בלאט 7 פון 11

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 7:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער אבן ישראל האט גארנישט צוטוהן מיט למעשה.
דער איסור לבטל איסור לכתחילה איז נישט אויפ׳ן גוי וואס מאכט דער הכלאה, ט׳וואס איז דער איסור צו קויפען אזעלכע טשיקענס פון דער גוי?

און דער חוששין לזרע האב, אפילו פאר זוז"ג, איז נאר א ספק כמבואר ברמב"ם. אויב אזוי רעדט זיך בביטול ספק איסור. ועוד, אז די ׳עוף טמא׳ וואס מ׳רעדט, כפי הנראה, איז נאר אן עוף וואס האט נישט קיין מסורת, וואס דאס איז נאר א ספק אויף וואס מ׳מוז מחמיר זיין.

אלזא, ווייס איך נישט וואס זיי ווילען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:25 am
דורך Gimpel
רב לנדא טענות עס איז דורס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:50 am
דורך Gimpel
די ביצים סימן כד וכד

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 11:48 am
דורך יהושע חיים
Gimpel האט געשריבן:רב לנדא טענות עס איז דורס

דאס איז שיטת המועדים וזמנים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 12:46 pm
דורך Gimpel
So?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 12:50 pm
דורך היסטאריקער
berlbalaguleh האט געשריבן:תנחום: ער האט נאכנישט ארויסגעזאעגט דעתו הקדושה איבער דעם ענין פון די בראקקאלי עופות. ווייל ער איז נאך ביזי מיט'ן פראבלעים פון גיוס בחורי הישיבות הקדושות. ער איז אין טעגליכע פארבינדונג מיט הרב שמואל אויערבאך שליט"א. ווען ער וועט פארטיג ווערן מיט דעם ערנסטן פראבלעם וועט ער זיך נעמען צו די בראקקאלי טשיקנס. אויב ס'וועט ח"ו נישט אונטערקומען א צווייטער נארישער פראבלעם וואס וועט האלטן כלל ישראל געשפאנט. אדער לכה"פ די ליינערס או שרייבערס אויף קאווע שטיבל...!



ער איז נישט דער איינציגער

diff האט געשריבן:האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר בפני תלמידי הישיבה. "עול גזירת הגיוס בארה"ק אינו מאפשר לי להתעמק ולפסוק בנושא עוף הבראקל".*
במהלך חזרתו לביתו בליל שבת אחרי עריכת השולחנות בליווי תלמידי הישיבה. אחד מהתלמידים התייחס בשאלה על דעתו של האדמו"ר בנושא המסעיר כעת את עולם התורה 'עוף הבראקל' שגם לאחר כחודש שהנושא לא יורדת מסדר יום של גדולי הפוסקים עדיין לא נשמע ולא התקבל פסקו של האדמו"ר.
האדמו"ר ענה לו שעול גזירת הגיוס המרחפת על עולם התורה בארה"ק. אינו נותן לו מנוח על נפשו וקשה לו להתעמק בנושא ולפסוק.

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 12:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך געדענק נישט אז פון די אייער קען מען ברענגען א ראיה צום כשרות, אדער פארקערט, פון דער מאמע.

דער וואס האט א מראה מקום איז געבעטען אהער צו ברענגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:06 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק רעדט פין די עופות הרגילים, דער אייער פין בראקעל זענען שפיציג.

באיזה אופן, ר' ליטוואק, דער קארניש איז ערגער ווי סתם א עוף וואס האט נישט א מסורה. עס איז א שאלה פין דורס, עס קומט פין עופות וואס זענען געניצט געווארען אויף קאק פייטס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:33 pm
דורך Gimpel
ליטוואק גמרא חולין פרעגט אויף שמונה ספיקת ונבדוק בביצים מתרץ איכא עורבתא דדמי ליונה יש עופות של טמאים כד חד אבל להיפך לא שייך לעונה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:17 pm
דורך diff
שוין, זאל זיין קאטשקע

בילד

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:29 pm
דורך יהושע חיים
בילד

וועלכע עוף איז דאס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:09 pm
דורך אישתישבי
א פעיקע טשיקען סתם צו מאכען פיקטשערס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:16 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז דאך אין די לעגענדארע ''צאנזער פארעם'' אנגעפירט דורך הרב פראטיווין ווערט געזעהן אויף די בילד.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 7:17 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אבן ישראל האט גארנישט צוטוהן מיט למעשה.
דער איסור לבטל איסור לכתחילה איז נישט אויפ׳ן גוי וואס מאכט דער הכלאה, ט׳וואס איז דער איסור צו קויפען אזעלכע טשיקענס פון דער גוי?

און דער חוששין לזרע האב, אפילו פאר זוז"ג, איז נאר א ספק כמבואר ברמב"ם. אויב אזוי רעדט זיך בביטול ספק איסור. ועוד, אז די ׳עוף טמא׳ וואס מ׳רעדט, כפי הנראה, איז נאר אן עוף וואס האט נישט קיין מסורת, וואס דאס איז נאר א ספק אויף וואס מ׳מוז מחמיר זיין.

אלזא, ווייס איך נישט וואס זיי ווילען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קוקט דעם שטיקל
ב...jpg

אויב איז די פראבלעים אינעם נקבה זענען די תולדות אויף צרות, ווי די היינטיגע מצב זעהט אויס דארף מען ווי פריער א תיקון, אדער נעמט מעקסיקאנער בהמה פאר האלב פרייז.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:10 pm
דורך אדונינו
יהושע חיים האט געשריבן:בילד

וועלכע עוף איז דאס?

ר' ז"ל קוקט ווי א האן אינעם בני אדם...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
אדונינו: וואס זאגט דער האן...? תרנגול מה הוא אומר. (דער האן איז בעצם א ספרדי'שער. נאר ער רעדט אידיש בהברה אשכנזית/ליטאית)...איך האב ב"ה געהאט די זכייה עולה צו זיין על שולחן מלכים. מאן מלכי רבנן. ספעציעל אזעלכע 2 גרויסע און חשוב'ע תלמידי חכמים ווי מהר"א שליט"א און דער דיין פון קרית יואל הרב געצל בערגער, וואס ער איז לעצטנס געווען איבעראל נאר נישט אין קרית יואל. אין לאנדאן יצ"ו. און אין ירושלים תובב"א. נאר הרב געציל בערגער שליט"א האטציך געמוזט צורייקקערן קיין קר"י באופן דחוף. ווייל מ'האט געדארפט מברר זיין אויב איך און מיין משפחה זענען עופות כשרים אדער נישט. און אצינד האביך די זכייה צו באגעגענען הרה"צ (הגאון הקדוש האמיר פארגעסן)...מוהר"ר זלמן לייב טייטלבוים שליט"א. איך האב שוין געווארט פאר גאר א לאנגע צייט צו הערן חוות דעת קדשו. ביז יעצט האט ער זיך נישט געקענט קאנצענטרירן זיינע מחשבות און מעיין זיין אין פוסקים וואס מיין סטאטוס איז. ווייל ער איז געווען שטארק פארנומען מיט 2 גרויסע געשעענישן (וואו דער ברודער זז"ג האטציך נישט געמישט. און נישט אנטייל גענומען) וועלכע האבן אויפגערודערט די גאנצע ערליכע אידישע וועלט. ערשטנס. אז די ציונים (ימ"ש) שטייען אין די גאסן און זיי שיסן ישיבה בחורים. און זיי ברענגען גאנצע טרעילארס און לייגן אריין אין זיי ישיבה בחורים. ספעציעל די בחורים פון הרב אויערבאך'ס ישיבה און שליידערן זיי אריין אין פינסטערע קעלערן וועלכע הייסן מיליטערישע תפיסות, רח"ל. די צווייטע וועלט'ס געשעעניש איז. אז אונז מוז מיר ראטעווען די ילדי פראנקרייך אז זיי זאללן ח"ו נישט עולה זיין קיין מדינת ישראל. ב"ה אז מיין מחותן הרב מלכיאל קאטלער שליט"א שטייט מיר צו די רעכטע האנט. האביך מיך געקענט באפרייען און מעיין זיין אין פת ושותקים. און איך בין געקומען צו די מסקנא אז ס'איז דא וואס פיהרן זיך אזוי. און ס'איז דא וואס פיהרן זיך אזוי. אין מיין בוטשער סטאר אויף 82 ליע. עוו. וועט מען יא קענען פארקויפן די בראקקאלי עופות. אבער אין די בני יואל בוטשער סטאר וועט מען עס נישט פארקויפן...!...! יעצט לאמיר אנהייבן ... בני אדם יושבי חושך וצלמות אסירי עני וברזל...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
דער ברודער האטציך שוין אפ פאטאגראפירט מיטן בראקקאלי טשיקן. נו אויף וואס ווארט מהרז"ל שליט"א. זיכער מוז ער זיך אויך פאטאגראפירן מיט'ן טשיקן...וואדען...?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 5:37 pm
דורך איש את רעהו
הגאון רי"י קאלמאנאוויץ האט מפרסם געווען דעתו וועגן די עופות.

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 10:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אזוי צו דער זאך ווי דער אבן-גבירול ישראל? אדער עפעס בעסער?

ווייל דארט שטייט נאכאלץ גארנישט. דער מצוה להביא עופות אלו צו אלו האט נישט מיט קיין הלכה. און דער מאמע האט אויך גארנישט מיט אונז. טאמער עופות זענען טהור, זענען זיי טהור. וואס גייט מיר אן די הכלאה וכו׳? איך דארף קלערען וואס ער האט געגעסען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 10:18 pm
דורך אישתישבי
באמת? וואס גייט מיר אהן דער מאמע?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 11:31 pm
דורך מנוחה ושלוה
די נייעס פון תשע"ז איז בלי ספק די בלאנק טשעק
וואס די פירמעס וואס מישן עופות האבן געקריגן צו טון וואס זיי ווילן
דער טשעק איז געחתמט ביי גרויסע פירמעס וואס ווילן נישט אפהאקען זייער ביזנעס מיט די ברוילערס טשיקן

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: און דער מאמע האט אויך גארנישט מיט אונז.
טאמער עופות זענען טהור, זענען זיי טהור. וואס גייט מיר אן די הכלאה וכו׳? איך דארף קלערען וואס ער האט געגעסען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] די הלכה דערפון קענסטו אדער סתם אבי געשריבן,
אין די מציאות האסטו זיכער נישט באקאנטשאפט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 7:50 am
דורך diff
און אז די גבירים וועלען נישט לעקען א ביינדל אויף אונזער געטריישאפט צו אידישקייט. וכן היה בבלומינבורג

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 9:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווארט נאר אז איינער זאל מסביר זיין וואס איז די פראבלעם מיט ׳הכלאה׳. ביזדערווייל האב איך גארנישט געזע׳ען צו געהערט. איינער האט געזאגט אז די טשיקען איז א ממזר. איך וויל נישט אריינרעדען אין די וואס ליידען שטארק פון. א שידוכים קריזיס, אבער איך זוך ב"ה נישט קיין שידוך, און איך קען קיינער וואס ס׳איז איהם אזוי ענג אז ער וויל נעמען א טשיקען, נאר ער וויל וויסען צו ס׳איז א ממזר אדער אן עמוני ומואבי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk