נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:55 pm
נישט על חטא. ביי זיי זאגט מען נאר אשמנו
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=10556
בעל מדות האט געשריבן:[justify]דא הרג'ט מען א גערילע, און דא מעקט מען דיינע תגובות, א שווערע וועלט.
אפשר קען מען יעצט נוצן דער גערילע פאעזיע פון שלום בערגער.[/justify]
ריכטיג האט געשריבן:דיין צושטעל צו בעלי חיים האב איך בפירוש שולל געווען
ריכטיג האט געשריבן:א ודאי זענען מענטשן מער קאמפליצירט ווי דאס, אבער לייקענען אז פרויען זענען אין אלגעמיין בטבעם איידעלער ווי מענער איז הכחשת שמש בצהרים.
ריכטיג האט געשריבן:.......און די תוצאה דערפון זעהט מען אין די מידיא, אין די יוסטיץ סיסטעם, און אויך אין די קוריקיולעם פון די סקולס.
א משל ווילסטו? דאס שטופן פרויען אויפצובויען א קארירע אין די ביזנעס וועלט, א זאך וואס ווייניג פרויען קענען דאס דערהייבן און דערגרייכן. לאידך גיסא, א היבשע אגענדע צו פארמינערן די ראלע פון א פרוי אלץ הויז-מאמע, א פונדאמענטאלע יסוד אין דער עקזיסטענץ פון די מענטשהייט וואס בלויז א פרוי קען באווייזן און קיינער קען דאס נישט ערגענצן.
ריכטיג האט געשריבן:ווען מ'רעדט מיט פעמעניסטן וועגן די אויבנדערמאנטע זענען זיי מסביר אז אמאל איז די וועלט באגאנגען א שרעקליכע עוולה מיטן לאזן די מענער ארויסגיין אין ביזנעס און ווערן סוקסעספולע רעספעקטירטע לייט, בעת וואס די פרוי האט מען געלאזט אינדערהיים זיך מטפל זיין מיט די קינדער נישט לאזנדיג קיין געלעגנהייט פאר זיי זיך אויפצובויען. און איך זאג, אה"נ, די וועלט איז באגאנגען א שרעקליכע טעות, אבער נישט ווייל מ'האט געגיבן א געלעגנהייט בלויז פאר מענער, נאר ווייל מ'האט בלויז מחשיב געווען ביזנעס און נישט שטוב ווערטשאפט, איז אנשטאט מתקן זיין דעם פראבלעם און ארויסהייבן די חשיבות פון שטוב ווערטשאפט איז מען געגאנגען און נאך ערגער געמאכט דעם פראבלעם.
טאמבל סאס האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:דיין צושטעל צו בעלי חיים האב איך בפירוש שולל געווען
פארוואס טאקע?
אוי, סארי כ'האב פארגעסן. בעלי חיים טוען עס אינסטינקטיוולי מיט פאווער און מענטשן קאנטראלירן מיט אינטעליגענץ און פאווער.
טאמבל סאס האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:א ודאי זענען מענטשן מער קאמפליצירט ווי דאס, אבער לייקענען אז פרויען זענען אין אלגעמיין בטבעם איידעלער ווי מענער איז הכחשת שמש בצהרים.
איך קען דיר נישט ענטפערן ווייל איך האב נישט געלערנט און סתם סברא וועט נישט מכריע זיין. מ'דארף דא סייענטיפישע דאטא און בכלל איז דאס זייער א סליפערי ראוד ווייל פון דא קען עס זייער לייכט אריינפארן צו זענען פרויען ווייניגער קלוג אדער נישט און אויב כאפן זיי נישט אז זיי ווערן קאנטראלירט הייסט עס נאכאלץ קאנטראלירט און נאך אזעלכע ליידיגע רייד.
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז אזוי קאמפליצירט צו פארשטיין? רעב מעכל איז שוין אין די 50 און ער דארף א אינגע נערה זאל קערן פאר אים ביז ער ווערט אלט און אים מוליד זיין זרע, וואס זאל ער טוהן אבער אז די נערות קלויבן זיך שטארק, איז ער אבער א כיטרע פוקס און א געזינטע בולי. זאגט ער מלכה'לע מיט א זיסע צוקער ניגונדל אין זיין שטימע און א באהאלטענע סעלפישע אגענדע אז ס'נישט דא קיין מער ריינערע אידעאל ווי זיין א הויז-מאמע, איבערלאזן קינדער און באקן קוכן לכ' תיקון פאר די מנין אין שוהל. ער פארשפרעכט איר א סטאבילע לעבן, האט חתונה און טוישט איר נאמען צו זיינס. אזוי נארט ער איר אריין און שרעקט אן די ביינערדיגע יונגען וואס קאמפיטן מיט אים פאר מלכה'לע. געוואלדיג, זאל עס אים וואויל באקומען. איך בעגראדזש נישט רעב מעכל אז ער האט א גוד טיים, איך האב מיטלייד מיט מלכה אז נישט לאנג ארום גייט רעב מעכל זיך פארליבן אין מירל די סימסטרעסס און זי מיט א קינד אין בויך וועט האבן א הארד טיים פטור ווערן פון אים און וועט דארפן טשוזן צווישן ארג און ערגערס.
טאמבל סאס האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:.......און די תוצאה דערפון זעהט מען אין די מידיא, אין די יוסטיץ סיסטעם, און אויך אין די קוריקיולעם פון די סקולס.
א משל ווילסטו? דאס שטופן פרויען אויפצובויען א קארירע אין די ביזנעס וועלט, א זאך וואס ווייניג פרויען קענען דאס דערהייבן און דערגרייכן. לאידך גיסא, א היבשע אגענדע צו פארמינערן די ראלע פון א פרוי אלץ הויז-מאמע, א פונדאמענטאלע יסוד אין דער עקזיסטענץ פון די מענטשהייט וואס בלויז א פרוי קען באווייזן און קיינער קען דאס נישט ערגענצן.
אין וועלכע וועלט לעבסטו? פרויען זענען היינט איבעראל.
טאמבל סאס האט געשריבן:אוודאי, פרויען מיט קינדער אינדערהיים צו מענעדזשן א קאריער אויך איז טשאלענדזשינג. ווארט א מאן זאל האבן קינדער און אויך א קאריער. פארוואס מיינסטו אז פרויען זאלן נישט וועלן פונקט א קאריער ווי א מאן? דאס אז זי איז געבוירן מיט א רחם לייגט נישט אויטאמאטיש ארויף א התחייבות אויף איר עס צו נוצן און ס'עקסקלוד נישט קיין קאריער אבער דאס אז מענער האבן נישט איינס מיינט אז זיי קענען נישט האבן קיין קינדער אפילו זיי ווילן. "א פונדאמענטאלע יסוד אין דער עקזיסטענץ פון די מענטשהייט" קוקט עפעס אויס ווי עמיצער האט דיך געשטעלט אובאכט געבן און פארזיכערן די מענטשהייט זאל ווייטער אנגיין. און דו בחכמתך הג' האסט איינגעזען אז דאס קען נאר צושטאנד קומען אויב וועט מען פארשקלאפן די מיידלעך צו מאכן פענקעיקס און ווישן ווינדעלך און ח"ו זיי נישט לאזן טרונקען מארטיני קאקטעילס טאנצעדיג אויף מיילי סיירוס' קאמפאזיציע.
חוץ מזה אז ווען דו זאגסט אז דערפאר זעט די מידיא, די יוסטיץ סיסטעם און קוריקולעם אויס אזוי ווי זי איז, צו כלפי אז זיי ווערן גענוצט צו ברעין וואשן צו כלפי אז די תחומים איז שוין איינגענומען פון פרויען, זעט מען אז דו קומסט בהנחה קדומה מיט א טראדיציאנאלע אויסקוק, ווי אזוי זיי וואלטן געברויכט אויסצוזען, פון א מענערישע קוק.ריכטיג האט געשריבן:ווען מ'רעדט מיט פעמעניסטן וועגן די אויבנדערמאנטע זענען זיי מסביר אז אמאל איז די וועלט באגאנגען א שרעקליכע עוולה מיטן לאזן די מענער ארויסגיין אין ביזנעס און ווערן סוקסעספולע רעספעקטירטע לייט, בעת וואס די פרוי האט מען געלאזט אינדערהיים זיך מטפל זיין מיט די קינדער נישט לאזנדיג קיין געלעגנהייט פאר זיי זיך אויפצובויען. און איך זאג, אה"נ, די וועלט איז באגאנגען א שרעקליכע טעות, אבער נישט ווייל מ'האט געגיבן א געלעגנהייט בלויז פאר מענער, נאר ווייל מ'האט בלויז מחשיב געווען ביזנעס און נישט שטוב ווערטשאפט, איז אנשטאט מתקן זיין דעם פראבלעם און ארויסהייבן די חשיבות פון שטוב ווערטשאפט איז מען געגאנגען און נאך ערגער געמאכט דעם פראבלעם.
וואס הייסט דאס מען האט נישט מחשיב געווען שטוב ווערטשאפט. אז מען האט קינדער אין שטוב דארף מען נישט מחשיב זיין שטוב ווערטשאפט. מען 'מוז' עס טוהן. שטוב ווערטשאפט ווערט א צורך. היינט אין דער ליבעראלע וועלט ערווארטעט מען טאקע די מענער זאלן גלייכערהייט אנטייל נעמען אין די שטוב ווירטשאפט און נאטורליך אז א פרוי וואס דזשאגלט א קאריער 'און' א הויז ווערטשאפט קוקט מען מורא'דיג ארויף. "וואהה, איך ווייס נישט ווי אזוי זי מאכט עס". און אויב פאקוסט זי אויף די ארבעט אזוי אז זי לאזט די שטוב פליען נעמט מען צו די קינדער; נישט די ארבעט! אפשר נישט אזוי שארף, אבער יו געט די פוינט. כ'זאג נישט, וואס מ'אנטמוטיגט איז דער געדאנק אז נאר א הויז-מאמע איז א virtue און דאס ווייל די זעלבע טענה "א פונדאמענטאלע יסוד אין דער עקזיסטענץ פון די מענטשהייט" ארבעט אויך דא, און אפילו שטארקער, וויבאלד דאס גייט זיך פאר איר אליינס אויסצאלן אין דעם לעבן נאך. מ'וועט נישט דארפ'ן ווארטן אויף די ביג פיקטשער, ווען רעב מעכל און זיינע חברים'ס אייניקלעך וועלן זוכן קאמפאני מיט וועמען ארויפצוגיין אויף מארס, אדער ווען גוג וועט דארפן א גרויסע, שטארקע ארמעי צו קענען זיך פארמעסטן מיט מגוג.
טאמבל סאס האט געשריבן:פארשקלאפן די מיידלעך צו מאכן פענקעיקס און ווישן ווינדעלך און ח"ו זיי נישט לאזן טרונקען מארטיני קאקטעילס טאנצעדיג אויף מיילי סיירוס' קאמפאזיציע.
שבת אחים האט געשריבן:איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.
שלום על ישראל האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:שלום על ישראל, כפארשטיי נישט דיין פוינט און וואס דו פראבירסט ארויסצוברענגן.
אז א חיה, אויב ער איז נישט ווייניגער ווי אונז (אין ווערד), מעג מען זיך באגיין צו אים לויט זיין נאטיר. זיין באהנעמונג מיט מענשטן (אדער אפילו אנדערע) איז סיי אומפריינדליך (ער באהאנדלט אונז אלס א שונא) און סיי אגרעסיוו (ער הרג'ט זיינע שונאים).
שבת אחים האט געשריבן:
איך בין א וועטשעטערין, איך פראביר מיין בעסט, סאיז נישט אזור גרינג ווען מוואקסט אויף מיט גאנץ א אנדערע דיעטע, איך פאל דורך דא און דארט. אונז בודהיסיטן פירן זיך נישט צו עסען בעל חי׳.
טאמער עס איך יא איז עס free range.
שלום על ישראל האט געשריבן:נעם ארויס א בבא קמא, וועסטו זעהן וויפיעל צרות זיי טוען אונז אפ...
איילנפאלס, דאס אלעס איז נאר אויף דיינע טערמינען. ואנו אין לנו שיור רק התורה הזאת.
מור וקציעה האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:
איך בין א וועטשעטערין, איך פראביר מיין בעסט, סאיז נישט אזור גרינג ווען מוואקסט אויף מיט גאנץ א אנדערע דיעטע, איך פאל דורך דא און דארט. אונז בודהיסיטן פירן זיך נישט צו עסען בעל חי׳.
טאמער עס איך יא איז עס free range.
מרן פוה''ד הג''ר משה פיינשטיין בשעתו האט שוין געשריבען איבער די פראבלעם פון האלטן די בהמות איינגעשפארט אין זיינע תשובות ווי ער זאגט טאקע אז
מהראוי היה לאסור מלעשות זה ובעלי נפש אין להו לאכול כלל מזה, כנראה אז הרה''צ מקאסוב-ויזניץ דסטעטען איילענד איז טאקע פון די ''בעלי נפש'' שראוי לאותו אצטלה
[tag]שבת אחים[/tag] בבקשה מנך לזכות את ישראל בכשרות מוסרית, נקי מחשש צעב''ח, וועלכע כשר'ע פירמעס בארה''ב שטעלען צו פרי רעינזש פלייש ?
ריכטיג האט געשריבן:דיין צושטעל צו בעלי חיים האב איך בפירוש שולל געווען
טאמבל סאס האט געשריבן:פארוואס טאקע?
אוי, סארי כ'האב פארגעסן. בעלי חיים טוען עס אינסטינקטיוולי מיט פאווער און מענטשן קאנטראלירן מיט אינטעליגענץ און פאווער.
אודך, ווער באשליסט וואס איז בעצם מער טובה פאר די פרוי? על זה אנו דנין. אפשר איז גלייכער דו זאלסט ריפרעיזן: אן אריינצוגיין און די עצם טענה האט דאס נישט מיט די נקודה וואס איז בעצם מער טובה פאר א פרוי וואס וויל/האט קינדער.ריכטיג האט געשריבן:אן אריינצוגיין און די עצם טענה (וואס איך האב שוין אגב אויבן געשריבן אז די חורבן אמאל איז געווען אז מענער האבן אביוזט זייערע רעכטן) האט דאס נישט מיט די נקודה וואס איז בעצם מער טובה פאר די פרוי.
ריכטיג האט געשריבן:א ודאי זענען מענטשן מער קאמפליצירט ווי דאס, אבער לייקענען אז פרויען זענען אין אלגעמיין בטבעם איידעלער ווי מענער איז הכחשת שמש בצהרים.
טאמבל סאס האט געשריבן:איך קען דיר נישט ענטפערן ווייל איך האב נישט געלערנט און סתם סברא וועט נישט מכריע זיין. מ'דארף דא סייענטיפישע דאטא און בכלל איז דאס זייער א סליפערי ראוד ווייל פון דא קען עס זייער לייכט אריינפארן צו זענען פרויען ווייניגער קלוג אדער נישט און אויב כאפן זיי נישט אז זיי ווערן קאנטראלירט הייסט עס נאכאלץ קאנטראלירט און נאך אזעלכע ליידיגע רייד.
ניין, נאר דאס איז א ריכטיגע טענו לו בחיטין והודי לו בשעורין. לאמיר נאכאמאל זען, דו האסט געזאגט:ריכטיג האט געשריבן:פארוואס ליידיג? ווייל ס'איז נישט פאליטיקלי קארעקט?
האב איך געענטפערט:ריכטיג האט געשריבן:דיין טענה אויף די חינוך הבנות אצלינו, מהיכי תיתי אז די נאטורליכע אריגינעלע פעמענין געפיהל איז דאס וואס די חילונישע גאס שטעלט פאר און אונז צוקוועטש מיר דאס? אולי ההיפך נכון אז די חילונישע וועלט בראקט אריין אין זיי אידעאלן און דערגרייכונגען וואס איז נגד עדינות נפשם? ועיין למטה.
דאס מיינט נישט אז איך האלט זיי זענען נישט. איך פרעג אבער 1. וויאזוי ווערט עדינות די פריים כאראקטער פון א פרוי כלפי א מאן? זי האט נאך צענדליגע אנדערע אייגענשאפטן אנדערש ווי א מאן, און פארוואס האט עדינות זוכה געווען צו באשליסן און לויט דעם זאל מען זיך רעכענען לגבי אלע אנדערע אספעקטן פון איר לעבן? און 2. איז זי עדין, האט חכמתו גוזר געווען אז זי מוז בלייבן עדין? איז דאס עפעס פיקסד? איז דאס א מעלה לכשעצמה? באגייט מען אן עולה ווען מען ווערט אויס עדין? און ווייטער ווער באשטימט וואס אויס עדין איז? און דאס איז לו יצוייר אז מ'קען דזשענערלייזן און זאגן אלע נשים זענען מער איידל ווי מענער. בקיצור, ס'קוקט מיר אויס ווי יעדע נושא וואס איך קען נאר טראכטן פון פירט מיר אריין אין א פיליזאפישע פלאנטער וואס אירע שבילין קוקן מיר שוין אויס צו באקאנט.טאמבל סאס האט געשריבן:ווער בראקט אריין? עדינות נפשם אין קאפ אריין. מענטשן זענען פיהל מער קאמפליצירט ווי סתם זיי צו קאטעגאריזירן אין צוויי - זכר ונקבה, און דער איז rough בעת די אנדערע איז tender.
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז אזוי קאמפליצירט צו פארשטיין? רעב מעכל איז שוין אין די 50 און ער דארף א אינגע נערה זאל קערן פאר אים ביז ער ווערט אלט און אים מוליד זיין זרע, וואס זאל ער טוהן אבער אז די נערות קלויבן זיך שטארק, איז ער אבער א כיטרע פוקס און א געזינטע בולי. זאגט ער מלכה'לע מיט א זיסע צוקער ניגונדל אין זיין שטימע און א באהאלטענע סעלפישע אגענדע אז ס'נישט דא קיין מער ריינערע אידעאל ווי זיין א הויז-מאמע, איבערלאזן קינדער און באקן קוכן לכ' תיקון פאר די מנין אין שוהל. ער פארשפרעכט איר א סטאבילע לעבן, האט חתונה און טוישט איר נאמען צו זיינס. אזוי נארט ער איר אריין און שרעקט אן די ביינערדיגע יונגען וואס קאמפיטן מיט אים פאר מלכה'לע. געוואלדיג, זאל עס אים וואויל באקומען. איך בעגראדזש נישט רעב מעכל אז ער האט א גוד טיים, איך האב מיטלייד מיט מלכה אז נישט לאנג ארום גייט רעב מעכל זיך פארליבן אין מירל די סימסטרעסס און זי מיט א קינד אין בויך וועט האבן א הארד טיים פטור ווערן פון אים און וועט דארפן טשוזן צווישן ארג און ערגערס.
אקעי, שוין צוויי מאל וואס דו ענטפערסט אזוינע אומפארשטענדליכע ווערטער וואס דארף עפעס טיפערס צו מיינען. זייזשע אזוי גוט און ערקלער ביטע?ריכטיג האט געשריבן:כ'האב דיר שוין געזאגט, ס'איז נאך דא וואוילע מענטשן אויף דער וועלט, און בכלל האט דאס נישט מיטן נושא כנ"ל.
זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער דער טאן קומט פון א תקופה ווען די תחומים, אזוי ווי רוב, זענען געווען מעיל דאמינעיטעד, אלזא איז דאס א מענליכע מיינונג ווי אזוי א יוסטיץ סיסטעם, מידיא אפאראט אדער עדיוקעשאן סעקטאר ברויך אויסצוזען. וועסטו פרעגן, אלס מאן, איז בכלל מעגליך נישט צו זיין א נוגע; צו זיין א דרויסענדיגער? אפשר נישט, אבער עט ליעסט Argue פון אנבייעסד גראונדס. ערקלער וואס ס'איז ראנג פאר די תחומים צו ווערן דאמינירט דורך פרויען; וואס איז ראנג פאר די תחומים צו זיין אבסעסד מיט פרויען רעכטן, קאנסידערינג די היסטאריע מיר קומען פון?ריכטיג האט געשריבן:.......און די תוצאה דערפון זעהט מען אין די מידיא, אין די יוסטיץ סיסטעם, און אויך אין די קוריקיולעם פון די סקולס.
ריכטיג האט געשריבן:א משל ווילסטו? דאס שטופן פרויען אויפצובויען א קארירע אין די ביזנעס וועלט, א זאך וואס ווייניג פרויען קענען דאס דערהייבן און דערגרייכן. לאידך גיסא, א היבשע אגענדע צו פארמינערן די ראלע פון א פרוי אלץ הויז-מאמע, א פונדאמענטאלע יסוד אין דער עקזיסטענץ פון די מענטשהייט וואס בלויז א פרוי קען באווייזן און קיינער קען דאס נישט ערגענצן.
ריכטיג האט געשריבן:איך לעב אין א וועלט ווי אין געוויסע פעלער מוז מען געזעצליך האנדלען א באדייטנדע פראצענט מיט פרויען, דאס אז ס' פארלאנגט זיך אזאנס צייגט נישט אויף די זעלבע פראצענט סוקסעס ווי מענער.
ריכטיג האט געשריבן:איך לעב אין א וועלט ווי אין געוויסע פעלער מוז מען געזעצליך האנדלען א באדייטנדע פראצענט מיט פרויען, דאס אז ס' פארלאנגט זיך אזאנס צייגט נישט אויף די זעלבע פראצענט סוקסעס ווי מענער.
ריכטיג האט געשריבן:ווען איך האב גערעדט וועגן די מידיא וכו' האב איך נישט גערעדט וויאזוי זיי וואלטן געברויכט זיין, איך האב נישט געזאגט אז בעפארדעם איז יא גוט געווען, איך האב געזאגט אז דאס איז א תוצאה פון פראפעגאנדע, נישט מער.
טאמבל סאס האט געשריבן:אוודאי, פרויען מיט קינדער אינדערהיים צו מענעדזשן א קאריער אויך איז טשאלענדזשינג. ווארט א מאן זאל האבן קינדער און אויך א קאריער. פארוואס מיינסטו אז פרויען זאלן נישט וועלן פונקט א קאריער ווי א מאן? דאס אז זי איז געבוירן מיט א רחם לייגט נישט אויטאמאטיש ארויף א התחייבות אויף איר עס צו נוצן און ס'עקסקלוד נישט קיין קאריער אבער דאס אז מענער האבן נישט איינס מיינט אז זיי קענען נישט האבן קיין קינדער אפילו זיי ווילן. "א פונדאמענטאלע יסוד אין דער עקזיסטענץ פון די מענטשהייט" קוקט עפעס אויס ווי עמיצער האט דיך געשטעלט אובאכט געבן און פארזיכערן די מענטשהייט זאל ווייטער אנגיין. און דו בחכמתך הג' האסט איינגעזען אז דאס קען נאר צושטאנד קומען אויב וועט מען פארשקלאפן די מיידלעך צו מאכן פענקעיקס און ווישן ווינדעלך און ח"ו זיי נישט לאזן טרונקען מארטיני קאקטעילס טאנצעדיג אויף מיילי סיירוס' קאמפאזיציע.
ריכטיג האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס דו מאכסט מיר אוועק אלץ וועלטס פארזארגער ווייל איך רעד פון א טובה פאר די מענטשהייט (דאס איז דאך ממש די טענה פון די טראדיציאנאלע קאנסערוואטיוון אויף די ליבעראלן...) אינדערצייט וואס דו זארגסט דיך פונקט אזוי פאר די פרויען רעכטן. אויב באהאנדלט מען דא וואס איז ריכטיג ברויך מען נעמען אין באטראכט פונקט אזוי די קאנסעקווענצען פון ביידע זייטן פון די מטבע.
טאמבל סאס האט געשריבן:חוץ מזה אז ווען דו זאגסט אז דערפאר זעט די מידיא, די יוסטיץ סיסטעם און קוריקולעם אויס אזוי ווי זי איז, צו כלפי אז זיי ווערן גענוצט צו ברעין וואשן צו כלפי אז די תחומים איז שוין איינגענומען פון פרויען, זעט מען אז דו קומסט בהנחה קדומה מיט א טראדיציאנאלע אויסקוק, ווי אזוי זיי וואלטן געברויכט אויסצוזען, פון א מענערישע קוק.
ריכטיג האט געשריבן:ווען איך האב גערעדט וועגן די מידיא וכו' האב איך נישט גערעדט וויאזוי זיי וואלטן געברויכט זיין, איך האב נישט געזאגט אז בעפארדעם איז יא גוט געווען, איך האב געזאגט אז דאס איז א תוצאה פון פראפעגאנדע, נישט מער.
און בכלל דיין טענה אויף מיין הנחה קדומה - אפילו אויב ס'איז אמת - איז געמאסטן לויטן פאלטיקלי קארעקטנעס מעסטער פונעם היינטיגן קולטור, והלא ע"ז גופא אנו דנין צו ס'איז גערעכט. "טראדיציאנאלע" "מענערישע" וכו' סתם געשאסן באשולדיגונגען, אז ס'געפעלט דיר נישט זיי מוחל פרעג עס אפ זאכליך.
ריכטיג האט געשריבן:פרנסה "מוז" מען אויך האבן, ווי דו זאגסט אליין, מען איז דאס מער מחשיב ווייל מען איז מחשיב געלט מער ווי קינדער ליידער.
אט דאס מיין איך ווען איך זאג אז מען איז נישט מחשיב שטוב ווערטשאפט:טאמבל סאס האט געשריבן:פארשקלאפן די מיידלעך צו מאכן פענקעיקס און ווישן ווינדעלך און ח"ו זיי נישט לאזן טרונקען מארטיני קאקטעילס טאנצעדיג אויף מיילי סיירוס' קאמפאזיציע.ריכטיג האט געשריבן:דער גרויסער WOW איז אין מיינע אויגן א חלק פון דער אנטמוטיגונג, ווייל ס'איז טאקע כמעט אוממעגליך, די מעסידזש פארן פרוי איז: האלט זיך צום קארירע (אזוי זאגט מען עס אויף אידיש?).