בלאט 7 פון 18
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 11:14 am
דורך אביגדור
יא?
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 11:44 am
דורך יידל
smartinof האט געשריבן:וויאזוי מאך איך אז מען זאל קענען זען די עטעטשמענט, און נישט אז מען זאל דארפן אריינגען אינ'ם פייל, [ס'איז אפשר שלא מן ענין האשכול, אבל ידוע הפתגם מהמשורר "עת לעשות...הפרו..."]
אז דו לאודסט עס ארויף אלץ בילד און נישט אלץ פידיעף.
tropp.jpg
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 11:46 am
דורך smartinof
יודל'ה, תודה מהלב
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:50 pm
דורך מאיר
ספר פרי העץ - במדבר, להג"ר יהודה מודרן מסיגוט זצ"ל. אינטערסאנטע רעיונות ודרושים. אויך דא פילפולים אויף דבר הלכה.
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 7:03 pm
דורך קאווע טרינקער
געווען אין די גוסטע צו קויפן א נייע ספר, אבער ביגעלאייזן איז פארשלאסען צוליב חסידות איינגעלעגנהייטן.
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 7:40 pm
דורך יידל
וועלכע ספר?
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 10:05 pm
דורך משה געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן:געווען אין די גוסטע צו קויפן א נייע ספר, אבער ביגעלאייזן איז פארשלאסען צוליב חסידות איינגעלעגנהייטן.
הפרו תורתיך משום עת לעשות, ווען גדי פאללאק קומט ארויס מיט זיין משניות אויף ברכות וועט ער לכאורה אריינלייגן א בילד פון א פארשפארטע ביגעלאייזן מיט פארענטשעס...
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 11:52 pm
דורך ונבנתה העיר
'מענה חכם',
א ביאור פון ר' יואל כהן אויפ'ן ספר ויואל משה, אנצווייזן ווי מען האט עס פארדרייט אין סאטמאר, און
א בריוו וואס ר' יואל האט געשריבן צו ר' מענדל וועכטער צו פארענטפערן זיינע קושיות אויף חב"ד קוקענדיג מיט סאטמאר'ע אויגן.
די גאנצע מעשה געפעלט מיר נישט, עס איז לכאורה געדרוקט געווארן קעגן דעם רצון פון איהר מחבר, ר' יואל האט עס נישט געלאזט ארויסגעבן נאכדעם וואס ער האט עס אריינגעשיקט צום ליובאוויטש'ער רבי'ן ז"ל און קיינמאל צוריק-באקומען, דער דרוקער שטעלט זיך פאר נאר מיט אן אימעיל אדרעס, און סך הכל האט ער עס אראפ-גענומען פון דעם אינטערנעט אזוי ווי עס שטייט און גייט מיט אלע טעותי הדפוס, ארויפגעווארפן א פעקל מוגזם'דיגע טיטול'ן אויף ר' יואל, און לאזט עס פארקויפן פאר 18 דאלער אין אייכלערס.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:01 am
דורך דעת תורה
וויאזוי האט דער קונטרס געמאכט איר וועג פונעם ליובאוויטשן רבי'נס פריוואטן צימער צו די אינטערנעט?
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:08 am
דורך יאיר
עס איז ארויסגעקומען א פרישע ספר דורך אסתר פרבשטיין מיט'ן נאמען בסתר המדרגה וואס באשרייבט די היסטאריע פון יהדות הונגריה ורבניה בנוגע די וועלט מלחמה. פרבשטיין האט זיך שוין ברימט געמאכט מיט איר פריערדיגער ספר
'בסתר רעם' אויף הלכה והגות בעניני מלחמחת העולם השניה, א גאר אינטערעסאנטע און תוכנ'דיגע היסטאריע בוך. יעצט האט זי זיך ווידעראמאל קאנצענטרירט אויף אן ענליכע ארבעט בלויז אויף יהדות הונגריה. נאכ'ן מעיין זיין אין דעם ספר איבער א שעה האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר אינטערעסאנט און היבש אביעקטיוו, כאטש אלס פרומע שרייבערין זוכט זי, ווי פארשטענדליך, צו זוכן פאזיטיווע חלקים לגבי די חרדים אין אונגארן. פונדעסטוועגן האב איך זיך נישט געקענט פועל'ן ארויסצונעמען פון טאש די קרוב צו $40 וואס עס האט געקאסט, איז עס געבליבן אויף די פאליצע ווארטן אויף א גואל.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 10:40 am
דורך קאווע טרינקער
יואל vs יואל
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 11:51 am
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:יואל vs יואל
כ"ד מחבר ספר יואל (הבדוי)
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:17 pm
דורך קינות גירושין
שמעקעדיג האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:יואל vs יואל
כ"ד מחבר ספר יואל (הבדוי)
אני הקטן יואלי מעיד על כל הנ״ל
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:11 pm
דורך מאראנצןזאפט
געזען דעם ספר, ס'האט אויך א הקדמה פונעם מוציא לאור וואו ער באציעט זיך נישט מיט איבריג רעספעקט צום ראשקעבע.
צום סוף האט ער צוויי נספחים, א כתב יד פון רבי מרדכי מבילגורייא צום סקווירער רבי'ן ווי ער זאגט נאך לשון קדשו פון זיין ברודער אז די ממשלה אין א"י איז א ישועה פאר כלל ישראל, און צוויי בריוון פון גאב"ד קוממיות וואו ער ברענגט צווישן אנדערע א נימוק בשם החזו"א פארוואס מ'מעג יא זיך איינשווערן אלס חבר הכנסת געבויעט אויף א פסק פון רמ"א אז א מילתא דמשתמא לתרי אנפא הייסט נישט קיין דברי כפירה.
אין אנדערע נייעס ווערט איבערגעגעבן דורך נאמני ביתו פון הגאון בעל מענה לאגרות שליט"א אז דער ספר מענה למענה איז שוין אט אט גרייט לדפוס און וועט באקרוינט ווערן מיט ווארעמע הסכמות פון גדולי דורינו א שטייגער ווי גאב"ד טשאטה ושפיטיווקא ועוד און וועט פארטיילט ווערן ביים גרויסארטיגן דינער לטובת מוסגות חמלה ואמונה פאר די אלע וואס זענען זיך משתתף מיט א סכום פון 360$ און העכער.
בקיצור, דער ספר האט אויפגעוועקט אן אלט איינגעשלאפענע פולמוס, און איך גלויב ס'עט יעצט צוריק ווערן לעבעדיג מיט פינקען פייער און אפשר אפילו א חרם און א פולמסא דנורא.
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:15 pm
דורך מאראנצןזאפט
נאך א נקודה וואס ווערט דארט שטארק ערווענט איז אז ידי זרים שלטו בספה"ק ויואל משה א טענה וואס איז שוין כמה וכמה פעמין גענוצט געווארן מער אזוי מחמת דרך ארץ, א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל ווייל דער מחבר איז געווען געזונט און פריש לאנגע יארן דערנאך וואס דער ספר איז ארויסגעקומען, וויאויך איז דא צו באקומען די ערשטע דרוק ממילא איז די טענה אבסורד און פערדיש.
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:17 pm
דורך דעת תורה
עס איז שוין לאנג דא א מאמר צו מיישב זיין די השגות פונעם ספר מענה חכם, דוכט זיך פון די לבלרי (טייל רופן זיי מסלפים) גינת ורדים.
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 9:20 pm
דורך קאווע טרינקער
איך האב גענומען דעם ספר הענט אריין, די ערשטע בלאט וואו די השגחה האט צוגעפירט איך זאל אויפמישען, האט זיך געליינט "וזה נגד הרמב"ם, ואיך יתכן שיחלק איש על הרמב"ם, וכבר כתב רבינו שליט"א (אגרת קודש נ"ו, ס"ט י, יא 7) שהרמב"ם הוא הפוסק...
אזעלכע טענה'רייען רעדט נישט צו מיר, והחזרתי המענה על מקומו.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:22 am
דורך זר זהב
סיז ארויס א ספר ''אחישנו'' פון פמורנץ איבער חבלי משיח
א הערליכן דעקל. לויפטס און קויפטס
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:22 pm
דורך קאווע טרינקער
ר' משה בראנסדארפער האט מו"ל'געווען א ספר, א ליקוט פון הוראות און תשובות וואס זענען אנגעפרעגט געווארן אין זיין "היכל הוראה".
כ'האב גראדע הנאה געהאט פון דעם נייעם מהלך, וואס אלע גייען פון היינט נאכמאכן.
דהיינו?
די רבנים מוטשען זיך כסדר, ווען איינער פרעגט זיי א שאלה, איז אזוי, גיין שרייבן א תשובה פאר יעדע שאלה איז דאך נישט שייך, קורצע תשובות וועט אויסקוקען מאדנע, איז נאר געבליבן צו שרייבן הערות על סדר השלחן ערוך, אבער דאן קען מען נישט אויסלאזן גאנצעטע סימנים, מ'וועט דאך זעהן אז קיינער האט אייך נישט געפרעגט אין הלכות בית הכנסת אדער הלכות כתובה.
די עצה וואס הרב הנ"ל האט געטוהן איז פיין. ער רופט נישט זיינע סימנים "תשובות" נאר "הוראות", הוראה א': נשאלתי מאחד..... והשבתי.... עיין שו"ת.... וכבר כתב...... ולפי זה נראה.... על כן..... הדבר אסור. רשמתי, משה בראנסדארפער. אמאל איז דא לענגערע "הוראות" און אמאל קורצערע.
צו באמערקן אז ער האט אן הסכמה פון זיין עלטערע ברודער, הרב שמואל, די רב פון ק"ק ברסלב אין בית שמש.
די ערשטע הסכמה איז פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. - א שנעלע גוגל-סערטש ווייסט אן, לכאורה, אז ער וויל נישט חלילה דערמאנען די נאמען "שמואל יעקב קאהן". (כ'פארשטיי טאקע נישט פארוואס, ער איז דאך א תוא"י חסיד?)
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:24 pm
דורך קאווע טרינקער
דער מחבר פון "השקדן" האט מו"ל'געווען א 3'טע באנד.
ביים סוף ספר, איז ער מסביר פארוואס ער האט זיך געיאגט ארויסצוגעבן די ערשטע צוויי בענדער נאך בחייו פון רב אלישיב.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:36 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'האט אים געבאדערט אז מענטשען ווייסען נישט די גדלות פון רב אלישיב.
ער ברענגט א בריוו וואס בעל חפץ חיים האט געשריבען בנוגע א באשרייבינג אויף אים זעלבסט, בחייו.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 3:50 pm
דורך אויס מענטש
ווייסט איינער וועגן דעם ספר מאמרי חינוך והוראה פון פרופ' משה ארמנד איז דאס אינטרעסאנט ?
כ'האב געטראפן דעם ספר און עס זעהט מיר אויס אינטרעסאנט איך ואלט זייער געוואלט וויסן מער איבער דעם מענטש.
יישר כוח
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 3:04 pm
דורך קאווע טרינקער
"הגיבורים" אין אידיש
עפעס א נייע מוסר-ספר פאר בחורים צו לערנען נאך פלייסיגער.
נאך נישט גע'העריג בייטראכט.