סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער אסטראלישער פילאזאף דר. פּיִטער זינגער און דר. ריטשערד ריידער האבן געקוֺינט דעם טערמין פון ספּיִשׁיסיזם דערפאר. ער טענה׳ט, עפ״ די ענגלישע פילאזאף ירמיה בּענטאם, אז יעדע זאך וואס קען ליידן און שפירן צער האט אינטערעסן. וממילא פאלט דאס אונטער די דיסקוסיע פון זיך רעכענען מיט אינטערעסן. און אויב אזוי, אפילו עס האט נישט א ראציאנאלן קעפּעסיטי דארף מען דאס גיבן די רעכטן לויט אירע אינטערעסן און א סארט עקוואליטי, פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט אז מ׳דארף מאראליש גיבן עקוואליטי פאר איינער וואס איז ל״ע אינטעלעקטשועלי דיסעיבּעלד וכדומה, און דער פיקח איז נישט בעצם ״מער״ פון אים פון א מאראלישע עקוואליטי שטאנדפונקט.
אולי קען מען זאגן דערצו א סארט תירוץ כעין די טאלעראנץ פּאראדאקס. דהיינו, אז איה״נ זיי האבן אינטערעסן וואס בעצם וואלט מען זיך געדארפט רעכענען מיט דעם/זיי, אבער וויבאלד ביי (עכ"פ רוב פון) די מין/סוג ״בעל חי״ בכלליות איז בעצם נישט דא די געדאנק פון זיך רעכענען מיט א צווייטן[ מין]׳ס אינטערעסן, קומט דאס דעריבער נישט אריין אונטער דעם רובריק פון זיך דארפן רעכענען דערמיט (אויב די מין/פאר די מין וואס האט נישט די קעפעסיטי). מיינענדיג אז נאר א מין וואס פארשטייט מאראל און האט די יכולת זיך צוצושטעלן דערצו אויף פארקערט און פון זיך אליין, קען מען זיך רעכענען דערצו פון אונז בענין מאראל. אולי.
אולי קען מען זאגן דערצו א סארט תירוץ כעין די טאלעראנץ פּאראדאקס. דהיינו, אז איה״נ זיי האבן אינטערעסן וואס בעצם וואלט מען זיך געדארפט רעכענען מיט דעם/זיי, אבער וויבאלד ביי (עכ"פ רוב פון) די מין/סוג ״בעל חי״ בכלליות איז בעצם נישט דא די געדאנק פון זיך רעכענען מיט א צווייטן[ מין]׳ס אינטערעסן, קומט דאס דעריבער נישט אריין אונטער דעם רובריק פון זיך דארפן רעכענען דערמיט (אויב די מין/פאר די מין וואס האט נישט די קעפעסיטי). מיינענדיג אז נאר א מין וואס פארשטייט מאראל און האט די יכולת זיך צוצושטעלן דערצו אויף פארקערט און פון זיך אליין, קען מען זיך רעכענען דערצו פון אונז בענין מאראל. אולי.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער בּוּדהאַ האט בנוגע זיין לעהרע געמאכט א משל אז ווען מ׳דארף אריבערגיין א טייך מאכט מען א רעפט דאס אריבערצוגיין. אבער איינמאל מ׳איז שוין אריבער געגאנגען ווערט דאס נאר אן עיכוב ארומצושלעפן און מ׳דארף דאס אפלאזן. דאס זעלבע איז מיט זיין לעהרע אליין; אז איינמאל מ׳איז שוין אנגעקומען צו ״ענלייטענמענט״ דארף מען דאס אפלאזן.
מ׳לערענט דאס אפ אויף די געדאנק פון א רצון נישט צו האבן רצוניות׳ן. אז מ׳הייבט אן מיט טאקע די רצון אבער נאר אלס אן אנהויב צוצוקומען צו אי-רצון, וואס איינמאל מ׳איז שוין דארט איז מען דאס משליך.
מי אני האט געשריבן:4). הקטן, בנוגע נירוואנא, רירט אן די באקאנטע פאראדאקס פון תאוה, וואס איז איינע פון די מקומות מחשבה אין בודהיזם. נעמליך, אויב ״וויל״ איך גארנישט ״וועלן״, ״וויל״ איך דאך למעשה עפעס.
דער בּוּדהאַ האט בנוגע זיין לעהרע געמאכט א משל אז ווען מ׳דארף אריבערגיין א טייך מאכט מען א רעפט דאס אריבערצוגיין. אבער איינמאל מ׳איז שוין אריבער געגאנגען ווערט דאס נאר אן עיכוב ארומצושלעפן און מ׳דארף דאס אפלאזן. דאס זעלבע איז מיט זיין לעהרע אליין; אז איינמאל מ׳איז שוין אנגעקומען צו ״ענלייטענמענט״ דארף מען דאס אפלאזן.
מ׳לערענט דאס אפ אויף די געדאנק פון א רצון נישט צו האבן רצוניות׳ן. אז מ׳הייבט אן מיט טאקע די רצון אבער נאר אלס אן אנהויב צוצוקומען צו אי-רצון, וואס איינמאל מ׳איז שוין דארט איז מען דאס משליך.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
למעשה גערעדט איז די עצם נירוואנה פאראדאקס סתם א קאפ פארדרייעניש, דער בודהא האט נישט געזאגט אז מ'זאל גארנישט וועלן, וואס ער האט יא געזאגט איז אז מ'זאל נישט וועלן "האבן" (acquire) זאכן. ער האט גע'טענה'ט אז קונה זיין און האבן זאכן מאכט נישט א מענטש צופרידן נאר פונקט פארקערט, פטור ווערן פון איבעריגע זאכן (גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע) איז וואס מאכט צופרידן. אין אנדערע רעליגיעס איז די תכלית הנרצה צו "באקומען" אדער "משיג זיין" "עפעס", זאל עס זיין ש"י עולמות, ע"ב בתולות, א חופה מיט בריליאנטן, שור הבר מיט'ן לויתן, וכו', אין בודדהיזם איז די אלע זאכן נישט דא, די תכלית הנרצה איז פשוט צו זיין מיט זיך אליינס און אויפצוגעבן אלע איבעריגע באגאשזן וואס מ'טראגט ארום מיט זיך. דער בודהא האט גע'טענה'ט אז מענטשן לויפן צו די אלע סארטן אמונות און imagery ווייל זיי פרובירן אוועקצולויפן פון זיך, זיי קענען נישט זיין בשלום מיט זיך אליינס, און א גרויסע טייל פון זיין לערע איז אויסצולערנען די מענטש וויאזוי צו לעבן בשלום מיט זיך. לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום, די גרעסטע ברכה איז זיין בשלום מיט זיך אליינס און נישט דארפן גארנישט מער. און אויף דעם האט דער בודהא געזאגט: "וואס איז גן עדן (nirvana)?" שלום! הדא הוא דכתיב, " nirvana is peace".
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
גערעכט. אבער אין די קאנטעקסט קען מען עס אנקוקען ווי מ׳האט א רצון צו ״האבן״ דאס [דערגרייכונג פון] אי-רצוניות צו האבן זאכן. ווי אויך איז זיין צווייטע נאבעלע אמת [סאַמוּדאַיאַ] (וממילא זיין דריטע [ניראָדהאַ] אז מ׳דארף פטור ווערן דערפון) אז צער קומט צושטאנד פון ״טאַנהאַ״, וואס דאס טייטשט מען אלס ״desire״ אדער ״צובאהאפטענקייט״; דאס איז לכאורה עצם ״רצון״. פארשטייט זיך טאקע אז די ״האבן״ איז די סאבּיעקט פונעם ״רצון״ אויף וואס עס איז חל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער אינדיאנער פילאזאף קוּמאַרילאַ בּהאַטאַ (פונעם מיִמאַמסאַ חדר) האט געפרעגט אז אויב דער בּוּדהאַ איז צוגעקומען צו מדריגת נירוואַנאַ וואו ער האט נישט קיין שום רצוניות/עטעטשמענטס, דעמאלטס פארוואס האט ער אויסגעלערענט זיין לעהרע? עס באדייט אז ער האט געהאט א רצון/עטעטשמענט דאס צו טוהן.
***
וויצן בתוך די לעהרעס פון בּודהיזם:
***
וויצן בתוך די לעהרעס פון בּודהיזם:
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי עסן בשר בע״ח איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דער עיקרים זאגט (מאמר ג פט״ו):
כי מלבד מה שיש בהריגת הבעלי חיים אכזריות חֵמה, ושטף אף, ולימוד תכונה רעה אל האדם לשפוך דם חינם, עוד יוליד אכילת בשר קצת הבעלי חיים עובי ועכירות ואטימות בנפש... כשנתנה תורה לישראל, שכבר נמחה זה הדעת מן העולם, אסר להם קצת הבעלי חיים המולידים עובי ועכירות בנפש. ואפילו מה שהתיר להם, לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע, כמו שהתיר להם יפת תואר על זה הדרך. הנה גילו בפירוש, שאכילת הבשר לא הותר אלא על צד ההכרח, ועל כן נאסר בתחילת היצירה עם היותו מזון טוב, לסיבה שזכרנו בתחילת הפרק. כמו שהיין, אף על פי שהוא מזון טוב ומותר לאדם, יקרא הכתוב את הנזיר הפורש ממנו קדוש.
Re: סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?
אין וואס איז יושר אז אינז מענטשען זענען איינגעשפארט פאר 24/7 אין די סיטיס ? ומה שאתה מתרץ כאן, מתרץ כאן אהברוך שפינוזה האט געשריבן:ישר כח פאר די הערליכע שיעור אין ארטיפישל סעלעקשן, אבער דו האסט זיך בכלל נישט באצויגן צו מיין טענה. קען זיין אז דו וואוינסט אויסער'ן שטאט ווי דארט באהאנדלט מען די שטוב באשעפענישן פיל מער מענטשליך ווי אין שטאט וואו זיי זענען איינגעשפארט אדער איינגעבינדן 24/7.
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער פילאזאף פּראפעסאר ניק זאנגוויל טענה'ט אז עס איז גאר א גוטע מאראלישע זאך אז מ'עסט בע"ח. דאס איז ווייל נאר דאדורך האבן די סארט בע"ח א גוטע לעבן עד השחיטה (אזא סארט "לכך נוצרת" וואס דער פאַרמער שטעלט אויף זיי). כמובן, איז די ארגומענט נאר גילטיג לגבי די סארט פאַרעמס וואו זיי לעבן א גוטע לעבן עד הסוף, און נישט די סארט פעקטאָרי פאַרמס וואו זיי לעבן ליידער א חיי צער. ואיה"נ אז די סארט פאַרמס זענען די רוב כהיום, איז אבער דאס וואס מ'דארף טוישן ול"ד דאס עסן בע"ח בכלל. הרב דר. נתן סליפקין זאגט ענליך לגבי פעקטאָרי פאַרמס פון א תורה'דיגן פּערספּעקטיוו וצעב"ח. ער מאכט אויך אַן ענליכן ארגומענט לגבי צולאזן יאגד, עכ"פ אויף א societal לעוועל (און נישט אז דער אינדיווידואל זאל דאס טוהן, ועיין במ"א באו"ח סימן שטז ס"ק ה), וויבאלד דאס ברענגט בענעפיטן פאר די בע"ח על הכלל כולו.
ולגבי די פראבלעם פון שלעכטס ביחס צו די צער פון בע"ח, שרייבט פּראפעסאר זאנגוויל דארט:
ולגבי די חילוק בין מין האדם ובע"ח בנוגע די טראַלי פראבלעם שרייבט ער:
און דאס איז מכח דעם ווייל ביים מין האדם איז דא דעם כח השכל און reason. ועפי"ז קען דאס אפשר געבן א טעם פארוואס עסן חזיר איז אסור, ווי ער שרייבט:
ולגבי די פראבלעם פון שלעכטס ביחס צו די צער פון בע"ח, שרייבט פּראפעסאר זאנגוויל דארט:
The ‘problem of evil’ is a standard problem for belief in God’s existence, and the usual focus is on human suffering. But the suffering of wild animals should also be a major headache for God, and perhaps more of a headache than human suffering. Why would an all-good, all-knowing and all-powerful god make animals suffer so much? The nature and extent of animal suffering makes an even more compelling argument against God’s existence because the usual replies in the human case, especially the appeal to the value of free will, are not available for animals. If there is a good god, we might well wonder why such bloody horror was unleashed on these creatures
Human beings are in fact a rare light in the darkness of the animal kingdom when we nurture some animals in order to eat them. Many domesticated animals are bred and raised for food in conditions that should be the envy of wild animals. The daily life of some of the animals we eat is almost like a spa! If vegetarians and vegans are the natural enemies of domesticated animals, carnivorous human beings are their natural friends. Indeed, in nurturing and caring for animals that we raise for food or other purposes, human beings seem to do better than God
More fundamentally, human beings have rights of a kind that animals lack. Having rights does not just mean that the lives of human beings and animals matter – of course they do. It means something more specific, which implies that it would be wrong to kill and eat human beings against their will, even if the practice were to benefit them. So, for example, when one human being innocently goes for a hospital checkup, a doctor should not cut them open for the purpose of harvesting their organs for transplants that will save the lives of five other human beings. But a veterinary surgeon may, I believe, cut open one innocent ownerless dog who wanders in off the street to save five other ownerless dogs. In that sense, animals do not have ‘rights’. These rights mark a moral line between human beings and animals
The exceptions among the animals that we breed to eat are pigs, whose surprisingly adept operation of computer joysticks demonstrates cognitive flexibility that may indicate reasoning
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
בּערטראנד ראָסעל האט געשריבן:
Ethics is essentially a product of the gregarious instinct, that is to say, of the instinct to co-operate with those who are to form our own group against those who belong to other groups. Those who belong to our own group are good; those who belong to hostile groups are wicked. The ends which are pursued by our own group are desirable ends, the ends pursued by hostile groups are nefarious. The subjectivity of this situation is not apparent to the gregarious animal, which feels that the general principles of justice are on the side of its own herd. When the animal has arrived at the dignity of the metaphysician, it invents ethics as the embodiment of its belief in the justice of its own herd. But, it may be said, this view of ethics takes no account of such truly ethical notions as that of self-sacrifice. This, however, would be a mistake. The success of gregarious animals in the struggle for existence depends upon co-operation within the herd, and co-operation requires sacrifice, to some extent, of what would otherwise be the interest of the individual. Hence arises a conflict of desires and instincts, since both self-preservation and the preservation of the herd are biological ends to the individual. Ethics is in origin the art of recommending to others the sacrifices required for co-operation with oneself. Hence, by reflexion, it comes, through the operation of social justice, to recommend sacrifices by oneself, but all ethics, however refined, remains more or less subjective. Even vegetarians do not hesitate, for example, to save the life of a man in a fever, although in doing so they destroy the lives of many millions of microbes
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. שׁעלי קאגאן זאגט אז עס איז נישט ריכטיג אז מענטש׳נס עטיטוּד דערצו צו די חילוק ביניהם לבע״ח איז מכח ״ספּיִשׁיסיזם״. איינע פון זיינע טענות דערויף איז אז מ׳זעהט לגבי די פיקציעאלע מעשיות פון סוּפּערמאן און וואו לעקס לוּטאָר וכדומה ווילן אים הרג׳ענען פארשטייט מען אז דאס איז מאראליש אומריכטיג, הגם סוּפּערמאן איז בעצם אַן אנדערע ספּיִשׁיִס ווי אונז (א ״קריפּטאָניען״). דאס אז ער זעהט אויס הוּמענוֺיד איז לכאורה אַרבּיטרערי דערצו. ויתכן אז אויב וועלן מיר טרעפן עקסטרע-טערעסטיעל לעבן אויף אנדערע פּלאנעטן, אפילו וואו זיי זעהן נישט אויס הוּמענוֺיד אבער האבן סענטיענט און קאגניטיוו לעבן בדומה לנו, וועלן מיר זיי פונקט אזוי געבן די סארט ״מענטשליכע״ רעכטן מער ווי בע״ח. איז די געדאנק דערין ״פּערסאניזם״, וואס מאכט עפעס א ״פּערזאן״ אדער וואס האט מעטאפיזיש דאס מעגליכקייט צו זיין א ״פּערזאן״, וואס דאן קוקט מען נאר דערויף. און דאס איז טאקע קאמפּלעקס מפענח צו זיין.מי אני האט געשריבן:דער אסטראלישער פילאזאף דר. פּיִטער זינגער און דר. ריטשערד ריידער האבן געקוֺינט דעם טערמין פון ספּיִשׁיסיזם דערפאר. ער טענה׳ט, עפ״ די ענגלישע פילאזאף ירמיה בּענטאם, אז יעדע זאך וואס קען ליידן און שפירן צער האט אינטערעסן. וממילא פאלט דאס אונטער די דיסקוסיע פון זיך רעכענען מיט אינטערעסן. און אויב אזוי, אפילו עס האט נישט א ראציאנאלן קעפּעסיטי דארף מען דאס גיבן די רעכטן לויט אירע אינטערעסן און א סארט עקוואליטי, פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט אז מ׳דארף מאראליש גיבן עקוואליטי פאר איינער וואס איז ל״ע אינטעלעקטשועלי דיסעיבּעלד וכדומה, און דער פיקח איז נישט בעצם ״מער״ פון אים פון א מאראלישע עקוואליטי שטאנדפונקט.
אולי קען מען זאגן דערצו א סארט תירוץ כעין די טאלעראנץ פּאראדאקס. דהיינו, אז איה״נ זיי האבן אינטערעסן וואס בעצם וואלט מען זיך געדארפט רעכענען מיט דעם/זיי, אבער וויבאלד ביי (עכ"פ רוב פון) די מין/סוג ״בעל חי״ בכלליות איז בעצם נישט דא די געדאנק פון זיך רעכענען מיט א צווייטן[ מין]׳ס אינטערעסן, קומט דאס דעריבער נישט אריין אונטער דעם רובריק פון זיך דארפן רעכענען דערמיט (אויב די מין/פאר די מין וואס האט נישט די קעפעסיטי). מיינענדיג אז נאר א מין וואס פארשטייט מאראל און האט די יכולת זיך צוצושטעלן דערצו אויף פארקערט און פון זיך אליין, קען מען זיך רעכענען דערצו פון אונז בענין מאראל. אולי.
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?
זייער שיין ארויסגעברענגט. א דאנקשבת אחים האט געשריבן:אין א דערנעבעדיגן אשכול האט זיך געמאכט א שמועס איבער בעלי חי. הקטן געשריבן וועגן סורווייוועל אף די פיטיס און די סעלפיש גענע. היות יענע אשכול רעדט פונעם ריבניצער צדיק און סקומט נישט אריין דארט האב איך געפענט דא א נייע אשכול ווי מקען שמועסן איבער בעל חי.
הקטן האט געשריבן:מה זה consciousness???שבת אחים האט געשריבן:קודם כל,הקטן האט געשריבן: פארוואס?!?
אנדערע בעל חיים פילן נישט אז זיי באגייען אן אומרעכט ווען זיי עסען דיך!
די בעלי חי׳ וואס עסען אנדערע בעל חי׳ זענען דאך טאקע ״חיות״ אן קיין consciousness.
...
...
דריטענס:
וועלכע חי׳ הארגט מענטשען? כמעט קיינער נישט. דא דארטן, אבער וואס פארגלייך איז דאס וואס מיר טוהן צו חיות? מיר טעסטן אלע קרענק אויף זיי, מיר ניצן זיי אויס פאר אלע אונזערע בענעפטין, איך וויל גארנישט האבן מיט דעם צוטוהן. איך האלט נישט פון דעם.
דאס איז סך הכול א מיסטעק וואס האלט זיך נאך אינמיטען איוואלווען
און איז זיכער גארנישט מחייב!
don't fall for it
די לייב טוט די בעסטע וואס ער קען, צי פרעזערווען זיך - אז ער עסט נישט קיין מענטשן איז ווייל ער בענעפיט נישט פין דעם, איז עסט ער אנדערע בעלי חיים, איז וואס? פארדעם האט ער בא דיר קרעדיט?
פארוואס זאל נישט דער מענטש טון די בעסטע וואס ער קען צי העלפן די homosapien
פארוואס נישט ניצן אלע סארט מיטלען וואס מיר קענען נאר, די לייב האט זיין ציין פאר זיין tool און די האסט שכל פאר דיין tool
נאך אלעם איז דאס די law of the jungle
"סערווייוועל אף די פיטעס" האט אינז געברענגט ביז אהער, פארוואס זאלסטו ברעכן די קייט און יעצט סטאפן
אנטשולדיגט מיר טייערער הקטן איך פארשטיי ממש נישט וואס איר רעדט, וואס האט עסען פלייש היינטיגע צייטן מיט ״סורווייוועל אף די פיטיס״?
סאיז דא בערך א האלבע ביליאן מענטשען אויף דער וועלט וואס לעבן איבער אן אנרירן קיין בעל חי׳ אדער א שטיקל פלייש. אלזא איז עס בכלל נישט אין די בחינה פון סורווייעל נאר ענדערש אין די בחינה פון איכא דרכא אחרינא... רוב בודהיסטן זענען וועגעטעריענס, און די נומבערס פון vegetarians and vegans שטייגן דראסטיש פון יאר צו יאר.
ווען איך וואלט וועין געלעבט אין די ווילדערנעס אן קיין עקסעס צו קיין לאקאלע מארקעטס און געשעפעטן און איך וואלט געוועהן אזוי הונגעריג ווי די בעלי חיים וואלט איך אויך מסתמא זיך אויפגעפירט ווי די בעל חי׳ און געשחטן און צופליקט דאס ערשטע הינדל וואס איך באגעגן כדאי איבערצולעבן, דעס מיינט טאקע סורווייוועל אף די פיטיס. אבער די מעשה איז דאך גאר אנדערש, איך וואוין אין א ריזיגע שטאט וואס הייסט ניו יארק ווי אויף א יעדע ווינקל ממש איז דא געשעפעטן וואס מקען זיך איינהאנדלן כל דבר טוב אן הארגענען אדער פייניגן קיין שום באשעפענישן. אלזא האט דאס גאר ווייניג צוטוהן מיט סורווייוועל נאר מיט געוואוינהייט פון עסען פלייש פאר דורי דורות.
לאמיר אייך געבן א משל כדאי איר זאלט פארשטיין די פשוטע חילוק פון סורווייועל אף די פיטיס און וויאזוי אונז הומאנס פירן זיך היינט אויף צו בעל חי.
לאמיר זאגן אז סאיז דא צוויי פעלקער אויף די וועלט וואס הייסן עמון און מואב.
זיי ביידע קאנקרירן מיטן צווייטן אויף עסען און מלחמה ברעכט אויס צווישן זיי, יעדער פרובירט זייער בעסט בייצוקומען די אנדערע פאלק און צונעמען זייערע פעלדער און בהמות, יעדער ברענגט זייער בעסטע און שטערקסטע וואפן, נאך א לאנגע וויילע פון געפעכטן שטעלט זיך ארויס אז עמון איז למעשה שטערקער ווי מואב און עמון הארגעט זיי אויס אין די מאסן און באזיגט ענדליך מואב.
אט דאס איז די נארמאלע סדר פון נאטור און סורווייעל אף די פיטס, ווער סאיז שטערקער געוואונט.
לאמיר געבן א אנדערע ביישפיל, וואס געשעהט אויב איינע פון די פעלקער, לאמיר זאגן אז מואב איז מעהר אינטעליוקטשיול און פארגעשריטן און זיי האבן דיוועלעפט עלקטעריק, טעכנאלגיע און סייענס. ווידער עמון איז גאר גאר צוריקגעשטאנען און קענען נישט קיין פשוטע מאטאמאטיקס און ווייסן נישט בחייכון צוזאגן. און די קלוגע מואב קומט אריין צו עמון מיט פארגעשריטנע פליגערס, טאנקן און באמבעס, און זיי נעמען איבער דאס לאנד און נעמען אלע עמונים פאר שקלאפן פאר טויזענטער יאהרן און מאכן אויף זיי גרויזאמע מעדיצינישע עקספערעמנטס ווי להבדיל אלף הבדלות מענגלע ימ״ש מיט זיינע גרויזאמע עקספערעמענטן אויף אידישע צווילינגס ביי די האליקאוסט. עמון קען זיך נישט דיפענדען ווייל מואב האט די קלוגשאפט און טעכנאלגיע אלזא האבן זיי די אויבערהאנט.
אט די ביישפיל איז ענדליך צו וואס מיר טוהן היינט מיט די בעלי חי׳ מיר דאנמירן און געוועלדיגטן אויף זיי און נוצן זיי פאר אלע אונזערע געברויכן, ענטערטענמענט, און פאר סייענטיפישע עקספערימענטן, מיליאנען חיות ווערן אנגעשטעקט א יאר מיט אלע פארשידענע מיני קרענק און כאלערעס אין אמעריקע אליינס. א יעדע סייענטיסט וואס האט נאר געוואלט וויסן אויב עפעס א כעמיקל אדער א פוד-קאלירינג שאדט פאר די מענטשען האבן זיי עס געטעסט און פראבירט אויף חיות קודם. גאר אסאך פון די עקספערימנטס איז איבערגעטריבן און זייער קאנטראווערסיול הגם איך בין א גרויסע חסיד פון קאנטעמפּערערי סייענס און איך באנוץ זיך מיט זייערע ריסורדזש און מעדיצינען, האלט איך אז אסאך פון די עקספערימענטס איז צו גרויזאם און איך אליינס וואלט קיינמאל נישט אטיילגענומען אין אזא ארבעט. למעשה ווערט פון יאר צו יאר מעהר awareness אין די סייענטיפישע קאמיונטי, און היינט צוטאגס האבן זיי טאקע אפגעשטעלט אסאך שטודיעס וואס איז געוועהן צו פיל פיין פאר די בעלי חי׳, יעדן טאג און יעדעס יאר ווערט עס בעסער און בעסער, נייע רעגוילאציעס קומען צו וויאזוי זיך צו באנעמען מיט די בעלי חי׳ אז די שטודיעס זאלן זיין מיט א מינאמלע צער און שאדן פארן די חיות. רובא דרובא היינטיגע סייענטיסן האלטן טאקע אז מ׳דארף זיך אויפפירן צו די בעל חי מיט מעהר רחמנות און נישט מאכן קיין מעדיצינישע שטודיעס פאר אונז מענטשען אויף זייער חשבון.
ארויסצוברענגן ווי נעריש און מינדערוויכטיג געוויסע פון די שטודיעס זענען וועל איך אייך געבן איין קליינע ביישפיל וואס די פרעסטישפולע American Museum of Natural History אין מאנהעטן האבן געטוהן פאר צוואנציג יאהר נאכאנאד ביז בערך 1975 ווען ענימעל רייט ארגאנזאציעס האבן עס ענדליך אפגעשטעלט.
זיי האבן גענומען 40 זכרים קעטץ אריינגעלייגט אין cages דערנאך האבן זיי געגעבן א איינשפריץ פארן די קאטץ וואס הארגעט אפ געוויסע פון זייערע ברעין-צעללס און מאכט די קאטץ ׳הייפערסעקסיול׳. דערנאך האבן זיי אריינגלייגט די קאטץ אין גאר א טונקלע ׳יחוד שטיבל׳ מיט א Rabbit (וואס איז גאר פון אנדערע משפחה און זיי זענען זיך קיינמאל נישט משדך) און זיי האבן געמאכט אז די קעטץ זאל ברידן מיט די ראביט. וואס זיי האבן געהאט פונדעם ווייסט קיינער נישט עד היום הזה, אבער עכ״פ דעס איז זיכער אז סאיז נישט עטיקל דעס צוטוהן ספעציעל אז סברענגט נישט קיין שום נוצן פאר די וועלט, און די גרעסטע חוצפה פונדעם איז אז סהאט געקאסט די שטייערצאללער א נישטיגע סומע פון $430,000 על לא דבר.
דעס איז נאר אחת מיני אלף פון משלים וויאזוי אונז מענטשען באנוצן זיך מיט חיות פאר אלע אונזערע צוועקן, און אפילו אסאך מאל פאר לויטערע נישטיקייט וועלן מענטשען מצער זיין חיות.
כדאי ענק נישט צו פארעקלן האב איך אויסגעוועלט גאנץ א שיינע ביישפיל וואס איז נישט אזוי גרויזאם, סאיז דא מיליאנען ערגערע עקספירעמענטס וואס איז טויזנט מאל ערגער און מעהר אכזריותדיג ווי די אויבענדערמאנטע געשיכטע אפגערעדט אין דריטע וועלט לענדער.
אינטערסאנט ווי איר מאכט אזוי אוועק די גאנצע נושא פון צער בעל חיים ווען געווענטליך זענט איר א שטארקע אדוואקאט פאר די תורה און פאר קריעשאניזם.
א ערליכע פרומע איד דארף געדענקן אז צער בעל חיים איז לויט רוב שיטות א דאורייתא, עכ״פ א דרבנן האלט יעדער אז סאיז.
די תורה האט פארשטאנען אז מ׳דארף אכטונג געבן אויף חיות און אויף זייערע געפילן.
אין קיצור שלחן ערוך ווערט געבערענגט:
"אָסוּר מִן הַתּוֹרָה לְצַעֵר כָּל בַּעַל חָי. וְאַדְּרַבָּא, חַיָב לְהַצִּיל כָּל בַּעַל-חַי מִצַּעַר, אֲפִלּוּ שֶׁל הֶפְקֵר, וַאֲפִלּוּ שֶׁל נָכְרִי. אַךְ אִם הֵם מְצַעֲרִין לְאָדָם, אוֹ שֶׁצָּרִיךְ הָאָדָם לָהֶם לִרְפוּאָה אוֹ לִשְׁאָר דָּבָר, מֻתָּר אֲפִלּוּ לְהָרְגָן, וְאֵין חוֹשְׂשִׁין לְצְַעֲרָן, שֶׁהֲרֵי הַתּוֹרָה הִתִּירָה שְׁחִיטָה..." (ספר קצור שו"ע סימן קצא - איסור צער בעלי חיים ואיסור סירוס, סעיף א)
אין די תורה שטייט:
"לֹא תַחְסֹם שׁוֹר בְּדִישׁוֹ"
(דברים, כ"ה, ד')
"כִּי תִרְאֶה חֲמוֹר שֹׂנַאֲךָ רֹבֵץ תַּחַת מַשָּׂאוֹ וְחָדַלְתָּ מֵעֲזֹב לוֹ, עָזֹב תַּעֲזֹב עִמּו "
(שמות, כ"ג, ה')
"אך בשר בנפשו דמו לא תאכלו"
(ספר בראשית ט, ד)
(אבר מן החי)
די רמב״ם זאגט אז די טעם פארוואס דער אייבישטער האט געהייסן מזאל מקריב זיין קרבנות נאכדערצו א עולה וואס קיינער האט נישט הנאה פונעם פלייש איז ווייל אין יענע פארצייטישע קולטורן האט מען ליידער געהארגעט מענטשען פאר קרבנות צו זייערע געטער. א שטייגער ווי די צודרייטע פאלק, די Aztecs וואס האבן געלעבט אין מעקסיקא ביז אין די 1520 יאהרן, ווי זיי פלעגן עמטליך מקרב זיין אויפן מזבח זייערע אייגענע קינדער, די בכורים. אין איין נאכט ווען זיי האבן געבויעט זייער נייע טעמפל האבן זיי מקריב געוועהן אויפן מזבח אזא 80,000 פון זייערע אייגענע קינדער, און דערנאך האבן זיי ארויסגענומען די הארץ פון די קרבנות און עס געגעבן צועסען פאר די קענגליכע פאמילע (קאניבאליזאם)...
אלזא דער אייבשטער האט נישט געוואלט אז די אידן זאלן מקריב זיין חלילה אייגענע מענטשען האט ער איינגעפירט אז מזאל מקריב זיין בהמות אנשטאט. די רמב״ם פירט אויס אז וויבאלד למעשה היינטיגע צייטן פעלט עס נישט אויס דארף מען טאקע נישט מקריב זיין קייין קרבנות. (ריכטיג?)
איך זאג אז אויב וועט מען היינטיגע צייטן מחנך זיין אונזערע קינדער און אריינפרעגלן אין זיי אז אפילו א בעל חי׳ טאר מען נישט מצער זיין וועלן די קומענדיגע דורות מאכן א קל וחומר, חיות טאר מען נישט מצער זיין, כ״ש מענטשען טאר מען זיכער נישט מצער זיין און מיר וועלן אנקומען צו א בעסערע וועלט מיט א שטארקע consciousness פון נישט מצער זיין קיין שום בעלי חי.
ס׳געפעלט מיר ווי איר שרייבט:
סאיז אמת אז consciousness האלט זיך אין איין טוישן לויט די דורות, היינטיגע עטיקס איז גאר אנדערש ווי 150-200 יאר צוריק, אפגערעדט 1000-2000 יאר צוריק ווען מענטשען זענען בכלל נישט געוועהן נארמאל.מה זה consciousness???
דאס איז סך הכול א מיסטעק וואס האלט זיך נאך אינמיטען איוואלווען
און איז זיכער גארנישט מחייב!
don't fall for it
איך קען דיר נאר זאגן מיינע אינערליכע געפילן. איך בין נישט אנגעקומען צו די החלטה ווייל איך בין נתפעל געווארן פון פיטער זינגער אדער פון ליבעראלע ׳וועסטערן פילאספיע׳
איך בין אנגעקומען צו דעם דורך מיינע אייגענע עקספירענס:
איך פלעג אמאל ציטערן פון הונט פונקט ווי אלע חסידים. די לעצטע פאר יאר האב איך מיך באקענט געמאכט מיט הונט און קעטץ, איך האב מיך אסאך געדרייט מיט מענטשען וואס האבן פעטס אינדערהיים און פאר אפאר חדשים צייט האב איך געלעבט מיט צוויי גרויסע שווארצע פיטבול הונט. וויפל איך האב גארנישט געוואוסט און פארשטאנען צו קיין בעל חי׳ בין איך נתפעל געווארן מעהר און מעהר ווי קלוג און ענדליך הונט זענען באמת צו אונז מענטשען. אוואדי זענען זיי ווייט פון אונזער קלוגשאפט אבער מיט געוויסע זאכן זענען זיי גארנישט אנדערש ווי אונז, זיי האבן געפילן, זיי ווילן פראטעקטן זייער בעה״ב און מאכן לעבן פונקט ווי אונז, ווען זיי זענען אין צער קען מען עס באמערקן זייער גרינג. איך פלעג ביינאכט אהיימקומען פלעגן זיי טאנצן און שפרינגן אויף מיר פאר פרייד און זיך געשפילט מיט מיר און ארויסגעוויזן בלינדע ליבשאפט און געטריישאפט אפילו איך בין נישט געוועהן זייער בעה״ב. מקען האבן גאנצע קאנווערסעישאונס מיט זיי וואס זיי פארשטיין. איינמאל איך האב עקספירענסט די ליבשאפט צו חיות האב איך געטוישט מיין מיינוג איבער די וועג וויאזוי מיר הומאנס-די קלוגסטע חי׳ פירן זיך אויף צו אנדערע אומבאהאלפענע בעל חי׳, די וועג וויאזוי מיר האדעווען אויף טשיקענס מיט קיען איז אוממענטשליך און דארף א גרויסע תיקון.
איך זאג נישט אז מ׳דארף אויפהערן צו עסען פלייש און איך האב נישט קיין טענות צו קיינעם וואס עסט פלייש. וואס איך זאג יא איז אז אפילו מ׳עסט פלייש זאל מען לכה״פ געדענקן אז אין די פראסעס וויאזוי מ׳האדעוועט אויף די בהמות זאל זיין מיט יושר און מיט מיטגעפילן פאר אנדערע בעל חי, צער בעלי חיים איז א וויכטיגע זאך.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. מארטין בויער.
מענטשן פלייש״ וואס מ׳פארשטייט איז נאך אלס א פראבלעם ומהאי טעמא. (וידועים דברי הדור רביעי בפתיחה למס׳ חולין.)
עס איז אבער אינטרעסאנט ווי קעראל עדעמס טענה׳ט אז דאס עלימינירט נישט בעצם די פראבלעם. דאס איז ווייל מ׳האט נישט מאראליש אריינצושטעלן א לעבעדיגע סענטיענט באשעפעניש אין די קאטעגאריע פון ״עסן״ בכלל, ואפילו טאמער מ׳טוהט דאס נישט ממש הרג׳ענען צו באקומען איר טעם. עס איז דאס זעלבע ווי ״לעבּ-געוואקסענע -
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל