'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]דער עולם אישי׳ט אס מ׳וויל מיט האלטן מער, מ׳וויל זיין מער אפדעיטעד מיט די ברענעדיגע וועקער נייעס, זייענדיג די אפיציעלע אויסערן מיניסטער פארן וועקער (ס׳איז עפעס אזוי ווי אינערן מיניסטער נאר מיט א אנדערע בלעך אויף די דעסק) וועל איך טוהן מיין דזשאב בשלימות און אצינד קומט אריין מיט מיר אין די קארידארן פון דער וועקער הויפטקווארטיר.

אלעמען ערשטען זעהט מען דא די טראק וואס האט נארוואס דעליווערט א נייע דעסק, דאס איז פאר שמעקי, ער האט זיך גע׳עקשנ׳ט אז ער זיצט נאר אויף א קארנער דעסק אזוי אז ביידע הענט זאלן דריקן דעם טיש זי זאל נישט אויפטאנצען, א בענקל נוצט ער נאר אויב ס׳האט א פורניטשד פיניש ארום, בקיצור ער וויל נישט זיין דא נאך עפעס אבי ווער, נאך א אסיפה פון די באורד האט מען אפראווד זיין ריקוועסט זייענדיג א מורא׳דיגער עססעט פאר די קאמפעני.

סאיז פארגעקומען העפטיגע דעבאטעס פארן הייערן שמעקי, און אפילו ווען מ׳האט שוין געסיינט קאנטראקט איז ער נאך געווען מלא ספיקות, מ׳האט פארהאנדעלט און מיר קענען מעלדן מיט פאטאס אז זיידי [tag]שמעקעדיג[/tag] איז א אפישעל מיטגלידער אין די וועקער ענד קא. נאך אביסל גייט ער ארומפארן מיט אפישעל פלעטס פון די וועקער.

[tag]פיקאסא[/tag] זיצט אצינד צוזאמען מיט די שני אלה תולדות רבי׳ס אויף דאטשע אין די שווייץ צו ווי, מיר ווארטן ער זאל זיך אומקערן בשעה טובה, כאטש דער וועקער נומער פיר איז שוין מער ווייניגער גרייט, דארף מען נאך אסאך ארבעט ס׳זאל זיין א דבר השלום.

[tag]געוואלדיג[/tag] פרובירט אויפצוטרייבן די נויטיגע פאנדס צו דעקן דאס מינימאלע, דערווייל קומט צוביסלעך אריין מאת כל איש אשר ידבנו, אבער אין הקומץ משביע, דער עולם ווערט געבעטן זיך אנצורופן ווארעם, ביטע פארשטייט אז מיר קענען נישט מאכן אפיציעלע אפיעלס אין די בתי מדרשים, ווי אויך נישט קיין גראנדיעדע דינער׳ס.

[tag]אדנירם[/tag]׳ס אישי קעסטל איז נאך אפען פאר פרישע ארטיקלן, אז מ׳אישי׳ט אין די שפעטע נאכט שטונדן איז מען פארזיכערט צו באקומען א שנעלערע ריספאנס כידוע ליודעים.

א מער דיטאלירטע באריכט וועט נאכפאלגן אין די נעקסטע פאר טעג, א גוטע וואך.

נ.ב. אויב שש לייקט דעם אשכול מיינט אז ער איז מסכים אז איך בין אויסערן מיניסטער, און ס׳גייט פארקומען א הכתרה.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום שטיסל האט געשריבן:[tag]אדנירם[/tag]׳ס אישי קעסטל איז נאך אפען פאר פרישע ארטיקלן, אז מ׳אישי׳ט אין די שפעטע נאכט שטונדן איז מען פארזיכערט צו באקומען א שנעלערע ריספאנס כידוע ליודעים.

:like :lol:


שלום שטיסל האט געשריבן:נ.ב. אויב שש לייקט דעם אשכול מיינט אז ער איז מסכים אז איך בין אויסערן מיניסטער, און ס׳גייט פארקומען א הכתרה.

יא, שלום שטיסל איז וועלט בארימט אלס געלונגענער מענטש, א פיינער נעים הליכות, א ת"ח ומורח ודאין, אהוב לשמים ולבריות.


[איינער ציפט מיר---]. אה... עיקר שכחתי, כ'בין מכתיר דעם חשוב'ן שלום שטיסל אלס 'אויסערן מיניסטער'.
יחי, יחי, יחי!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב גראדע זיך אויסגענומען בתנאי קודם למעשה אז מען זאל נישט מפרסם זיין וועגן מיין נייעם דעסק און בענקל, וואס דארף מען מגלה זיין מיינע באהאלטענע מדות מגונות.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]לעצטער אפדעיט איבערן וועקער נומער פיר.[/center]


1. ב"ה די נייע וועקער איז אייגנטליך שוין גענצליך גרייט צו ערשיינען ברוב פאר והדר, דעם קומענדיגן זונטאג - ר"ח אלול, בעז"ה. דער זשורנאל איז ארויף צו אכציג בלעטער, בבחינת מעלין בקודש. און עס אנטהאלט אין זיך צוועלף ארטיקלן. די פרטים דערוועגן זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן אין פריערדיגן תגובה. אי"ה זונטאג וועט עס אויך זיין צו באקומען אויף עמעזאן, און גאר בקרוב האפן מיר עס צו האבן אין געשעפט.


2. לדאבונינו איז דאס מאל נאכנישט ערמעגליכט געווארן צו טוישן די פלאץ וואו די נעמען פון די שרייבער ווערט געברענגט, און דערווייל בלייבט עס כמתכונתו עד הנה, ביים סוף פון יעדן ארטיקל. אי"ה דער קומענדיגער וועקער [נומער פינף] וועט שוין זיין אויסגעשטעלט אנדערש.


3. א גרויסן ייש"כ פאר די חשוב'ע ניקס וואס האבן אריינגעשיקט געלט פארן מערכת פונעם וועקער, הגם דא באלאנגט די מייק פארן פאנדרעיזער הרב [tag]געוואלדיג[/tag]. א באזונדערע ייש"כ פאר די וואס העלפן ארויס, ובפרט להחברים החשובים [tag]שלום שטיסל[/tag], געוואלדיג, [tag]אבטולמוס[/tag], און אחרון אחרון חביב מורינו [tag]פיקאסא[/tag].


4. געוויסע חברים האבן אריינגעשיקט פרישע ארטיקלן, וואס האבן שוין נישט געקענט אריינגיין אינעם וועקער מחמת חוסר מקום וחוסר זמן. איך אפעליר דא פון פריש: רבותי, שיקטס אריין ענקערע ארטיקלן וואס פריער! די ארטיקלן קומען אן איינס נאכן אנדערן, און ווען מיר זענען פול גייט עס אין דרוק, אפגעזען אז פרישע ארטיקלן קומען אריין צום מערכת. החכם עיניו בראשו, און וואס פריער מ'שיקט אריין אלס מער איז מען פארזיכערט.


5. דער נעקסטער וועקער קען נוצן אפאר איבעריגע ארטיקלן, אז לכבוד יו"ט/תשרי זאל ערשיינען א גרעסערע זשורנאל. דאס ווענדט זיך נאר אין ענק, און דערפאר זאל יעדער וואס קען - פרובירן אפצושרייבן א שיינער ארטיקל, און טאקע וואס שנעלער אלץ בעסער.


בהוקרה, ידידכם
אדנירם.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

און ווער גייט מיך אויפוועקן ביז דעמאלסט? ביזן קרעטשמע דארף מען דאך אויך א וועקער!

יישר כחכם פאר די 'געוואלדיגע' ארבעט, Pun intended חזק ואמץ!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך א איד »

א איד האט געשריבן:וואס גייט זיין מיטן ראדימנער פראצעס?

פארוואס דערמאנט מען אפילו נישט א ווארט פונעם ראדימנער פראצעס?
לטב או למוטב.
בתודה ובהוקרה
יישר כח אדנירם פאר אלעם
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

מ'ווארט מיט שפאנונג, תודה רבה פאר יעדער וואס האט א חלק.

שוין געפרעגט, און מ'ווארט נאך, עכט אינטרעסאנטע פארזעצונג געבליבן שטעקן אינדערמיט..

א איד האט געשריבן:
דער דאס האט געשריבן:ס'גייט ווייטער לויפן די המשך פון 'דער ראדימנער פראצעס'?

גם אני למטרף לדבריו
דער געוואגטער אינגל ביטע ממשיך זיין.....
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך פליקער »

איך יאג זיך צו ווארטן
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אט האט איר א בילד פונעם דעקל פון "דער וועקער" נומער פיר:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[NAMELESS]

חמשה מי יודע?!

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי, נאך אונזער סוקסעס בעז"ה מיטן ארויסגעבן גאנצע פיר זשורנאלן, פרייען מיר זיך צו מעלדן אז דער פינפטער זשורנאל פון 'דער וועקער' לאזט זיך ארויס אויפן וועג!

וויבאלד האלב פון די ארבעט ווערט געטון אונטער די קוליסן, איז דערפרייענד צו קענען איינמעלדן ביים 'פתיחה' פארן פינפטן וועקער, אז מיר האבן שוין ערהאלטן גאנצע עלף ארטיקלן!!! נאך בעפארן פראקלאמירן ברבים וועגן דעם 'פינפטן וועקער'.

דאס ווייזט ווי שטארק די זאך האט זיך איינגעגעבן ביים ציבור, אז ס'גיסן ארטיקלן פון אלע זייטן.

א לענגערע רשימה פון די ארטיקלן, וועט נאכפאלגן א צווייטע מאל.


דאס מאל וויל איך בעטן פונעם עולם עפעס אנדערש: מיר פלאנען ארויסצוגעבן א פארגרעסערטע 'וועקער' קומענדיגעס מאל, לרגל איר זיין דעם 'תשרי' אויסגאבע [וכדרך שאר מאגאזינען]. כדי דאס זאל ווירקליך קענען פאסירן אפעלירן מיר דא צום גאנצן עולם: ביטע שיקטס אריין אן ארטיקל צום וועקער. אין הדבר תלוי בנו אלא בכם, ורק בכם! אויב יעדער איינער וועט מחליט זיין צו שרייבן אן ארטיקל, אפילו א קורצע במקום שאין לו ארוך, וועלן מיר קענען פובליצירן א מעכטיגע 'מעגא זשורנאל' לכבוד חודש תשרי.

גלייכצייטיג בעטן מיר פון יעדן איינעם, אית דפרע בגופיה ואית דפרע בממוניה. איך האב א געדריטלטע ארבעט, סיי פון זיין זעלבסט א שרייבער, סיי פארן ארבעטן און שוויצן פארן וועקער, און סיי פארן פארלירן געלט דורכן ארבעטן דערויף. יעדער דא קען אביסל ארויסהעלפן, אדער מיטן שרייבן, אדער מיטן געבן אפילו א מינימאלע נדבה פארן וועקער.


ייש"כ,
אדנירם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]רבותי, מ'שטעלט זיך שוין שמונה עשרה![/center]

עס איז אומגלויבליך אבער דאך א פאקט, אז דער 'פינפטער וועקער' רוקט זיך פאראויס מיט אומגלויבליך שנעלע טריט, און אלעס שטיל אן רודערן. אלזא, ס'צייט צו דערציילן פארן עולם וואס דא טוט זיך, און טאקע יא אנהייבן צו רודערן.

חברה, מיר האלטן שוין ביי גאנצע ניינצן, יא נ י י נ צ ן , ארטיקלן, פארן קומענדיגן וועקער - חודש תשרי. צוליב דעם וואס תשרי איז א חודש פון ימים טובים, זענען מיר געגאנגען אין די פיסטריט פון אנדערע זשורנאלן וואס שטעלן פאר א פארגרעסערטע נומער אין דעם חודש. איך ווייס נאכנישט כרגע וויפיל בלעטער די ארטיקלן פארנעמען אינעם וועקער, אבער עס איז זיכער פיל גרעסער ווי די ביז יעצטיגע זשורנאלן!


דערווייל איז עס צוטיילט ווי פאלגענד: דריי ארטיקלן פון מדור 'מן הגנזים' [איין ארטיקל איז בעצם א 'שתים שהן אחת', ווייל צוויי חכמים זענען אירע שרייבער], זיבן ארטיקלן פון מדור 'חדשים גם ישנים', און ניין אויסשליסליכע ארטיקלן פון מדור 'חדשות אני מגיד'.

די שרייבערס זענען די פאלגענדע ניקס: החכם [tag]אבטולמוס[/tag] [צוויי ארטיקלן], החכם [tag]קלינג[/tag] [צוויי ארטיקלן], החכם [tag]העניך[/tag] [צוויי ארטיקלן], החכם [tag]הוגה[/tag], החכם [tag]יין שרף[/tag], החכם [tag]יידל[/tag] ז"ל, החכם [tag]הערשי[/tag] ז"ל, החכם [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] ז"ל [אויסשליסליך אריינגעשיקט צום 'וועקער'], החכם [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] [צוויי ארטיקלן], החכם [tag]פליקער[/tag], החכם [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag], ואני הקטן [מיט 'פינף' ארטיקלן].

און פארשטייט זיך, דער געוואגטער'ס ארטיקל איז א המשך צום לאנג ערווארטעטן 'ראדימנער פראצעס'. קלאטשטס הויך!


דער עולם קען נאך אריינשיקן ארטיקלן צום מערכת, צו פארזיכערן אז מ'וועט קענען זיין אין די היסטארישע פארגרעסערטע נומער פון 'דער וועקער', לחודש תשרי.

אזוי אויך בעטן מיר, ווער ס'קען זאל באשטייערן געלט צום וועקער דורכן פעיפעל אקאונט: info@derveker.com, כאות הכרת הטוב המינימלית פארן מערכת ובפרט לגראפיקער החכם [tag]פיקאסא[/tag]. איך גלייב אז החכם [tag]געוואלדיג[/tag] וועט אדורכפירן דעם קאמפיין סוקסעספול, כדרכו מקדם.

א באזונדערע דאנק לידידינו [tag]שלום שטיסל[/tag], פארן ארויסהעלפן אזויפיל פארן וועקער. איך קען קוים ווארטן אז ער זאל נעמען די מייק, און זיך נעמען גיסן פערלרייד כדרכו בקודש.


דברי ידידכם,
אדנירם.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך פליקער »

מיי גאש, דאס איז דאך וועלץ ברעכענדע נייעס, ניייייינצן ארטיקלען, דאס איז דאך כמעט פיר בענדער, הייליגע רויעך, פון ווי איז אזא סארפרייז ארויס, אן קיינער זאל האבן א מינדעסטע השגה, און דו גיבסט עס אזא פלוידער אויס ווי גלייך גארנישט, אה יא כאב פארגעסן צי זאגן עס גייט זיין פיס טריט פון אנדערע א שמעשה פון ניינצן, מיייי גאד גיב איט אפ פאר ששששששאדנירם
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

פיסטריט פון אנדערע? לאל
אלע אנדערע האבן כמעט די זעלבע פיהל ווערגווו א גאנצע יאר נאר טריפעל עדדווערטיימענט, דא רעדט מען פון ניינצין ארטיקלעך.
רבותי, טוט אייך אן די קראקס, לייגט די טעלעפאון אויף סיילענט, לייגט די קאוטש אויף צירוק אין מאכט אייך באקוועם. 19 חתיכות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין א פרישע אנטוויקלונג, האט דער בארימטער דענקער החכם [tag]ונבנתה העיר[/tag] אריינגעשיקט א טיף שטיקל, א 'מאמר'.

אויב דאס איז נישט גענוג, האט דער אלעמען באקאנטער [tag]עקספערימענטירער[/tag] אריינגעשיקט א לענגערע באמבע ארטיקל.


רבותי, ס'קומט א גוטס לכבוד חודש תשרי! כאפטס אריין צו זיין חלק פונעם פראיעקט, ווייל פרייטאג שליסט די רעדאקציע אירע טויערן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ישראל אשר ב"ך אתפאר.[/center]

א גוטע וואך טייערע ברידער.
די לעצטיגע קרישקעלעך-נייעס איבערן וועקער נומער פינף, איז ווי פאלגענד :

1. דער וועקער באשטייט פון אמווייניגסטנס 120 זייטן!!!

2. עס זענען דא אמווייניגסטנס גאנצע 22 ארטיקלן פארן נייעם וועקער!

3. פון די ארטיקלן, זענען גאנצע 12 ארטיקלן אויסשליסליכע עקסקלוסיווע ארטיקלן צום 'וועקער'!

4. עס איז שוין אריינגעקומען א שיינע סומע געלט צום רעדאקציע, אבער ווייט פון די סכום וואס געוואלדיג האט אוועקגעשטעלט. ביטע שיקטס אריין ברוח נדיבה, ספעציעל ווען דער יעצטיגער וועקער פארנעמט אזויפיל צייט, פון נאכלויפן חברים פאר ארטיקלן, מגיה זיין, לייגן בילדער, גרעפיקס, א.א.וו. און דאס אז עס וועט אנטהאלטן אזויפיל אינהאלטסרייכע ארטיקלן - 'קומט נישט צופיס'...

5. א דעטאלירטע באריכט איבער די ארטיקלן, וועט אי"ה נאכפאלגן בקרוב.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]לעצטיגער אפדעיט איבער 'דער וועקער' #5.[/center]

מיר האלטן שוין ביי די לעצטע שטאפלן פונעם נייעם וועקער לחודש תשרי, און מיר קענען דא זאגן אז בעז"ה ווארט אונז אפ א קנאקעדיגע נומער פול מיט אינטרעסאנטע ארטיקלן, אנאליזן, א.א.וו. וואס די שענסטע און די בעסטע האבן אריינגעשיקט צום מערכת. לכבוד דעם 'ירח האיתנים' האבן מיר ערהאלטן א פלייץ פון אינטרעסאנטע ארטיקלן, און ווי פארשטענדליך - פארשידענע ארטיקלן דרייען זיך ארום די ימים טובים.

לאמיר דא אביסל אדורכגיין בפרטיות וואס מיר האבן ערהאלטן, הגם געוויסע קליינליכע פרטים קענען זיך נאך מעגליך טוישן, צולייגנדיג עפעס פריש ברגע האחרון:


1. דער וועקער אנטהאלט לעת עתה גאנצע 124 בלעטער, גאנצע 23 ארטיקלן, און גאנצע דרייצן עקסקלוסיווע ארטיקלן ספעציעל פארן וועקער!!! [להמחשה: דאס גאנצע פאריגע וועקער (אלע דריי 'מדורים') איז באשטאנען פון קנאפע 12 ארטיקלן].


2. מדור 'מן הגנזים' באשטייט פון דריי ארטיקלן, ווען איינס פון די דריי איז א צוזאמענארבעט פון צוויי ניקס.
א' - א לענגערע וויסנשאפטליכע קאפיטל, פרי עמלם של החכמים [tag]יידל[/tag] ז"ל, און [tag]הערשי[/tag] ז"ל.
ב' - א שיינע לענגערע ביאגראפיע אויף א בארימטע פערזענליכקייט, פון החכם [tag]יין שרף[/tag].
ג' - א נייע בליק אויף די געדאנק פון 'ימי התשובה', ממני הקטן.


3. מדור 'חדשים גם ישנים' באשטייט פון גאנצע זיבן ארטיקלן. די פאלגענדע ניקס האבן אנטיילגענומען דערין: החכם [tag]קלינג[/tag] [צוויי ארטיקלן], החכם [tag]העניך[/tag] [צוויי ארטיקלן], אני הקטן [צוויי ארטיקלן], און החכם [tag]הוגה[/tag]. איינע פון די ארטיקלן האט זוכה געווען צו א שיינע הוספה פון החכם [tag]שלום שטיסל[/tag] (בעצם - 'חדשות אני מגיד'...).


4. מדור 'חדשות אני מגיד' באשטייט פון נישט ווייניגער ווי דרייצן ארטיקלן, ואלו הם:
א' - שיינע געדאנק פון הרב בצלאל כהן ר"י חכמי לב בירושלים [זיין 'סומאטוכע' איז שוין כמה פעמים געברענגט געווארן דא אין שטיבל], איבערגעזעצט דורך החכם [tag]אבטולמוס[/tag].
ב' - 'דעת הקהל' דורך החכם ראובן.
ג' - 'לייענער רעאגירן' דורך החכם [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag].
ד' - א המשך פונעם בארימטן 'א שמועס מיט א צומישטער יונגערמאן' פון החכם ליטוואק פון בודאפעסט.
ה' - נייע הייסע ווארע גראד געשיקט פון שטאט ראדימנא, דורך החכם [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag].
ו' - א טיפישע זאפטיגע ארטיקל געשיקט דירעקט צום מערכת, דורך החכם [tag]שטילע אינגערמאן[/tag].
ז' - א נייע קאפיטל אינעם גאר אויפגעכאפטן סעריע איבערן ביטערן מחלה 'קענסער', דורך החכם [tag]פליקער[/tag].
ח' - א 'מאמר' אין חסידות, וויסנשאפט, חכמה, און פילאזאפיע, אזויווי נאר דער וועלט בארימטער [tag]ונבנתה העיר[/tag] קען באווייזן.
ט' - א הארציג שטיקל פאעזיע פונעם הייליגן נשמה וואס באלייכט ק"ש'ס הימלען, החכם [tag]רויטע וואנצעס[/tag].
י' - א לענגערע שיינע פיוט בלשה"ק, ובסופו מסר חד, ממני הקטן.
י"א - שיינע עדיטאריעל, געמישט מיט א ווירקליכע היסטארישע עפיזאד, ממני הקטן.
י"ב - לענגערע מעסער שניידנדע ארטיקל דורכן אלעמען באקאנטן [tag]עקספערימענטירער[/tag], וואס רעדט איבער אלעמען און אלץ בנוגע 'היימישע זשורנאליזם'.
י"ג - לענגערע מחקר ווערק געמישט מיט הלכה און היסטאריע, ממני הקטן.


5. כלום אדם מעיד על עצמו? פארט אבער קען איך זאגן אביסל הרהורי הלב: איך האב אריינגעלייגט אינעם יעצטיגן וועקער אן א שיעור סכום שעות. יעדעס איינציגע פון די 23 ארטיקלן, איז פערזענליך אדורך מיין הגהה, און שפעטער איבערגעגאנגען כמה פעמים מיט ידידי החכם המופלא [tag]פיקאסא[/tag]. בנוסף לזה האב איך זעלבסט באשטייערט גאנצע זעקס ארטיקלן צום יעצטיגן וועקער, און בנוסף לזה ארבעט איך אויף פארשידענע אנדערע פראיעקטן. פיקאסא איז דאך אפגערעדט וויפיל שעות ער לייגט אריין אז ס'זאל ארויסקומען אויף א שיינעם אופן.
על כן בעטן מיר, אז ווער עס שפירט אז ער האט די מעגליכקייט צו שטיצן דעם וועקער, אפילו מיט א מינימאלע סומע, זאל ביטע אריינשיקן זיין באשטייערונג צום אימעיל אדרעס: info@derveker.com. יעצט אז מ'שטייט בעפאר די ימים נוראים, קען מען שיקן געלט און א 'לשנה טובה' וואונטש פאר פריינט פון ק"ש וכדומה, אדער אויסדריקן הכרת הטוב פאר די מערכת וואס לייגט אריין אומגעהויערע שעות ארבעט אז מ'זאל קענען ליינען די שיינע ארטיקלן.


6. איך דרוק נאכאמאל אויס א דאנק פאר די חברי המערכת, ה"ה געוואלדיג, שלום שטיסל, שמעקעדיג, ראובן, און פארשטייט זיך - פיקאסא, וואס אדאנק זייער מיטהילף איז עס צושטאנד געקומען לשם ולתפארת, ותשוחח"ל.


דברי ידידכם,
אדנירם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אדנירם האט געשריבן:ו' - א טיפישע זאפטיגע ארטיקל געשיקט דירעקט צום מערכת, דורך החכם [tag]שטילע אינגערמאן[/tag].

א חכם זאל שרייבן א טיפש'ע ארטיקל?

אפשר מיינסטו צו זאגן אז ער איז טאקע א טיפש, נאר וויבאלד ער איז שטיל, איז סייג לחכמה שתיקה... :P
וירח ה' את ריח הניחוח
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר די שווערע ארבעט איך פיל אז מיין צוואנציגער וואס איך האב געגעבן האט שוין עקספייערט (ווען ס'וועט זיין געלט האף איך אריינצושיקן נאך).

יעצט, ווען האפט מען וועט עס זיין אוועילעבל צו דאונלאודן ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיר האפן אז עס וועט זיין אויפן שטיבל אום צום גדליה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]לעצטיגע קרישקעלעך איבער 'דער וועקער' #5.[/center]

דער נייער וועקער גאלאפירט פאראויס מיט שטוינענד-שנעלע טריט, און זייענדיג דער 'תשרי' נומער וועט זי זיין א מעגא-וועקער, פארנעמענדיג באלד דריי מאל אזויפיל זייטן ווי דער ערשטער וועקער! לאמיר דא פארצייכענען אפאר קרישקעלעך איבערן פארשריט, וואו מיר האלטן, און וואס דער וועקער וועט אנטהאלטן, אויף אן ענדגילטיגן אופן בעז"ה.


1. דער וועקער באשטייט פון גאנצע 128 זייטן!

2. דער וועקער אנטהאלט אין זיך גאנצע 24 ארטיקלן! [עס איז צוגעקומען אן ארטיקל פון החכם [tag]בר-כוכבא[/tag]].

3. די אויסשליסליכע עקסקלוסיווע ארטיקלן, דרייצן אין צאל, פארנעמען די ערשטע גאנצע 73 בלעטער פונעם וועקער!

4. די מערכת האט שוין אריינבאקומען א שיינע פאר הונדערט דאלער, אבער האט נאך א שיינע וועג צו גיין. ביטע געבט אויך אייער באשטייערונג.

5. אום צום גדליה וועט עס אי"ה זיין צו באקומען אויף ק"ש [א קליינע מעגליכקייט אז עס וועט שוין זיין בעפאר ר"ה].


בברכת 'כתיבה וחתימה טובה',
אדנירם.
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

ביפאר ראש השנה וואלט געווען א גרויסע פלאס, בשעת׳ן זינגען וכל מאמינים קען מען האבן א שמחת יו״ט
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

גייט למעשה זיין צו באקומען פאר יו״ט?
איך בין זייער דעספריט דערפאר, כוויל הנאה האבן בשעתן יוצרות איידער ווי צו שמיסען אין שטערן אנדערע דאוונען
פארשפארט