נשלח: זונטאג אפריל 16, 2017 12:20 pm
באקומען אין ק/פ אבער זעט אויס ווי דברים היוצאים הלב:
א גוטן מועד, טייערע ליבע אידן.
איך וויל דא מיטטיילן מיט אייך מיינע ברויזנדע געפילן. א שרעקעדיגע מעשה האט ביי מיר פאסירט וואס האט געטוישט מיין בליק איבער די השומרים קארטלעך מן הקצה אל הקצה. די פאסירונג האט מיר אויפגעוועקט צו דעם מציאות פון מה גדלו דברי חכמים, און ווי ווייט מ'דארף זיין געווארנט נישט צו טון זאכן אויף די אייגענע האנט. יעדע זאך וואס א איד טוט דארף זיין מיט שיקול הדעת פון אלע צדדים, און חלילה קיינמאל נישט טון גארנישט אן קיין דעת תורה.
איך וויל אבער מקדים זיין, איך בין נישט קיין רב אדער דיין, נישט קיין רבי אדער בנשק'ל. איך בין בכלל נישט קיין הוגה דעות. איך הענג נישט קיין צעטלעך און מאך נישט קיינע אסיפות. איך קום נישט דא פסקנ'ן הלכות. דאס געהער די רבנים שליט"א. איך קום דא נאר מיטטיילן מיין קוק ווינקל לתועלת הרבים, און יעדער זאל זיך שואל עצה זיין מיט זיין רב, און ביי זיך אליינס אפמאכן.
איך בין א בעלאבאס וועלכער פירט א תורה'דיגע שטוב, א פרומע שטוב, ב"ה. ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין קאמפיוטער. ביי מיר קומט נישט אריין די אלע איבלן פון די גויאישע גאס. איך קויף נישט די אלע מאגאזינען למיניהם, אפילו נישט קיין "אידישע" מאגאזינען, און אודאי און אודאי פארמאג איך נישט קיין סמארטפאון. איך האב עס נישט, און איך דארף עס נישט, און איך בין ב"ה זייער צופרידן.
ווען מיינע אינגלעך האבן אנגעהויבן אהיימברענגען די השומרים קארטלעך, האב איך לכתחילה הנאה געהאט. איך האב געזען דערין א מיטל צו ראטעווען די דורות פון סכנת הסמארטפאון וואס אלע רבנים האבן גע'אסר'ט. איך האב פארשטאנען אז די קארטלעך זענען א געלונגענע מיטל צו אריינפרעגן אין אונזערע ליכטיגע קינדערלעך אן עקל אין אפשיי צו די טרפה'נע כלים. איך האב באוואונדערט די שעפערישקייט ווי א יעדעס קארטעל מאלט געניאל אראפ דאס ביליגקייט פון די סמארטפאון באניצער. איך האב געשעצט די עסקנים לשם שמים וועלכער געבן אוועק פון זייער צייט צו פארשפרייטן די קארטלעך צווישן די קינדער.
את חטאי אני מזכיר היום. איך בין פון די סארט מענטשן וועלכע פרעגן זיך געווענטליך נאך אויף א יעדע זאך ווער ס'שטייט אונטער דעם און וועלכע רבנים שטיצן דאס. נאר אזוי קען מען שטיין פעסט על המשמר און נישט אריינפאלן אין דעם נעץ פונעם ס"מ, וועלכער זיכט אלס אן אונטער טירל אריינצודרינגען אין אונזער מחנה. אבער דא ביי די השומרים קארטלעך האב איך מיר נישט געהאט געהעריג נאכגעפרעגט, ווייל אין מיין מוח האב איך צאמגעשטעלט די קארטלעך קאמפיין מיט די הייליגע מערכה קעגן סמארטפאונס, וואס אלע רבנים האבן דאך אונטערגעשריבן דערקעגן.
דעריבער האב איך גאר געשטיצט מיינע אינגעלעך מיט זייערע זאמלונגען פון די השומרים קארטלעך. פון זאמלען קארטלעך איז די קאמפיין אריין אין אירע צווייטע פאזע: צו אויסטיילן קארטלעך פאר די "סמארטפאון-מענטשן", ווי מיינע קינדער רופן אן די אידן וואס קענען נעבעך נישט עומד בנסיון זיין. פון טיילן איז געווארן ווארפן, און פון ווארפן אריינזאגן א פארציע מוסר.
איך קען נישט זאגן בפה מלא איז איך האב הנאה געהאט פון דאס טיילן און אריינזאגן. ס'דאך פארט א שטיקל חוצפה, ונערים דוחקים זקנים. אבער כ'האב גארנישט געזאגט. קינדער זענען דאך פארט קינדער און זיי דארפן זיך אמאל אויסגעבן, און אז זיי ווערן דורכדעם נתחנך צו זיין עומד בגדר און צו ממאס זיין אין די טמא'נע כלים, איז דאך אודאי גוט.
און אזוי איז עס געפארן. מיינע אינגעלך זענען ב"ה זייער וואוילע קינדער, גוטע קינדער, איידעלע זרע ברך השם. יא, זיינע פארטיילן השומרים קארטלעך, און זענען זייער קעגן סמארטפאונס. זיי וועלן עס נישט האלטן און זיי וועלן עס נישט צורירן. אפילו בשעת הדחק גדול, אויב זיי דארפן בארגן אמאל א טעלעפאון און זיי קענען פארשאפן נאר א סמארטפאון, צווייפל איך צי זיי וואלטן עס געבארגט אויף אהיימצורופן.
ביז נעכטן.
נעכטן, א דחוה"מ פסח אום אווענט, פרעגט מיר מיין ניין-און-א-האלב יעריגער צדיק'ל, "טאטי, וואס מיינט ****?"
"וואס מיינט וואס?", פרעג איך אים צוריק האלב אוימגלויביג האלב ערשיטערט. מסתמא האב נישט גוט געהערט.
"****. וואס מיינט עס? א טאטע האט מיר געזאגט אז דו און מאמי האבן ביינאכט ****."
"עה עהההם", האב איך מיר געטראפן אויסהוסטן א שטיק שליים אין האלז. "וועלכער טאטע האט דיר דאס געזאגט?"
"כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט", פארענטפערט זיך מיין אינגל, נאך וואס ער האט געשפירט אז זיין פראגע איז אפשר נישט אזוי אומשולדיג. "ער האט מיך געפרעגט אויב איך ווייס אז מיין טאטע און מאמע האבן **** ביינאכט, און אז איך זאל פרעגן מיין טאטע אדער מאמע וואס **** מיינט."
"וואו האסט אים אנגעטראפן?"
"אויפן גאס, לעבן באבי'ס הויז. היינט ווען איך בין אהיים פון חוה"מ חדר. ער איז געשטאנען אנגעליינט אויף
א קאר און זיך געשפילט אויף זיין סמארטפאון. האב אים געגעבן א שומרים קארטל. סאו, פרעגט ער מיך, 'אינגעלע וויאזוי הייסטו?', האב איך אים נישט געוואלט אויסזאגן. זאגט ער מיך, 'איך קען דיין טאטע'ן גוט. דיין טאטע און מאמע האבן **** ביינאכט. ווייסט וואס **** מיינט? פרעג דיין טאטע אדער מאמע.'"
"סאו, טאטי, וואס מיינט עס?"
"ס'נישט קיין איידעלע זאך, אהרעלע", האב איך אים אפגע'פטר'ט. "נישט יעדע זאך וואס איינער זאגט דארף מען אויסהערן", האב איך צוגעלייגט. "קענסט שוין ליינען קרישמע און גיין אין בעט. א גוטע נאכט."
ווי נאר מיין אינגל איז ארויס פון דיינינג רום, בין איך אריינגעפאלן אין סאפע אן מאכט. רבונו של עולם! מיר מוטשען זיך דא צו האלטן אונזער שטוב ריין און הייליג, מיר ערציהן אונזערע קינדער אויפן אויסגעטראטענעם וועג, שיקן זיי צו ערליכע מוסודות התורה, און זענען זיי מחנך נאר צו תורה ויראת שמים. רוקט זיך אן דא א מנוול אן אויסוואורף וועלכער זעט זיך אן א גאנצן טאג מיט כל דבר אסור אויף זיין שמוציגער סמארטפאון און פארדארבט מיינע קינדער?
ריבונא דעלמא כולא! וויפיל קען מען פארלאנגען פון איין מענטש? איך בין ערליך, מיין פרוי איז ערליך, מיין שטוב איז אפגעהיטן און פרום, מיר גיבן אבאכט וואס עס קומט אריין אין הויז, מיר וואוינען אין א חסידישע געגנט, מיינע קינדער לערנען אין היימישע מוסדות, און וואס נאך? וואס ווילסטו פון מיר, טאטע זיסער? וויאזוי קען איך היטן די טייערע אוצר'לעך וואס דו האסטו מיר געשאנקען פון פאר'סמ'ט ווערן?
איך בין געזיצן אזוי פארגלייזט אויפן סאפע פאר א וויילע, און זיך נישט געקענט געהעריג צאמנעמען די מחשבות. ווען מיין פרוי איז אהיימגעקומען פון די חוה"מ סלייד פרעזענטעישאן, האב איך איר מיטגעטיילט די מעשה. איך האב איר דערציילט אז אהרעלע האט געוואלט וויסן וואס **** איז, ווייל עפעס איינער א שמוציאן פון גאס האט אים עס אריינגעלייגט אין קאפ אריין.
ווען מיין ווייב ווערט שטארק כעס'יג ווערט זי רויט ביי די אויערן וואס שטעקן זיך ארויס פון אונטערן טיכל, און די נאז לעכער פארברייטערן זיך אזוי. "איי קענט בעליוו דיס", האט זי ארויסגעקריצט פון צווישן די ציין. "ס'נישט קיין נארמאלע זאך", האט זי גע'טענה'ט."א שייגאץ פון די גאס האט נישט וואס צו רעדן צו מיין אהרן, עקסיוז מי! וואו איז ועד הצניעות ווען מ'דארף זיי?"
"נישטא צו וועמען צו רעדן", בין איך מסביר. "איך ווייס ניטאמאל דער נאמען פון דעם פערשוין."
"איז וואס האט אהרעלע געהאט צו רעדן מיט אים?", האט זי ווייטער געשוימט. "וואס האט אהרעלע צו צוגיין צו פרעמדע פארדארבענע יונגען און פירן שמועסן מיט זיי? א קינד דארף שטיין ווייט פון אזאלכע מענטשן, און אודאי נישט אריינגיין אין קיין געשפרעכן מיט זיי."
"ער האט אים געגעבען א השומרים קארטל", פרוביר איך איר צו בארואיגן. "אהרעלע האט דא גארנישט געטון שלעכט. ס'נישט זיין שולד."
"ניין, ס'איז דיין שולד!", שיסט זי אויס אויף מיר. "דו לאזט זיי טיילן די קארטלעך. לאז אפ מיט השומרים קארטלעך. ס'איז נישט אונזער זשאב צו פארריכטן די וועלט. א מענטש וויל האבן א סמארטפאון איז עס נישט אונזער דאגה. ער וועט פלאקערן אין גהינום פאר דעם, נישט דו. אז מ'טשעפעט זיי, טשעפען זיי צוריק. אפשר לאזט מען די מענטשן אפ און פארטיג?"
"אפשר", קלער איך ביי זיך הויך. "מ'דארף אנפרעגן ביי א קאמפעטאנטע דעת תורה." איך וועל מארגן צוגיין צום דיין נאכן דאווענען, און זיך דורכשמועסן מיט אים."
"נישט מארגן נאר שוין יעצט", האט מיין אשת חיל געפאדערט. "אהרעלע'ס מוח איז פאר'סמ'ט, און דו זאלסט יעצט קאלן דעם דיין, אדער וועם דו ווילסט, און עס אויסשמועסן. דו דארפסט וויסן וויאזוי צו האנדלן מיט אהרעלע, און וואס צו זאגן פאר די קינדער."
איך האב מיר געקווענקלט צו רופן דעם דיין אויפן טעלעפאון. פאר אזא שמועס ברויך מען עפעס מער פערזענדליך. אבער מיין פרוי האט מיר מחזק געווען אז דאס איז א שאלה ווי אלע שאלות און עס פאדערט א הלכה'דיגע תשובה.
דער דיין, פון די חשובע רבנים אין שטאט, האט מיר אויסגעהערט מיט א זיפץ. שוין נישט דאס ערשטע מאל וואס ער הערט אזוינע און ענדליכע מעשיות. ער האט מיר מסביר געווען אז ס'ליידער דא אזעלכע בשולי המחנה, וועלכע קוקן אויס ווי חרדישע אידן, אבער אינעווייניג זענען זיי אינגאנצן דורכגעפוילט. סתם אזוי זוכן זיי נישט צו טשעפען, אבער אז מ'רייצט זיך מיט זיי, קענען זיי בייסן, ותוצאותיו מי ישורנה.
דער דיין האט מיר געגעבן דעם טעלעפאון נומער פון א געוויסער מחנך אין שטאט וועלכער איז מומחה אין באהאנדלן אזוינע פעלער. ער ערקלערט מיר אז לעת עתה האב איך מיר טאקע ארויסגעדרייט פון צו געבן מיין זון א דירעקטן ענטפער. אבער מיין אינגל האט זיכער געשפירט אז ער האט געטאפט א נערוו, און קינדער זענען פון נאטור אויס נייגעריג. אויב מען וועט דאס
נישט באהאנדלן מיט די ריכטיגע צוגאנג, וועט אים דאס ענין עגבערן אין זיין מוח'ל, און קען חלילה אנמאכן גרויסע שאדענס פאר זיין עתיד.
צום שלוס האט מיר דער דיין שליט"א געזאגט מיט ווייטאג אז די השומרים קארטלעך מערכה איז שוין געגאנגען צי ווייט, און עס האט זיך דערקייקלט ארויס פון יעדן קאנטראל. "איך ווייס פון רבנים וועלכע האבן דאס מתחילה אן געשטיצט און מחזק געווען, געהאלטן דאס פאר א גוטע זאך, אבער יעצט איז די זאך שוין ארויס פון זייערע הענט. די עסקנים וועלכע פארשפרייטן די קארטלעך צווישן די קינדער פרעגן נישט אן ביי קיין שום דעת תורה. זיי טוען אלעס לויט זייער אייגענע פארשטאנד, און די תוצאות האבן ליידער נישט פארשפעטיגט צו קומען."
"חוץ מזה וואס די לשונות דארט זענען זייער גראב און פראסט, חוץ וואס מ'טרענירט די קינדער צו א ווילדקייט, וואס ווי באקאנט פעלט זיך אויס צו מערכות א הייקעלע שיקול דעת צו וואס קינדער זענען אודאי נישט מסוגל דערפאר, נוצט מען אונזערע פקודונות, אונזערע אייגענע קינדער, פאר פיס סאלדאטן אויפן פראנט. אז מען פאטשקעט אין בלאטע ווערט מען שמוציג. צו וואס טויג אונז מקרב זיין דאס גאנצע האראוואניע וואס מיר לייגן אריין אין אונזערע קינדער פאר די מערכה?"
עס האט זיך געעפנט פאר מיר א נייער קוק ווינקל, און איך פארשטיי פשוט נישט וויאזוי איך האב דאס ביז יעצט נישט געזען. וויאזוי האב איך נישט פארשטאנען אז קינדער האבן נישט וואס צו פירן ויכוחים מיט עוברי עבירה? מען לערנט אלעמאל אויס די קינדער אז פון פרעמדע זאל מען אוועקשטיין. איז דאך על אחת כמה וכמה פון די סמארטפאון יונגען. וואו איז געווען מיין שכל? וויאזוי האב איך אזוי געבלאנדשעט?
דער דיין האט מיר געזאגט אז יעצט דעם חול המועד רעדן זיך רבנים צוזאם און זענען מטכס עצה וויאזוי צו באהאנדלן דעם השומרים קארטלעך פראבלעם. פון איין זייט טאר מען חלילה נישט אונטערגראבן די מערכה אויסצוראטן דעם נגע המשחית, דעם סמארטפאון, מקרב מחננו. אבער פון דער אנדערע זייט דארף מען זען צו איינצוימען אביסל די קארטלעך פענאמען וואס איז זיך צעוואקסן אויף א מאנסטערישן פארנעם. אויף ביזדערווייל, זאגט מיר אן דער דיין, זאל איך מפרסם זיין מיין מעשה, אראפשרייבן און פארשפרייטן אפילו אום חוה"מ. איך זאל זען צו משפיע זיין אויף אנדערע עלטערן, מ'זאל אנווארענען די קינדער, למען השם נישט צוגיין צו פרעמדע מענטשן, און נישט האבן קיין פארקער מיט זיי.
ויהא רעוא שבזכות זו זאלן מיר זוכה זיין צו אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות בדרך ישראל סבא. מען זאל קענען אנהאלטן אן אפגעזונדערטע אפגעהיטענע היים, בדד עין יעקב. און מיר זאלן אלע זוכה צו ערציען פרומע ערליכע אידן און אידענעס, ובפרט אהרן מיכאל בן חיה פעסל. אמן, און א גוטע מועד