בלאט 7 פון 8

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 11:20 am
דורך מאן דאמר

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 11:49 am
דורך מאראנצןזאפט
אונז האמיר דא א פרישן כוכב, א מאן דאמר גאר.
וועלקאם טו דע קלאב. איר זאגט פיין, און אייערע לינקס זענען העכסט ניצבאר.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 11:53 am
דורך מאן דאמר
ישר כח מאראנצן זאפט פאר די ווארימע אויפנאמס רייד

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:19 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:זר איך בין מסכם!
Can i propose?
קען מען דא שליסען א קישור חיתון? איך האב א הערליך קלוג מיידעל פון 7 יאר, זייט איך האב לעצט געטשעקט איז עס בידי איר צו מאכען פאר א כלה, געב נאך איין שלעפ דעם בענדעל, און זי איז דיין שנור! (פארשטייט זיך אויב די האסט א בחור)
דאס גייט זיין די ערשטע ״קאאוע שטיבעל״ שידוך!!!!!!
 

קינות. לויט ווי כ'האב געליינט (און פארשטאנען) האט זר א טאכטער. סאו ס'וועטץעך (ליידער) נישט אויסארבעטן. חוץ נאך עטליכע פרטים איבער די מחותנים.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:30 pm
דורך אביגדור
:lol:

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
שידוכים ביים היימישען עולם לייוו.....
https://imo.im/fd/B/112kqdi01a/AUD-20130510-WA0001.aac

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:39 pm
דורך [NAMELESS]
די פריערדיגע לינק ארבייט נישט. דא איז א נייע
http://www.filedropper.com/aud-20130510-wa0001

עס איז א לייוו ריקארדינג ווי איינער טראגט אהן א היימישע שידוך

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:44 am
דורך ברסלבער
דער שדכנ'ס קול זעהט מיר אויס ווי זלמן לייב סאנדל.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:35 pm
דורך זר זהב
זיי זענען שטארקע 2 פיעס מענטשן... אבסעלוטלי פאזיטיוו באגעבו

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:52 am
דורך דבילה
פרומעט גאלדבערגער, וואס האט פאר דריי חדשים צוריק אפגעשפילט א כלה וויאזוי זי גייט תמימות'דיק צו צום כלה לערער, האט יעצט ממשיך געווען מיט די עבודת הקודש און אויסגעלענגערט און פארבעסערט דעם שטיקל. און די שטיקלעך שפילט זי אפ היימישע חתן \ כלה קלאסן כאילו ווי ס'איז אן נ.פ.ר. ארטיקל. ווען די נאר איז ווען נישט מיינע וואלט 'ך אויך געלאכט... הערט און האט הנאה.

https://soundcloud.com/frimet-goldberge ... n-teachers

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:14 am
דורך איך אויך
ביסט געקומען שפעט צו די פארטי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:55 am
דורך שרייבער
ראשעקאל האט געשריבן:די פריערדיגע לינק ארבייט נישט. דא איז א נייע
http://www.filedropper.com/aud-20130510-wa0001

עס איז א לייוו ריקארדינג ווי איינער טראגט אהן א היימישע שידוך

דאס ארבעט אויך נישט

Emes veyatsiv!

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 9:04 am
דורך Chasidishmashpia
So well written! Its so so sad by chasidish ppl. Including me. . . . . I wonder if this system will ever change. . .

א קוק אויפ arranged marriages

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 4:30 pm
דורך יפיש חייהון
דאס איז דאך א דבר ברור אז מצד אינזער רעליגע איז נישטא קיין שום פראבלעם מיט אן ׳ארענדזשיד מעירידזש׳, אפילו פאר א קליין מיידל, נאר אידישקייט איז געווארן מאדינעזירט. אבער די שורש איז נאך אלץ דא, ווייל א 18 יעריגע חסידישע מיידל ווייסט נישט בעסער פון א 7 יעריגע גוי׳ש מיידל בענייני רילעישינשיפ׳ס.

דא איז דא א ווידיאו פון ממר״י (א פרא ישראלישע גרופע) פון א מוסלומענער מיידל בענין הנ״ל

http://www.youtube.com/watch?v=-J7_TKgw1To

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 4:28 pm
דורך שמו יגער
זר זהב האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן א גאר ראדיקאל אויסזעהענד טויש אין די גאנצע חתונה נאכט סיסטעם. וויזוי האט מען חתונה געהאט אינדערהיים? אדער אפילו דא אין אמעריקע גלייך ווען מ'איז אהערגעקומען. איך וואלט מסכים געווען צו זיין דער ערשטער חתונה צו מאכן אין א קליינעם ביהמ"ד! מיט נישט מער ווי 20 געסט! געפילטע פיש וואס מ'האט געקאכט אינדערהיים! מיט אביסל פלייש טשיקן היימישע, און א טעיפ רעקארדער צוגעטשעפעט צו א ספיקער פאר די מוזיק. וואס וואלט געפעלט פון אזא קאפל נאך די חתונה?!?! די חתונה נאכט וואלט אפגעקאסט 500 דאללער און יעדער קען זיין העפי.. איך וואלט עס געטון אבער ווי טרעפט מען א מחותן וואס איז אויך ווי מיר?

זאל איינער אויסרעכענען וויפיל א מחותן האט געצאלט חתונה צו מאכן א קינד 100 יאר צוריק, לייג צו אינפלאציע און כ'ווייס וואס נאך. ס'וועט נישט אויסקומען מער ווי 500 דאלער כ'גלייב. אבער היינט איז א וועלט פון חבירים און פרענדס און שפילן פאר די גאס און 'יעדער' טוט אזוי, דארף מען ספענדן 15000 אין איין נאכט און נאך טאנצן כאילו מ'איז פרייליך, און צוקוקן וויזוי די קרובים טעקסטן א גאנצן סעודה איבער זייערע איבערגעפילטע טעלערס וואס גייט אקארשט אריין פילערהייט אין גארבעדזש.

א פאריקטע וועלט. יעדער איז משוגע, קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען און זאגן ער איז נארמאל, ער איז נישט! והא ראיה ער ספענט געלט וואס ער האט נישט ווען ס'פעלט נישט אויס. מ'דארף מאכן א וועד וואו מ'זאל זיך קענען איינשרייבן מענטשן וואס זענען מסכים חתונה צומאכן די קינדער אין 500 בעדפארד שול אדער אין טענקע שול אד"ג, נאכדעם זאלן שדכנים אנהויבן ארבעטן ארום די משפחות.

איי העוו עי דריעם

אויסער דעם וואס דאס איז נאר א דרים אין ווי די זאגסט אליין אז טרעפן א מחותן וועט זיין שווער ( אגב וויל זיך גראדע יא איינער משדך זיין אויף דעם סטייל....) איז דא נאך א נושא וואס די דערמאנסט נישט אין דאס זענען די קינדער. אפילו היינט וואס ברוך השם אין אסאך מוסדות ערקלערט מען די מיידלעך מיט די בחורים אז מ׳זאל נישט מיטשען פאר די חתונה פאר קיין מותרות אדער פאר זאכן וואס ער וויל נאר ווייל יענער האט וכדומה מיט דעם אלעם איז כמעט נישט שייך צו זאגן פאר א קינד (אין ער זאל מסכים זיין) צו האבן אזא חתונה. זיין טענה למה נגרע וועט זיך שווער ענטפערן...... ווייל אינדערהיים האט אזוי א חתונה אויסגעזען

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 4:48 pm
דורך ברסלבער
קודם דארף מען זעהן אויב דער עולם איז בכלל אינטערעסירט "עטוואס" אראפצוציפן פון די גרויסע הוצאות, און נאכדעם וועט מען זעהן אויב מען קען אזוי ווייט ווי זר זהב וויל גיין.

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 4:56 pm
דורך שמו יגער
עס קען אלעמאל זיין אויפן גאנצען כדור הארץ פונקט צוויי מענטשן וואס זענען גרייט צו גיין פונקט אזוי עקסטרעם אין די נושא פון תקנות פאר חתונה מאכן (אדער שפארן ווי אנדערע רופן דאס אן) אבער מען זאל אויך טרעפן אז פונקט ביי די זעלבע צוויי אידן זאלן אויך זייערע ביידע קינדער מסכים זיין צו אזא עקסטרעם הנהגה, דאס האב איך מסביר געווען וועט זיין א דבר שאינו שכיח ממילא וועט עס בלייבן ביי א דרים.... ווי ער זאגט אליינס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 11:35 pm
דורך דעת תורה
יתכן אז די סעודת החתונה האט געקאסט נאר 500 דאלאר לפי ערך, כאטש איך בין זייער מסופק אין דעם. זויוויזוי, א חתונה האט נאך אלס אפגעקאסט שווערע געלטער צוליב נדן און מתנות, אזוי איז עס שוין פון אייביג אן אז א חתונה קאסט טייער געלט.

מען קען אבער זען פון אלע מעשיות פון דעם-חסיד-וואס-איז-געפארן-צו-א-רבי אז נאר אנעמפלויד חברה האבן געהאט א פראבלעם דערמיט. א געווענליכער ארבעטער האט יא געקענט אפארדן די הוצאות החתונה, משא"כ היינט.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 1:59 pm
דורך קרעקער
נחום רז"ב איז זייער שטארק מעורר דע וואך איבער שידוכים פאר וואס רבנים טוען נישט מער און פארוואס מזאגט אפ שידוכים

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:59 am
דורך שמעקעדיג
הכל לפי מעשיו של אדם!
"אמנם מצינו גם צדיקים שהי' להם נשים רעות"!
-

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 7:51 pm
דורך קאווע טרינקער
נו, אונז האמיר דאך דעם כלל אז ס'אייביג דא א יוצא מן הכלל
און מיט די כלל גופא, ווערט אלץ פארענטפערט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:16 am
דורך שמעקעדיג

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 12:49 pm
דורך אפטעמיסט
אזא ראדוואן סעדקי, א קאנאדישער-עגיפטישער זשורנאליסקע, טענה'ט, אז דער חרדי'שער שידוכים סיסטעם איז גענוי ווי דער מוסלומענער.
http://azzasedky.typepad.com/egypt/2014 ... ommon.html