א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
אז דו פרעגסט שוין, פרעג בעסער. פארוואס דארף זיין בכלל אז מענטשן ווערק קראנק אז זיי דארף צוקומען צו א שפיטאל? קען נישט מאכן אז מען זאל זיין געזונט?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
נעגעל וואסער האט געשריבן:אז דו פרעגסט שוין, פרעג בעסער. פארוואס דארף זיין בכלל אז מענטשן ווערק קראנק אז זיי דארף צוקומען צו א שפיטאל? קען נישט מאכן אז מען זאל זיין געזונט?
נאריש.
מיין פראגע איז געווען, אויב דער אויבערשטער האט יא באשאפן אזא זאך ווי טעכנאלאגיע, וואס איז א געוואלדיגע זאך און ראטעוועט לעבנס, טא, פארוואס פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק איז דאס נישט געווען? וואלט מען ווען דען נישט געקענט מיט טעכנאלאגישע מיטלען ראטעווען די לעבנס פון הונדערטער גדולי עליון וועלכע זענען פריצייטיג אוועק אדער פון מחלות וכדומה?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע איז נאך זייער יונג , און ביז די צווייטע וועלט־מלחמה האט עס געמאכט מער חורבנות ווי אויפגעטון, און לויט סטיווען האוקינגס גייט די וועלט חרוב ווערן ערגעצוואו אין די קומענדיגע 600 יאר אדאנק טעכנעלאגיע.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:די געדאנק אז שכר ועונש אז פאר אייביג לנצח נצחים , איז א יסוד וואס איז א חלק פון אמונה אין שכר ועונש ? איז מעגליך צי זאגן אז שכר ועונש איז פאר א מוגבל'דיגע צייט? א שעה א טאג א וואך א יאר ?
פארוואס פרעג איך?
איינער פרעגט מיר אזא שאלה וויאזוי מאכט סענעס אז דער אייבישטער זאל מאכן א מענשטס מצב לנצח נצחים, זאל זיין געוואנדן וויאזוי ער האט זוך אויפגעפירט 70 נארישע יאר.
לאמיר זוך פארשטעלן איך לאז מיין קינד מער קיינמאל נישט און זיין לעבן שפילן מיט זיינע חברים, ווייל ער איז פאר איין סקונדע געווען א מחוצף.
א גוטן,
פונקט לעצטנס געזען פון הרב עזריאל טויבער געשריבן איבער דעם ענין, און טוט שטארק אויסקלארן.
"ווען מען רעדט פון עולם האמת און שכר ועונש, זענען דא אסאך וואס טראכטן אז די כוונה איז בנוגע גן עדן און גיהנם, אז ווער עס האט געטון מצוות וועט זוכה זיין צו גן עדן, און ווער נישט וועט געשטראפט ווערן מיט גיהנם אנשטאט גן עדן. און אויב איז טאקע אזוי, איז זיכער דא א פלאץ צו טענה'ן: מה לי ולצרה הזאת? סוף סוף זענען דא פאר מיר צוויי וועגן, איינס איז גן עדן און די צווייטע גיהנם, און איך ווייס נישט אויף וועלכע פון די צוויי איך ווער געפירט. און אויב איז עס טאקע אזוי, קען מען טענה'ן: איך האלט נישט דערביי... איך וויל נישט... איך בין נישט מסכים מיר אריינצולייגן אין א סכנה פון גיין אין גיהנם און איך בין מוותר צו פארדינען גן עדן!"
אבער דאס איז א שטארקע טעות! ווייל ליהוי ידוע אז דער עיקר שכר ועונש פון וואס מען רעדט, איז בכלל נישט בנוגע גן עדן און גיהנם, נאר בייחס צו עולם הבא. דער שכר איז זוכה צו זיין צו עולם הבא, וואס דאס איז לנצח נצחים, און דער עונש איז רח"ל צו ווערן פארשניטן און נישט זוכה זיין לחיי נצח. דאס איז בעיקר די נושא. און דאס איז דער אמת'ער און ריכטיגער שכר ועונש!"
נאר היות דער זמן פון שכר ועונש איז נאר נאך זעקס טויזנט יאר, איז ביז דעמאלט זענען פארהאן צוויי סארט 'ווארט-זאלן', וואס זיי רופט מען גן עדן און גיהנם. ווער עס האט געטון מצוות און מעש"ט געפינט זיך און ווארט אין א פיינע רואיגע צימער, וואס דאס איז כביכול גן עדן, און ווער עס זינדיגט געפינט זיך און ווארט מתוך יסורים, וואס דאס איז גיהנם. אבער די ביידע זענען נאר די ווארט-זאלן."
ממילא, צו טענה'ן אז אפשר לוינט זיך נישט דאס געשעפט וויבאלד מיר קענען חלילה אנקומען אין גיהנם, דאס איז אן אפגעפרעגטע טענה מעיקרא, ווייל דאס איז פונקט ווי א מלמד אדער לערערין וואס וויל נישט אננעמען א שטעלע טענה'נדיג אז די שטעלע וועט קאסטן אפאר הונדערט דאלאר פון זיין אייגן טאש. וואס ענטפערט מען אים? זאלט איר זיין געזונט, גערעכט, איינמאל צאלט איר טאקע אפאר הונדערט דאלאר כדי צו קענען אנקומען צו אזא שטעלע, אבער פון דאן און ווייטער באקומט איר א וועכנטליכע געהאלט... איינמאל פאר אלעמאל... (צו די וואס פארשטייען נישט מיט דעם דערמאנטן ביישפיל: איינער וואס לערנט זיך פירן א קאר, און ער האט זייער מורא אז ער וועט נישט דורכגיין דעם טעס"ט, ער איז זייער אנגעצויגן אז אפשר וועט ער דורכפאלן די פארהער און דערלייגן די פאר הונדערט דאלאר, וועלן אים דאך אלע ערקלערן אז עס לוינט זיך איינצושטעלן, אפילו עס קען זיין עס וועט אים קאסטן א פרייז פון עטליכע הונדערט דאלאר, ווייל ער וועט דאך נאך אלע מעשיות ארויסגיין מיט א פערמי"ט אין די הענט).
די משלים זענען זייער גלייך צו אונזער נושא. ווייל עולם הבא איז נצח נצחים, און ווי ביטער און שווער עס איז דאס צו עררייכן, צאלט זיך עס אבער אויס צום סוף, עס לייטערט אויס דעם מענטש כדי ער זאל קענען אנקומען און דערגרייכן דעם ציל פון נצח נצחים. קומט אויס אז אין די מושגים פון נשמה וואס באגרייפט און פארשטייט וואס איז דאס נצח, איז בכלל נישט פארהאן קיין צוויי צדדים אויב עס איז ווערד אדער נישט (פונקט ווי אין אונזערע השגות, להבדיל, ווען מען איז משקיע אן איינמאליגן גרויסן סכום כדי צו גרייכן א דעגר"י, דיפלאמע, וכדומה)"
"יעצט פארשטיי: דאס וואס מיר ווייסן פון ספה"ק אז עס איז ווערד אריבערצוגיין אלע יסורי עולם הזה, אלעס כדי צו ענטפערן איין 'אמן יהא שמיה רבה', אדער מקיים צו זיין א מצוה, וואס ליגט אונטער דעם? וואס איז פשט? ווייל סוף סוף דער גאנצער חיי העולם הזה איז באגרעניצט, דאקעגן שכר מצוה איז נצחי. ממילא איז אוודאי אלעס ווערד צו אינוועסטירן פאר אזא געוואלדיגע שכר לנצח נצחים. יעדער מענטש וועט אוודאי מסכים זיין צו צאלן דעם איינמאליגן סכום פון עטליכע הונדערט דאלאר, צו באקומען א שיינעם געהאלט יעדן חודש און לנצח נצחים."
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
לבי ובשרי האט געשריבן:וואס טוט זיך אבער מיט די רפואה חלק וואס איז זיכער אז אויב דאס גייט אונטער איז א חורבן.
רפואה איז נישט קיין זאך פאר זיך אז מ'זאל קענען פרעגן דערויף נאר אן ענף פון די גאנצע פארשריט וואס די וועלט מאכט וואס איז בכלל נישט מוכרח ס'איז א טובה און קען גאר פירן צו אונזער סוף לויט אקאסיא קארטעז אין אזוי שנעל ווי אין צוועלף יאר ארום און לויט האקינגס ביז זעקס הונדערט יאר.
בכל אופן ווייס איך נישט פינקטליך פארוואס האסט זיך ביי דעם אפגעשטעלט און וואס איז מיט די אלע אנדערע זאכן וואס די וועלט איז היינט בעסער ווי אמאל, פון הונגער ביז מאראל, ביז פרייהייט אין די ציוויליזירטע וועלט וכו' וכו'. און וואס איז מיט יעדע געפינס וואס די וועלט האט געמאכט ברבות הימים, קען מען דאך פרעגן די זעלבע פארוואס איז עס נישט געשען תיכף ביי בריאת העולם מיט דעם געבורט פון אדם הראשון? און פארוואס איז קארטאפל אדער קאווע געטראפן געווארן ערשט אין די לעצטע טויזנט יאר?
ווען וועסט אלעס אנדערש פארשטיין אין דער בריאה וועסטו דאס אויך פארשטיין און פאר פשוטע תירוצים קען מען זאגן אז די אמאליגע נשמות האט זיך נישט אויסגעפעלט פאר זייערע תיקונים מער ווי אייניגע יארן ווידעראום די היינטיגע נשמות פאדערט צו לעבן לענגער און נאך אזעלכע באבע תירוצים.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
לבי ובשרי האט געשריבן:וואס טוט זיך אבער מיט די רפואה חלק וואס איז זיכער אז אויב דאס גייט אונטער איז א חורבן.
די מעשה איז אזוי: פון בריאת העולם איז בכלל נישט געווען קיין מיתה.
נאך וואס ס'איז נגזר געווארן מיתה איז בכלל נישט געווען קיין קרענק, נאר מ'איז גראד געשטארבן.
נאכדעם האט גענומען טויזענטער יאר ביז יעקב אבינו האט מתפלל געווען ס'זאל זיין קודם קרענק כדי מ'זאל וויסען אז מ'גייט שטארבן.
נאכדעם האט גענומען נאך טויזענט יאר בערך ביז אלישע האט מתפלל געווען אז ס'זאל זיין רפואה פאר די קרענק.
עיין כ"ז בגמ' ב"מ פ"ז ע"א. עכ"פ ס'איז א פרשה מיט לאטעס ע"ג לאטעס זייט בריאת העולם. ס'האט בכלל נישט געדארפט זיין נישט קיין קרענק און נישט קיין רפואה.
It wasn't in the initial contract...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -