בלאט 7 פון 8

נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 10:58 am
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן:עס דארף אויסגעשמועסט ווערן אז צו די הוצאות החתונה זענען צוגעקומען די רעקלאמעס אין אלע צייטונגען צו באשרייבן די היסטארישע חתונה.
איי, אפשר איז עס געווען בחינם? וואלט עס נישט געווען די זעלבע נוסח איבעראל, גענוי ווי אינעם גליון היכל הקודש, וואס ברסלבר האט שוין ציטירט אין זיין אשכול.

די צייטונגען נעמען דאס אן בחינם, עס איז נישט בגדר רעקלאמע, נאר בגדר נייעס

נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 2:43 pm
דורך איסר האטלקי
טראכסט אדער דו ווייסט?
איך האב שוין גענוג מאל געשריבן אזוינע רעקלאמעס, נייעס בלע"ז, פאר פריוואטע מוסדות און קהילות. מען שיקט עס אריין פארטיגערהייט צום רעדאקציע, זיי טוישן וואס זיי געפעלט כפי ראות עיניהם און מען באצאלט דערפאר פולער פרייז. אפילו אזעלכע "נייעס" וואס זיי וואלטן געווענליך געלייגט בחינם. אויב ווילסטו עס, דאן באצאלסטו דערפאר.

נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 3:43 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]פלוצים, איינער טוט אין א נושא וואס יעדער האלט מ'וואלט שוין געדארפט טוהן דערין בעפאר, קומט אפיר מאסיווע קריטיק, סיי אויף זיין אויפטוה, און סיי אויף די מענטש פארזענדליך, פארוואס האט די קריטיק אויף יואל ראטה זעלבסט נישט געקענט געליפטערט ווערן ביז יעצט, ווי איז עס יעצט געווארן מער נוגע, זיין ישיבה איז שוין אפען פאר צעהן יאר, פלוצלינג ער טוט עפעס דארף מען אנהייבן רעדן פון זיין אנדערע חלק אין לעבן. ווי אויך בין נייגעריג, ווי זענען די אלע קריטיקירער ווען יעדע שני וחמישי מאכט א צווייטער וואנע-בי א שמחה פאר פיר הונדערט אלפים,

ס'איז נישט קיין סוד אז אין ס'לעצטע צוויי דריי יאר קומען יעדן טאג אפיר פרישע בילדער פון שמחות ביי פליפערס וואס האבן אקארשט ריקאווערט פונעם 08 קראך, די חברה קענען נישט מאכן שמחות ווי אונז אלע, זיי זענען דאך עפעס ספעציעל, זיי זיצן דאך אויף גרויסע מארגעטשעס וואס גייען איינטאג קראכן, זיי האבן דאך אין בושוויק גרויסע געביידעס וואס שטייען אצינד ליידיג מיט אנהייב פונעם קומענדע קריזיס, אבער א אידישע שמחה קען נישט דורך געלאזט ווערן מיט א פשטות, אין ערגסטן פאל זאל א פארטי פלעננער (וואס וועט דערנאך שיקן די ביל אין אפיס ועוד חזון למועד) איבערציען די זאל מיט תכלת וארגמן, נייע בענקלעך טישן, בלומען חופה געשיר ועוד ועוד, זאל עס קאסטן, מ'קען זיך דאך נישט פארשעמען פאר די אלע פליפערס, ער איז דאך פאריגע וואך געווען באשריבן אין די ריעל-דיעל, און בעסטן פאל איז די רעדע פון דינגן א זאל אין ניו דזשערזי, אהין באסן דעם עולם, זאל עס קאסטן א מעלאנע, ווי זאגט נאר ראפשיצע רב, ווער ס'גלייבט נישט אז ווען מ'מאכט חתונה וכו', איי פון די פאריגע חתונות איז נאך דא חובות, ווי איז די הבטחה פונעם ראפשיצער, אבער א מאמין גלייבט מיט בלינדע אויגן.

האט איינער אמאל פארפירט דערויף? קיינמאל, געב א קוק ווי שיין ס'איז, הערליכע בילדער קורסירן, געב א קוק וואס ער קען, יעדער ווייסט צו שאצן וויפל אזאנס קאסט, העכסטענס לייגט מען צו א נעבעך, איינער וואס פארשטייט קען געבן א קרעכץ, אבער זהו, קיינעם איז עס נישט אנגעגאנגן, איבריג צו זאגן אז אפילו מהאט זיי נישט נאכגעטוהן האט עס געהויבן די סטענדערט ביי עמך אידן, אבער קיין פיפס האט מען נישט געהערט דערוועגן, פלוצים איינער טוט גענוי דאס פארקערטע, און טוט עפעס וואס איז זיכער ריכטיגער, פלוצים, דער עולם איז דא, מ'קריטיקירט. #היפאקריט'ן בתפארתם[/justify]

Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 4:12 pm
דורך גראף
@שלום שטיסל
Somebody has got to say these things and it has got to be me!!

Bob Grant

די זעלבע קריטעקירער זאגן סתם אזוי נישט כמעט קיין קאמפלעמענטס נאר ווען מען קריטיקירט הייבט מען אן מיט אז בעצם טוט ער אויף נאר למעשה זעהט מען אז ער איז א ....

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 7:44 pm
דורך שמערל
איך מיז זיך אנטשולדיגען פאר ר' יואל פארן אים גראד דן זיין לכף חוב און אים גלייך קריטיקירן, איך האב געהאט געהערט אז די כלה איז נאך זעכצן, האב איך אנגעקוקט די גאנצע זאך ווי א קולט סטייל חתונה, ווי דער מנהיג טיילט איין די חסידים פאר וועם און וויאזוי זיי זאלן חתונה האבן. ביי העלבראנץ תמ"ל אין גואטאמאלא מאכט מען אויך חתונה פיצעלע מיידלעך אין בית מדרש, און דאכט זיך אויך אין יבניאל, און איך האלט נישט אז איינער דא וועט באגריסן הרב בערלאנד פארן זיין דער ערשטער איינצופירן חתונות אין בית המדרש...

למעשה סיי נאכן זעהן דא אז די כלה איז פיל עלטער, און בעיקר נאכן הערן א שמועס פון ר' יואל ווי ער לייגט אראפ ווי שטארק סיי דער חתן און זיי די כלה ברויכן נישט קיין לוקסוס, קוקט מיר אויס אז מען מעג אים יא דן זיין לכף זכות, אמת איך האב א סאך ביי מיר אקעגן ר' יואל בפרט און ברעסלאוו בכלל, אבער דא מיז איך יא מודה זיין אז ער האט געטוהן א גוטע זאך, הגם חתונה מאכן אין א שוהל איז לאו דוקא סוסטעינעבל, דאך אבער דעליווערט עס די מעסעדזש, לאך אויף די וועלט, א מענטש קען חתונה מאכן אן ברויכן טוהן וואס יעדער טוהט, און באווייזן דעם קונץ אז דאס פארפאלק וועט אפילו אזוי האבן שלום בית און ס'וועט זיי גארנישט פעלן.

כה לחי ר' יואל!

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 6:04 pm
דורך חכמת שלמה
שמערל האט געשריבן:ביי העלבראנץ תמ"ל אין גואטאמאלא מאכט מען אויך חתונה פיצעלע מיידלעך אין בית מדרש.

כה לחי ר' יואל!


שקר!

לאמיר זען זיי יעצט א גיבור און בעט איבער לב טהור ברבים.

Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 6:22 pm
דורך קל וחומר
כ'האב מורא אז יואלי ראטה האט אויף עפעס אן אופן מאניפולעיטעד שמערל אז ער זאל שרייבן זיין תגובה.

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 6:39 pm
דורך סמבטיון
חכמת שלמה, אויב די מאן וואלט געווען די זעלבע פיצל ווי דאס מייידל וואלט טאקע קיינער נישט פארפירט, פראבלעם איז נאר אז די מאן איז צוויי מאל אזוי אלט ווי די מיידל.

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 7:35 pm
דורך אישתישבי
חכמת שלמה טענה'ט אז חתונות אין גוטאמאלע קאסטען אויך גארנישט, ווי אויך איז נישטא דארט קיין עגונות ווייל יעדער איז מקדש אדעתא דרבנן, און ווען דער רבי זאגט אויס קדושין איז די קדושין בטל למפרע.

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 9:12 pm
דורך מיש-נייעס
קל וחומר האט געשריבן:כ'האב מורא אז יואלי ראטה האט אויף עפעס אן אופן מאניפולעיטעד שמערל אז ער זאל שרייבן זיין תגובה.


יא! ער האט איהם מאניפיולעטעד... פשוט שמערל האט איהם אויסגעהערט און ווער עס הערט איהם אויס זעהט אז ער רעדט דברים של טעם...

גם אני בחלומי בין איך געווען ווי עולם גולם געגלייבט אלע שמועות פון די גאס ביז איך האב געהערט זיינע דרשות און איך האב געזעהן אז ס'איז שוא ושקר

Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 10:19 pm
דורך יהודי פשוט
מיש-נייעס האט געשריבן:
יא! ער האט איהם מאניפיולעטעד... פשוט שמערל האט איהם אויסגעהערט און ווער עס הערט איהם אויס זעהט אז ער רעדט דברים של טעם...

גם אני בחלומי בין איך געווען ווי עולם גולם געגלייבט אלע שמועות פון די גאס ביז איך האב געהערט זיינע דרשות און איך האב געזעהן אז
ס'איז שוא ושקר

ביי מיר איז געוועהן פונקט פארקערט, ווילאנג איך האב נאר געהערט שמועות אין גאס האב איך געהאלטן אז אלעס איז שקר און ער איז באמת א מורא׳דיגע מענטש, אזוי ווי איך האב געהערט צופיל פון זיינע גערעדערייען בין איך געווארן א מתנגד

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 4:08 pm
דורך חקרן
איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 4:29 pm
דורך איש את רעהו
חקרן האט געשריבן:איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?

א ברסלב'ר?
הלוואי ירבו כמותו בישראל
מיליאנען דאלארען אידיש געלט און אידיש בלוט וועלן אפגעשוינט ווערן.

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 4:57 pm
דורך מיש-נייעס
חקרן האט געשריבן:איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?


ווער

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 6:06 pm
דורך איך אויך
הלואי זאל יעדער חתונה מאכן אין ביהמ''ד אבער מיט אביסל כבוד עצמי און א אידישע טעם.

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 7:45 pm
דורך איסר האטלקי
חקרן האט געשריבן:איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?

יא, האדמו"ר מספינקא 56 האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט אין בית מדרש'ל!!

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 11:13 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז באגריסנסווערד. ר' יואל איך גראטוליר דיר!


איך זעה אין דער ארטיקל אין בלאט באשריייבענדיג די היסטארישער חתונה דערמאנען זיי נישט אפי' איין מאל רב ראטה שליט"א, וואס ער האט זיכער געשפילט א הויפט ראלע אין אויספירן אזא אקט.

טאמער האט דער בלאט געשריבן דעם ארטיקל און במכוון אים אויסגעקראסט איז דאס א שאנדע פון דעם שוין אזוי נידריגען צייטונג.

נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 6:12 pm
דורך מיש-נייעס
המודיעה

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 11:23 pm
דורך מיש-נייעס
דער מחנך הרב וואזנער צולייגט גוט די ענין פון חתונה מאכן אין שול, די וואך אין די מאמענט

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 12:00 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
אין איין ווארט דאס איז נישט די ישועה ווייל אין ביהמ"ד וועט מען נישט חתונה מאכן
מען ברויך אוועקשטעלן זאלן אויף עכט ביליג די קעסטנבוים פרדסים זענען אויכנישט די ישועה

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 8:52 pm
דורך דער דאס
היינט נאכט קומט פאר די צווייטע חתונה אין בית מדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג..

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 12:36 am
דורך דער דאס
.

דריטע חתונה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:59 am
דורך דאכצעכמער
עס קומט אריין די נייעס אז עס קומט א דריטע חתונה אין שוהל ?