען מיט א זאך וואס כגעב נישט אזוי אפט
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 1:26 am
דורך כוכב
ווער עס רעכנט נאך אריינצושיקן אן ארטיקל צו דער רעדאקציע, זאל זיך ביטע אנרופן, מיר זאלן וויסן מי ומי ההולכים.
אדאנק.
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 2:23 am
דורך [NAMELESS]
איך בין דער נעקסטער זיך צו מעלדן [לידיעתך, [tag]שטילע אינגערמאן[/tag]].
רבותי, נאכן אפשרייבן אן ארטיקל אויף
שלום בית, האב איך מיך נישט געפוילט, נאר אנגעהויבן שרייבן א
פרישע ריזן ארטיקל אויף די
כת הצדוקים, וואו איך האב פרובירט מסביר צו זיין זייער ערשיינונג, שיטות, היסטארישע פרעספעקטיוון, הלכה'דיגע מחלוקות מיט די חכמים, און זייער אונטערגאנג.
איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן פונעם לענגערן ווערק.
מעגליך אז א קורצע נספח וועט נאכפאלגן אין ק"ש,
והמבין יבין טעם הדבר.
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 2:37 am
דורך נהורא נפישא
שש, דו ווייסט שוין וואס דער שתקן גייט די געבן, איך מיין ער גייט דיר געבן משתוקא בתרין.
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:21 am
דורך פליקער
שש קוק צי ווי מיר בענקען, נאר מרמז געווען אז דו שרייבסט, ננישט געזאגט נאך גארנישט, און באקומען מער לייקס ווי מיין גאנצע ארטיקל וועט קריגן, או נא לנו כי חטאת
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:06 pm
דורך [NAMELESS]
לאזט'ס מיר וויסן ווען ס'איז שוין 12:00 א דאנק
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[center]פארמאכט![/center]
אלע נייע ארטיקלען וועט מען מסתמא מוזען לאזען ביז תשע"ז.
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:14 pm
דורך כוכב
ליטוואק קיינער האט דיר נישט געבעטן צו רעדן אין מיין נאמען.
די רעדאקציע איז אפיציעל געשלאסן, און קיין גאראנטיע איז מער נישט פארהאן, אבער א פתח פתוח כחודו של מחט איז נאך יא פארהאן, פאר לייטזעליגע זאכליכע ארטיקלען וואס וועלן אנקומען צו דער רעדאקציע אין די קומענדיגע שעות.
#מ'מאכט_שוין _צו_די_קאך,_ס'וועט_נישט_זיין_קיין_טשאלנט_מער
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געמאלדען נייעס, נישט אויסגערופען קיין ווארענונגען. איך בין א גראדע ליטוואק, איך האב געמיינט א צייט איז א צייט....
איך בין געווארען זייער עקסייטע"ד אז מ'האלט שוין ביים נעקסטער שטאפעל. טאמער איך האב עפעס נישט ריכטיג געטוהן, בעט איך אייך איבער
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 1:33 pm
דורך פליקער
ליטטוואק, פאר יעדע ווארענונג פון כוכב האסטו אריין געשיקט שנעל נאך אן ארטיקל, נישט אזוי
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 1:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביז איך האב געכאפט אז איך קען אליינס ווארענען......
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 11:02 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לטובת הרבים, האב איך ארויפגעשטעלט דער פאראיאריגע פה-סח אויפ'ן אינטערנעט צו קויפען א געדרוקטע. קוקט'ס
דא פאר מער דעטאלען.
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:30 pm
דורך געוואלדיג
איך בין באורד, אלע ארטיקלען זענען שוין אין, איך האב שוין נישט וועמען צו נאכלויפן, יעצט איז די ארבעט פונעם גראפיקער, און ווען איך זאג ארבעט מיין איך טאקע ארבעט, עס איז אריינגעקומען א געוואלד מיט ארטיקלען פון אונזערע בעסטע און געלונגענסטע שרייבער (ד.מ. יעדער איינער) אויף אלע נושאים און אלע מקצועות, אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן, עס געפונט זיך דארט סיפורים, ענינים, הגות, דעות, אקטואליע, ועוד סורפרייזעס,
[center]און וועט אי"ה אויב אלעס גייט כשורה מארגן דינסטאג זיין אוועילעבל[/center]
#יחי_קאווע_שטיבל
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:35 pm
דורך קל וחומר
הארעי!!,
#קענט_וועיט_טו_ריעד_איט.
אין דעם געלעגנהייט (אויך מיר א געלעגנהייט...) וויל איך זיך מתנצל זיין פארן נישט מקיים פסק זיין מיטן אריינשיקן אן ארטיקל, האמת אגיד, כ'האב אנגעהויבן 'פינף שטיק' ולא אסתייע מילתא צוליב טעכנישע סיבות, אבער האפענטליך וועלן זיי נאכפאלגן בקרוב.
Well make up for it!
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 1:39 am
דורך קאצקע ציקער
וואס מיינט טעכניש?
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 8:47 am
דורך [NAMELESS]
איך האב אויך געהאט עפעס שוין כמעט גרייט אריינצושיקן אבער היות מיר האלטן יעצט בפרוס חג המצות ולאכול פאטעיטעס בדיצות האב איך מיר נישט געקענט גענוג צאמנעמען ולא איסתייעא מילתא.
עצה טובה קמ"ל אז קומענדיגע יאר, פאר אזוינע זריזים ווי מיר, זאל מען שוין מעלדן ט"ו בשבט, אזוי עט די אשת חיל נישט מוזן כסדר איבערהאקן די הייליגע עבודה.
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:54 am
דורך [NAMELESS]
די דעקל איז ארויסגערינען צו די גרופעס בעפאר ס'איז אויף קאווע שטיבל?
#חוצפה
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:57 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נו, לאמיר שוין זען