בלאט 7 פון 7

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:25 pm
דורך ישראל גלויבער
נישט שיין אזוי צו רעדן.
פליז! א יוד געבט א ניר, און ער מעג נישט רעדן דערפון?
אויך אויף ליפא האסטו להלכה נישט קיין רעכט צו זאגן אזא טיטל

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:28 pm
דורך איסר האטלקי
כ'מיין צו פרעגן מילא ער וויל איבערגעבן עפעס א מעסעדזש פאר כלל ישראל, שוין הערעך.
אבער סתם צו זיצן און מאלן וואסער?? ס'פאסט נישט פאר אים. איך פלעג אים עטוואס מער ארויפצוקוקן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:36 pm
דורך ישראל גלויבער
וועסט נישט האבן א ברירה נאר דן זיין ביידע לכף זכות, אז אויך ליפא איז היינט שוין מער צו אונזער זייט

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:11 pm
דורך טרויבן88
יהודי פשוט האט געשריבן:ווי מער איך לייען דא וואס מענטשן שרייבן אין קאווע שטיבל אלץ מער זעה איך ווי מען דארף זיך מחזק זיין אין לימוד התורה הקדושה און אין די הייליגע אמונה וואס איך און גאנץ כלל ישראל האבן מקבל געוועהן מאבותינו ואבות אבותינו, איך זעה אז די וואס רעדן זיך איין טראפ אוועק פון דעת תורתינו הקדושה רעדן שוין אינגאנצן נישט צום זאך

קודם כל ווינדער איך זיך פארוואס די גייסט טאקע נישט לערנען, צווייטנס די ביסט נעבעך א קרבן פון די סיסטעם וואס האט איינגעפלאנצט און דיר די טבע פון ערשט דיפענדן די סיסטעם און זיך נאכדעם זארגן אויב די דיפענס איז אמת, גיי און קוק וועסטו זען אז די וועלט איז גרעסער פון דיין קליינע קאמיוניטי, ס'דא זאכן וואס זענען פאקטן נישט קיין קיין חילוק וואס די סיסטעם האלט

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:16 pm
דורך טרויבן88
יהודי פשוט האט געשריבן:דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

אומגלויבליך א א דעפענדער פון א סיסטעם זאל ניצן אזא ווארט אויף א פרוי וואס די קענסט אפילו נישט, און וועל מוזן רעדן מיט דיין ראש ישיבה ווי די לערנסט יעצט אז ער זאל דיר אוועק נעמען די טעלעפאן

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:32 pm
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן:וואס וויל דער לאבין דא?
איז ער אינגאנצן פארריקט?
נישט געטראפן קיין וועג צו באקומען עטענשין איז ער געלאפן צו דעם פורק עול, עוכר ישראל.
ער דערמאנט נאך זיין ניר פאר דער וואס האט שוין פארגעסן.....

די מעשה מיט לאבין איז אז חוץ דעם וואס ער איז דער מלך פון די היינטיגע שרייבער אין די אויסגאבעס (חוץ דער וועקער לאל) טוט ער אויך אסאך עסקנות, ער איז אינוואלווד אין אסאך חסד ארגענעזאציעס, דער מענטש איז דא פארן דור מיט זיין הארץ. ער האט אמאל געזאגט אז ער רעדט אסאך פון אוועקגעבן זיין ניר ווייל ער וויל אז מענטשן זאלן אים נאכטוהן.
איך האב די פולסטע רעספעקט פאר אים, און ס'איז מיר נישט קיין חילוק פארוואס ער רעדט דערפון, ער האט געטון א גוטע זאך און ס'קומט אים קרעדיט דערפאר, ער האט אלע רעכטן צו רעדן דערפון.

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:53 pm
דורך איסר האטלקי
אלעס פיין און וואויל. עסקנות, שרייבן, נירן, אלעס קומט אים קרעדיט. אבער פארוואס מיט ליפא? פארוואס?
ער וויל עפעס אויפטון? פאר אידישקייט? פאר ליפא?
קודם יואלי לעבאוויטש, דערנאך רוחי פרייער, און לאבין איז דא!
איך קען עס נישט פארשטיין.

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:53 pm
דורך איסר האטלקי
.

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 11:02 pm
דורך קאצקע ציקער
איז די פארווערד א פרומע צייטונג?

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 11:38 pm
דורך ישראל גלויבער
איי איי די זאכן לויפן שנעלער ווי איר מיינט.. איר וועט זיך קוים אויסהייזעריגן פון דעם, וועט שוין זיין בעסערס פון דעם... וועיט ענד סי...

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 9:43 pm
דורך יהודי פשוט
טרויבן88 האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

אומגלויבליך א א דעפענדער פון א סיסטעם זאל ניצן אזא ווארט אויף א פרוי וואס די קענסט אפילו נישט, און וועל מוזן רעדן מיט דיין ראש ישיבה ווי די לערנסט יעצט אז ער זאל דיר אוועק נעמען די טעלעפאן

עס איז א מזל אז קיינער דא ווייסט נישט ווער איך בין, ווען יא וואלט עטץ געוואוסט אז עס זענען דא ווייניג וואס האבן אזויפיל געליטן (און ליידן נאכאלץ) פונעם סיסטעם ווי איך, נאר עם כל זאת האב איך זיך אראפ געזעצט מיט יישוב הדעת און איך האב איינגעזעהן אז מען דארף דאך האבן דעם סיסטעם, הגם אז עס זענען דא כמה וכמה ענינים דערין וואס איז צריך תיקון גדול אבער מען דארף עס דאך האבן און מער פון וויפיל עס האט קטלני געמאכט האט עס אויפגעטוהן!

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:56 am
דורך איסר האטלקי
איך מיין כ'הייב שוין אן כאפן ווער דו ביזט, אנטלויף איידער איך ווער געוואויר....

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 8:09 am
דורך יהודי פשוט
איסר האטלקי האט געשריבן:איך מיין כ'הייב שוין אן כאפן ווער דו ביזט, אנטלויף איידער איך ווער געוואויר....

איך באטראכט ערנסט די מעגליכקייט פון אנטלויפן

זונטאג

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 3:43 pm
דורך ווייל אזוי
http://m.yiddish.forward.com/articles/2 ... a-taste-o/

א גרויסע קאנצערט מיט ליפא בראש, לכבוד פורים איז ערווארטעט קומענדיגע זונטאג אין די שוהל אויף 120 וועסט 76 אין מאנהעטן אום 6:30.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 9:32 pm
דורך קורקלענד
אצינד איז צום האָפן אז ליפא'ס סטראטעגיע זאל אויך האבן א השפעה אויף [tag]moshav zekeinim[/tag]

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:53 pm
דורך יעקב מענטש
קורקלענד האט געשריבן:אצינד איז צום האָפן אז ליפא'ס סטראטעגיע זאל אויך האבן א השפעה אויף [tag]moshav zekeinim[/tag]

אדער זאלן די אלע חושקי חירות ענדליך איינזעהן אז די אמתע חירות איז נישט דאס וואס זיי מיינען אז ס'איז.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:55 pm
דורך קורקלענד
זיי זענען קיינמאל געווען לוחמי חירות, ז'זענען געווען לוחמי הפקירות.......

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2020 2:33 pm
דורך טיכטיגער
צום ענדע פון נאך א קאפיטל, פון זיין אינטערעסאנטע רייזע. דעם שבת עפענט זיך ווידעראמאל די טויערן פון ליפא'ס שול אין עירמאנט, נאר דאסמאל אונטער גאר אן אנדערע פירערשאפט...

די בית המדרש וואס עפנט זיך ווערט גערופן, קהל "בני שמעי' ד'טעמעשוואר", בנשיאות הגה"צ ר' בעריש לעוו שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א

(אגב, וואלט שוין געמעגט זיין אן אשכול אויף ליפא, נישט געטראפן אן אנדערע, האב איך עס דא געלייגט.)

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 10:14 am
דורך חיים יואל
טיכטיגער האט געשריבן:צום ענדע פון נאך א קאפיטל, פון זיין אינטערעסאנטע רייזע. דעם שבת עפענט זיך ווידעראמאל די טויערן פון ליפא'ס שול אין עירמאנט, נאר דאסמאל אונטער גאר אן אנדערע פירערשאפט...

די בית המדרש וואס עפנט זיך ווערט גערופן, קהל "בני שמעי' ד'טעמעשוואר", בנשיאות הגה"צ ר' בעריש לעוו שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א

(אגב, וואלט שוין געמעגט זיין אן אשכול אויף ליפא, נישט געטראפן אן אנדערע, האב איך עס דא געלייגט.)

ווען האט זיך ליפא'ס שול אין עירמאנט פארמאכט?
נאך פאר קאראנע פארשטיי איך..

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 6:40 pm
דורך moneyminded
חיים יואל האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:צום ענדע פון נאך א קאפיטל, פון זיין אינטערעסאנטע רייזע. דעם שבת עפענט זיך ווידעראמאל די טויערן פון ליפא'ס שול אין עירמאנט, נאר דאסמאל אונטער גאר אן אנדערע פירערשאפט...

די בית המדרש וואס עפנט זיך ווערט גערופן, קהל "בני שמעי' ד'טעמעשוואר", בנשיאות הגה"צ ר' בעריש לעוו שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א

(אגב, וואלט שוין געמעגט זיין אן אשכול אויף ליפא, נישט געטראפן אן אנדערע, האב איך עס דא געלייגט.)

ווען האט זיך ליפא'ס שול אין עירמאנט פארמאכט?
נאך פאר קאראנע פארשטיי איך..
בערך 4 יאר צוריק

Sent from my SM-G960U using Tapatalk