נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:25 pm
די מזרחי'ניקעס מאכן מטעמים פינעם ספר
די ספר איז א מקורות'דיגע זאך
עס איז די ערשטע אין בעלז צו פארפאסט ווערן
די ספר איז א מקורות'דיגע זאך
עס איז די ערשטע אין בעלז צו פארפאסט ווערן
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=11494
איך אויך האט געשריבן:דער ס''ח ווייסט גאנץ גוט אז ''לא הופץ באלפי עותקים בחתונה'' ואפילו לא בעותק אחד אבער כדי ווייטער צו באמסיטיגן ק''ש איז עפעס א מזרוחניק אויך א מקור.
berlbalaguleh האט געשריבן:אורים ותומים: קודם, שלום עליכם. איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון דיין היקפ'דיגע באשרייבונג פונ'ם בעלזא'ער רב שליט"א. און איך האב נאכנישט אויספייעט צו ליינען די אלע אנדערע תגובות. איך וויל נאר מגיב זיין אויף איין קליינעם פרט וואס דו האסט דערמאנט גלייך אין אנהייב פון די באשרייבונג איבער די מידות טובות און טוב לב פונ'ם בעלזער רב. אלס משל ברענגסטו צו די מעשה מיט א יונגערמאן א גביר וועלכער האט פארלוירן זיין געלט און די חסידים האבן איהם געוואלט שיקן לופטערן. און דער רב האטציך שטארק אנגענומען פאר איהם. עד כדי כך אז ס'איז שיער געווארן א ריס אין חסידות.
די מעשה איז נישט אזוי פשוט. ס'איז א ביסל מער קאמפליצירט. דאס נעמט אבער נישט אוועק פונ'ם גדלות וטוב לבב פונ'ם רב. דער געוויסער יונגערמאן, וועלכער איז געווען א שטארקער עסקן פאר די מוסדות דאהי אין ניו יארק איז געווען מער א פאליטישן ווי א גביר. יא. ער האט אויך געהאט א ביסל געלט. אבער ער איז בעיקר געווען אויך א פאליטישער עסקן. און דורכדעם האט ער געקענט טון א סאך טובות פאר אלע אידישע מוסדות (יא. פאר סאטמאר'ע מוסדות אויך...!) אבער, ער האטציך ליידער פארפלאנטערט מיט נישט קיין שיינע מעשה מיט אן אשת איש...! און די יונגעלייט, וועלכע האבן געברויזט איבער די מעשה האבן געהאט א שטארקע נקודה אז מ'זאלל איהם מעביר זיין פון צו האבן א השפעה אין די מוסדות. אבער דער רב שליט"א האטציך נישט געאיילט איהם מעביר צו זיין. אדער ווי מ'רופט עס דא אין אמעריקע..."ווארפן אונטער'ן באס"...אלס הכרת הטוב פאר די שטארקע פינאנציעלע און פאליטישע טובות וואס ער האט געטון. ער האטציך נישט געקענט אויסדרייען זיין רוקן צו איהם פון אייו מינוט צו די צווייטע. ספעציעל נאכדעם וואס ער איז ירד מגדולתו פונ'ם פאליטישן און פינאנציעלן שטאנדפונקט...אבער די יונגעלייט האבן זייער שטארק געברויזט. טאקע מיט בעלזער קנאות...און דאס האט גורם געווען די אנגעשטרענגטקייט...!