בלאט 7 פון 11

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 8:23 pm
דורך פריינדליך
איך האב נישט...!! איך האב געזען דיין פוינט,

איך האב אבער יעצט נישט קיין מאגען צו גיין ווייטער, פון די אנדערע זייט דארף מען זיך וויסענדיג מאכען, דערפאר האב איך געשריבען וואס איך האב געשריבען,

++++

אזוי אויך האב איך באקימען ספיקות צי איך בין גערעכט אדער נישט, ווייל אין תפילות ר"ח זאגט מען "יהי רצון מלפניך השם שתעלנו בשמחה לארצינו ותטענו בגבלנו"
זעט מען דאך אז עס הייסט ארצינו אפילו מען איז נישט דארט און מען האט אונז פארטריבען,

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 8:28 pm
דורך לאדיך אפ
פריינדליך איך האב א גרעסערע ראיה. מ'רופט עס ארץ ישראל. העפפענס טו בי אז ישראל מיינט אידן. דזשאסט סעיאנג.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 8:30 pm
דורך פריינדליך
נישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 8:42 pm
דורך לאדיך אפ
פריינדליך האט געשריבן:נישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,

סעים גאוס פאר ארצנו. על שם העתיד. ענד ווייל יו אר עט איט, די מדינה מיט די חברי כנסת איז אויך על שם העתיד.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 8:52 pm
דורך שמעקעדיג
פריינדליך האט געשריבן:נישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,


עס איז אונזער לאנד, אבער השי"ת האט עס אוועקגענומען.

פונקט ווי א קינד וואס די טאטע קויפט א שפילצייג און ער פירט זיך נישט גוט אויף, נעמט ער עס אוועק פון אים ביז ער וועט בעסער ווערן. אבער עס בלייבט זיין טוי. פאר אים האט עס די טאטע געקויפט.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 10:13 pm
דורך קליינע רעבעלע
אנטשלדיק פארן אריין האקן
איך האב מיר אלטס געווינדערט אויף דעי ואס אלטען אז דע מדינה איז כפירה. פארוואס איז עס מער כפירה ווי אנדערע עבירות?

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 10:48 pm
דורך איך אויך
לאדיך אפ האט געשריבן:פריינדליך איך האב א גרעסערע ראיה. מ'רופט עס ארץ ישראל. העפפענס טו בי אז ישראל מיינט אידן. דזשאסט סעיאנג.

אויף דעם איז דא דער רעבע ז"ל ווערטל אויפן פסוק "על מה אבדה הארץ".

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 11:02 pm
דורך פריינדליך
רבי ספעלט מען "רבי" נישט "רעבע"

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 11:09 pm
דורך איך אויך
טאקע? און ווי אזוי ספעלט מען רביזיכרוינעליבראכע?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 2:00 am
דורך משכיל
לאדיך אפ האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:נישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,

סעים גאוס פאר ארצנו. על שם העתיד. ענד ווייל יו אר עט איט, די מדינה מיט די חברי כנסת איז אויך על שם העתיד.

אזוי אויך "היימישע אידן" און "אנשי שלומינו" איז על שם העתיד

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:28 pm
דורך גאלד
ארץ ישראל איז דאס אידיש לאנד און הייליג לאנד

אבער נישט דער סארט לאנד וואס די גויי הארץ האבן,

דאס איז א ספעציעלע גוטער ספיריטועל לאנד פאר אידישע קינדערלעך,
א לאנד ווי מ'קען זוכה זיין צו העכערע השגות, אויב מ'איז ראוי דערצו (מלבי"ם ירמי' ב')
נישט חלילה עפעס א נאציאנאלער שטאלץ, ווי להבדיל פארטא ריקא און אמעריקע

א לאנד ווי מ'איז אונטער די השגחה פון אייבירשטן אליין (רמב"ן דברים)
נישט חלילה א כוחי ועוצם ידי פון אפיקורסים ווי טעאדאר הערצל און לוי אשכול,

אטער "דאס" איז ארץ ישראל, און דאס קען "נאר" דער אייבישטער אליינס אונז געבן (אהבת יהונתן)
און נאר מיט די איינציגער תנאי אז מיר הארכן דעם אייבירשטען, (תוה"ק)

און אזוי לאנג דער אייבישטער, וואס מיינט נאר אונזער גוטס, לייזט אונז נישט אויס אין וויל מ'זאל מיר זיין אין גלות ברויך מיר זיצן געדולדיג און ווארט,
ווייל דאס זיצן אין גלות צווישן די גויים דאס דערנענטער די גאולה (מדרש שיר השירים, שלה"ק)

אבער אריינגיין מיט געוואלד אין ארץ ישראל מיט א באוועגונג פון כופרים דאס דערצערנט דעם אייבירשטן,
און מיר טארן קיין שום שייכות נישט האבן מיט זייער באוועגונג,

(כל הנ"ל מספה"ק ויואל משה)

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:06 am
דורך ונבנתה העיר
יידל האט געשריבן:ר' יואל כהן האט אויך געשריבן א לענגערע קונטרס אפצופרעגן געוויסע פונקטן אין ויואל משה וואס איז נוגד צו שיטת חב"ד.

דא האט איהר די קונטרס 'מענה חכם' פון ר' יואל כהן.

http://www.chabadtalk.com/UploadedFiles ... -01.08.pdf

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:41 pm
דורך גאלד
איך בין נישט קלאר אין איין זאך פון ר' יואל כהן, פארוואס האלט ער אין איין זאגן אז די מדינה איז נישט קיין מלכות של חירות בלי שעבוד האומות, ער איז עס מדמה צו די וועד ארבע ארצות :?, איזרעאל איז א געהעריגע סאווערן נעשן, ככל הגוים,

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:43 pm
דורך ונבנתה העיר
דא האט איהר א מאמר פונעם קובץ 'חקירה', וואו איינער ענטפערט אפ א שרייבער אין 'גינת ורדים' בענין שיטת הרמב"ם אין א מדינה ע"פ תורה, עס איז כדאי צו ליינען יעדעס ווארט [מיט די הערות], מתוק מדבש.

http://www.hakirah.org/Vol%2010%20Gold.pdf

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:55 pm
דורך היימישער ליטוואק
גאלד האט געשריבן:ארץ ישראל איז דאס אידיש לאנד און הייליג לאנד

אבער נישט דער סארט לאנד וואס די גויי הארץ האבן,

דאס איז א ספעציעלע גוטער ספיריטועל לאנד פאר אידישע קינדערלעך,
א לאנד ווי מ'קען זוכה זיין צו העכערע השגות, אויב מ'איז ראוי דערצו (מלבי"ם ירמי' ב')
ריכטיג. מ'קען דארט זוכה זו צו העכער השגות - נאך היינט אויך!
נישט חלילה עפעס א נאציאנאלער שטאלץ, ווי להבדיל פארטא ריקא און אמעריקע
די תורה לויבט אויס דאס לאנד כסדר: ארץ טובה ורחבה... ארץ אשר אבניה ברזל ומהרריה תחצוב נחושת... ארץ זבת חלב ודבש... ארץ גפן ותאנה. בקיצור א גשמאק לאנד כפשוטו. גדענק אין מקרא יוצא מידי פשוטו
א לאנד ווי מ'איז אונטער די השגחה פון אייבירשטן אליין (רמב"ן דברים)
נישט חלילה א כוחי ועוצם ידי פון אפיקורסים ווי טעאדאר הערצל און לוי אשכול,
משה רבינו האט מלחמה געהאלטן מיט געווער קעגן סיחון ועוג, יהושע און כלל ישראל האבן מלחמה גהאלטן מיט געווער קעגן די ל"א מלכים, די שופטים האבן מלחמה גהאלטן מיט געווער קעגן די פלישתים וכו, שאול המלך און דוד המלך האבן מלחמה גהאלטן מיט געווער קעגן די פלישתים און עמלקיים און אדומיים, נחמיה האט אפגעהוטן ירושלים מיט געווער אנטקעגן די מצירים, די חשמונאים האבן מלחמה גהאלטן מיט געווער קעגן די יוונים, כלל ישראל האט מלחמה גהאלטן מיט געווער קעגן די רומיים (ליידער מפני חטאינו האבן מיר פארלוירן :( ) בר כוכבא מיט אסאך תנאים לצידו האבן מלחמה גהאלטן מיט געווער קעגן די רומיים. זיך שלאגן מיט געווער איז בערך אזויפיל כחי ועוצם ידי ווי אנווארעמען עסן אין א טאפ - "דו רעדסט זיך איין אז "דיין" פייער און "דיין" טאפ קען אנווארעמען עסן?"...
אטער "דאס" איז ארץ ישראל, און דאס קען "נאר" דער אייבישטער אליינס אונז געבן (אהבת יהונתן)
און נאר מיט די איינציגער תנאי אז מיר הארכן דעם אייבירשטען, (תוה"ק)
למשל, בזמן עליית עזרא זענען די נושאי נשים נכריות געווען צדיקי הדור, ריכטיג?

און אזוי לאנג דער אייבישטער, וואס מיינט נאר אונזער גוטס, לייזט אונז נישט אויס אין וויל מ'זאל מיר זיין אין גלות ברויך מיר זיצן געדולדיג און ווארט,
מיר זענען געזעצן און געווארט, און ברוך השם הקב"ה האט אזוי צוגעפירט דורך פלאי ההשגחה אז מיר האבן צוריק דאס לאנד. ווער זענען מיר דא איינצוטיילן צו הקב"ה וויאזוי גענוי די גאולה זאל צושטאנד קומען?
ווייל דאס זיצן אין גלות צווישן די גויים דאס דערנענטער די גאולה (מדרש שיר השירים, שלה"ק)
על אחת כמה וכמה אז די גאולה אליינס דערנענטערט די גאולה...

אבער אריינגיין מיט געוואלד אין ארץ ישראל מיט א באוועגונג פון כופרים דאס דערצערנט דעם אייבירשטן,
אויב הקב"ה וויל דאס נישט האט ער אסאך וועגן דאס נישט צוצולאזן. פון דעם אז איז מצליח דעם פאלק איינצונעמען דאס לאנד, דאס איז די גרעסטע ראיה אז יעצט וויל ער שוין יא מיר זאלן דאס צוריקנעמען.
איך וויל ביי אייך פרעגן, פון וואנעט נעמט איר אז מיר זענען אריין אין גלות? איז געקומען א נביא בזמן בית שני און דערקלערט: עם ישראל, פון דעם מאמענט אהן הייבט זיך אהן "גלות טיים"? אוודאי נישט!
נאר וואס דען, דער פאקט אז מיר זענען פארטריבן געווארן דאס איז די גרעסטער ראיה, און מיט דעם האט הקב"ה אויסגעשריגן מיטן העכסטן קול, גייטס אין גלות.
ממילא, אז מיר זענען אצינד צוריק, איז דאס די גרעסטע הוכחה אז די גזירת הגלות האט זיך שוין פארענדיגקט. און מיר דארפן מיטגיין מיט ישועתן של ישראל וועלכע גשעהט קמעה קמעה כמבואר במדרש.

און מיר טארן קיין שום שייכות נישט האבן מיט זייער באוועגונג,
מען האט אפשר אין דעם אנהויב נישט געטארט. יש לעיין ולפלפל בזה הרבה. אבער איצט איז שוין זיכער מותר, כמבואר לעיל.
(כל הנ"ל מספה"ק ויואל משה) כן סובר ספה"ק הנ"ל אבל רבים חולקים.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:41 pm
דורך אוהב דעת
די בוזט אייזען!!!!!! ברענג אריין די תגובה אונעם כולל ויואל משה....

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 8:37 pm
דורך boxcover
איך אויך האט געשריבן:משה געציל, האב נישט קיין טענה צו עם, לויט די סאטמערע פראפאגאנדע ציהט זיך א גלייכע ליניע פון משה רבינו צום בעש"ט (ביז נשתכח תורת הבעש"ט) און פון דארט און ווייטער איז דער תורת משה געפארן גלייך צו רביה"ק זצ"ל. איינער וואס האלט אנדערש איז א כופר בעיקר.

למען האמת האט די הייליגער סאטמאר רבי זצוק"ל - אגב, אויף וועמען איך האב אסאך שאלות (נישט קשיות, חלילה) - געזאגט אז נשתכח דרך הבעשטה"ק, און אפילו באקומען אסאך היץ דערפאר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 8:39 pm
דורך boxcover
משכיל האט געשריבן:די סאטמאר'ער דאקטרינע:י
אונץ זיינען מיר די פרומסטע אידן אויף די וועלט, איי עטץ טוט'ס אזוי און אזוי וכו', וואס קען מען טועהן עס איז דאך דא א יצר הרע, אבער אפיציעל זיינען מיר פרומער פון יעדען איינעם,

ביי דע וועי, די ריכטיגע סאטמערע וועלען ניטאמאל בארירט (offended) ווערן פון דיינע ווערטער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 12:08 am
דורך געוואלד געשריגן
פריינדליך האט געשריבן:רבי ספעלט מען "רבי" נישט "רעבע"


ס'איז א אידיש אויסלייג

צום ביישפיל

בהמה...בעהיימע

שבת קודש.....שאבעס קוידעש

?פארשטייסט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:15 am
דורך טעפל
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:רבי ספעלט מען "רבי" נישט "רעבע"


ס'איז א אידיש אויסלייג

צום ביישפיל

בהמה...בעהיימע

שבת קודש.....שאבעס קוידעש

?פארשטייסט

איז וואס מיינט "רעבעזיכראוינעלעבראכע"?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 8:50 am
דורך געוואלד געשריגן
טעפל האט געשריבן:
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:רבי ספעלט מען "רבי" נישט "רעבע"


ס'איז א אידיש אויסלייג

צום ביישפיל

בהמה...בעהיימע

שבת קודש.....שאבעס קוידעש

?פארשטייסט

איז וואס מיינט "רעבעזיכראוינעלעבראכע"?


מסתמה: רבי זיכרונו לברכה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:11 am
דורך געוואלד געשריגן
?איך בין נישט באקאנט מיט די ווארט "איזראעל." איז עס א סאטמאריזם

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:34 am
דורך boxcover
געוואלד געשריגן האט געשריבן:?איך בין נישט באקאנט מיט די ווארט "איזראעל." איז עס א סאטמאריזם

ס'איז א אידיש אויסלייג פונעם ענגלישער Israel.