בלאט 7 פון 9
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 7:57 pm
דורך ישראל גלויבער
berlbalaguleh האט געשריבן:וואס דער צודרייטער מנשה לוסטיג זאגט איז מיר נישט אינטרעסאנט. נאר אנצוקוקן צורת קדשו זעהט מען דאך אז ער איז א צודרייטער...!
נאר צו לייענען דיין תגובה פארשטייט מען אז דו פלאצט פאר קנאה..
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:57 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל גלויבער: וואו... איך פלאץ פאר קנאה...איך האב גארנישט וואס צו ענטפערן אויף דעם. ווייל ס'איז אזוי שטארק אבסורד. ס'פונקט אזוי ווי אז איך זאלל מקנא זיין עפעס א צודרייטן פאציענט פון א משוגעים הויז...!.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:19 pm
דורך ישראל גלויבער
wow די מאווי גייט שפילן אין די מאדערענע געגענד ''קאט סעט לוקס''. צענטער פון מאטריאל
Re: מנשה (פילם)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:00 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ישראל גלויבער האט געשריבן:wow די מאווי גייט שפילן אין די מאדערענע געגענד ''קאט סעט לוקס''. צענטער פון מאטריאל
ספעציעל פאר @ישראל גלויבער זאל עס קענען זעהן מיט זיין שווער אין די נייע בעבי אין די אידן וואס מישען זיך נישט פסח
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:27 pm
דורך ישראל גלויבער
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:ישראל גלויבער האט געשריבן:wow די מאווי גייט שפילן אין די מאדערענע געגענד ''קאט סעט לוקס''. צענטער פון מאטריאל
ספעציעל פאר @ישראל גלויבער זאל עס קענען זעהן מיט זיין שווער אין די נייע בעבי אין די אידן וואס מישען זיך נישט פסח
לא זכיתי להבין
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 4:38 pm
דורך ישראל גלויבער
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 12:38 am
דורך קאצקע ציקער
ווי קען מען עס וואטשן אנליין?
Re: מנשה (פילם)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 10:15 am
דורך טרויבן88
נאכנישט אוועילעבעל, אפילו אויף טאררענטס, א שאד,
איין טאג
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 5:02 pm
דורך ישראל גלויבער
כ'האב אויך פראבירט. מ'קען נישט.
כ'האב געקלינגען מנשה די וואך, ער זאגט אז ס'גייט צו גוט אין די סינעמאס, און ס'וועט נישט אזוי שנעל גיין אנליין.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:29 pm
דורך ישראל גלויבער
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:14 pm
דורך ישראל גלויבער
Re: מנשה (פילם)
נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 9:09 pm
דורך טרויבן88
שוין, האב איך מיך אראפגעריקט צים טיאטער צי זען די מאווי 'מנשה', און וואס זאל איך ענק זאגן??? עס איז א שטיק גארבעטש, אומאינטערסאנט, אזא מייסטער שלעכטע ארבעט, די מעשה האט נישט קיין אנהייב און נישט קיין סוף,
לדוגמא עס ווערט נישט אראפגעשפילט די מאמע'ס פטירה, אדער לכל הפחות די אריבערגאנג פון קינד צים פעטער, סא די ערשטע חלק מעשה דארף מען אליינס כאפן, סא וויאזוי כאפט עס א גוי? אין אפילו אינמיטן ווערט אראפגעלייגט זייער פאלש אין קורץ, למשל די אינטעראקציע צווישן די מענטשן איז ממש געציילטע ווערטער וואס עס זייער פאלש אז ס'איז זייער שווער צי כאפן וואס פינקטליך עס גייט פאר, אפגערעדט אז פאר א גוי איז דאס אומעגליך צי פארשטיין, די שלימזלות פון די מנשה איז צי שטארק אראפגעשפילט אזש מען קען נישט כאפן געהעריג ווי מנשה וויל אז זיין קינד זאל זיין, און ערגער פון אלעם אז עס ענדיגט זיך נישט אין ערגעץ, נישט אז דאס קינד בלייבט ביי עם אין נישט ביים פעטער, עס בלייבט אומקלאר, איז מילא אונז אידן קענען בדוחק אריינפילן די לעכער, אבער א גוי למען השם וויאזוי פארשטייט ער די מעשה???
יעצט צים צווייטן חלק, די סובטייטל, עס טוט נישט איבערטייטשן פארן גוי וואס עס ווערט געשפילט, סיי אז די איבערטייטש איז נישט גוט, און סיי למשל ווען מ'זינגט אדער מ'זאגט לחיים שטייט גארנישט אויפן סובטייטל, עס איז מיר נישט געלונגען צי כאפן א שמועס מיט א גוי, אבער איך האב נישט קיין שום איידיע וואס ער טראכט דערפון,
אין איין ווארט לדעתי,
"אן אומבאלומפערטע ארבייט"
נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 9:38 pm
דורך אפטעמיסט
איז דא אן הלכה אז א קינד טאר נישט וואוינען אין שטוב מיט א פאטער אן א מוטער? קיינמאל נישט געהערט דערפון, און די פראדוסערס האלטן עס אין איין איבערקייען.
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 2:44 am
דורך מוזיק עקספערט
די DVD איז שוין ארויס געקומען אדער ס'איז נאר דא אין טעאטער???
Sent from my 5056N using Tapatalk
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:59 am
דורך טרויבן88
מוזיק עקספערט האט געשריבן:די DVD איז שוין ארויס געקומען אדער ס'איז נאר דא אין טעאטער???
Sent from my 5056N using Tapatalk
נאר אין טיאטער, אבער איך זאג דיר צי אז די האסט נישט ארוואס צי ווארטן, א שוואכע ארבייט
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 5:01 am
דורך טרויבן88
אפטעמיסט האט געשריבן:איז דא אן הלכה אז א קינד טאר נישט וואוינען אין שטוב מיט א פאטער אן א מוטער? קיינמאל נישט געהערט דערפון, און די פראדוסערס האלטן עס אין איין איבערקייען.
די שאלה איז נישט קיין הלכה, אפשר רעדט ער פון קולטור? יעצט די מעשה דארף זיך באציען אויף זיין מעשה אביסל, וואס איז געווען ביי עם די מעשה?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 7:46 am
דורך diff
מעג מען גיין אין טיאטער
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:29 am
דורך טרויבן88
ווען וועט מען אפטראגן דעם "דיפפ" טראל פונעם שטיבל??? גענוג איז גענוג אזא אנשיקעניש
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:44 am
דורך diff
מעג מען אדער נישט
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:50 am
דורך גרויסע מענטשעלע
diff האט געשריבן:מעג מען אדער נישט
פרעג אויף טוויטער
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:52 am
דורך diff
ווי
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 3:53 pm
דורך ישראל גלויבער
פוק חזי מאי עמא דבר
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:08 pm
דורך diff
אפשר דארף מניש זאגן בפה מלה. מקען זאגען אחבר איז געווען