בלאט 7 פון 12

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 7:53 pm
דורך איסר האטלקי
בעלזא איז דאך געווען קעגן אגודה. קעגן ציונות איז דאן יעדער געווען. אפילו די אגודה.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 7:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי האט געשריבן:בעלזא איז דאך געווען קעגן אגודה.
די בעלזע רב מהרי"ד איז נישט געווען קעגן די אגודה, ער איז נישט אריין אין אגודה ווייל ער האט געהאלטן אז ס'דארף זיין איינער פונדרויסן. אויב געדענק איך גוט שרייבט ר' איטשע מאיר אליין אז מהרי"ד האט איהם אזוי געזאגט.
איסר האטלקי האט געשריבן:קעגן ציונות איז דאן יעדער געווען. אפילו די אגודה.
וואס מיינטסו צוזאגן מיט ציונות, פריקות עול התורה והמצוות אדער שלש שבועות וכדו'? פריקות עול התורה והמצוות איז דאך פשוט אז יעדע ערליכע איד איז געווען קעגן דעם. לגבי שלש שבועות, אויסער סאטמארע רב און חב"ד ווייס איך נישט פון נאך איינער וואס האט געהאלטן אז ס'איז א פראבלעם.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 7:55 pm
דורך איך אויך
.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:00 pm
דורך איסר האטלקי
דאס וואס רביה''ק שרייבט אז בעלזא איז נישט געווען אנטי-ציוני דארף א מקור. כפי ידיעתי איז נישט געווען קיין איין ארטאדאקסישער רב וואס איז נישט געווען אנטי-ציוני ביז די הקמת המדינה.

אויב בעלזא איז געווען אינדרויסן ווייל איינער דארף זיין אי דרויסן, קען מען אויך מעיין זיין, עס מאכט אבער נישט אויס ווייל יעדער וועט ממילא דרייען וויאזוי ער וויל.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאכאמאל, וואס רופסטו ציונות, פריקות עול התורה והמצוות, אדער שלש שבועות?

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי האט געשריבן:דאס וואס רביה''ק שרייבט אז בעלזא איז נישט געווען אנטי-ציוני דארף א מקור.

איך מיין אז זיין איידעם דער סערעטער און זיין זוהן בעלזע רב זי"ע האבן איהם געקענט בעסער פון דיר, און אויב זיי האבן אזוי געזאגט און זיך אזוי געפירט למעשה איז נישט שייך קיין גרעסער מקור ווי דעם, אזוי זאגט מיר מיין נארישע דשעלי.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:19 pm
דורך newkave
שבת אחים האט געשריבן:אינטערסאנט די סערטער איז דאך געוועהן א איידעם ביי הרה״ק ר׳ ישכר דב בעלזער וואס איז געוועהן א אויסגעשפראכענער אנטי-ציוני. זעהט אויס אז דאס קנאות האט זיך נישט אנגעקלעבט אין אים. בעלזא איז דאן געוועהן ווי סאטמאר איז היינט. פרום און כאניאקיש געשטימט. ר׳ יואליש אליינס האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל בעלזער חסיד.

ווידער וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן מעהר ענדליך צו די היינטיגע חב״ד ווי מהאט יעדעם אנגענומען.


דו האסט א גרויסן טעות.
בעלז אינדערהיים, איז געווען פרום, און אזוי אויך יעדער איינציגסטען חסידות, און פוילן, גאליציע, רוסלאנד, און אוקריינא.
אונגארן איז געווען מאדערן און בעיקר פראסטע מענטשן.

סאטמאר איז נישט פרום און חניאקיש.
דו קענסט אסאך סאטמארער וואס האבן מורא צו:

רעדן לשון הרע?
הערן און מקבל זיין לשון הרע?
רכילות?
גנבנ'ן?
און אזוי ווייטער?

דו שעמסט זיך נישט צוצוגלייכן די פארצייטישע ערליכע חסידים, צו די היינטיגע סאטמארער אויסווארפן?
וואלט רבי מרדכי חנא געטון אזא מעשה נבילה ווי דאס וואס דער נידריגע אונגארישע טירנויער האט געטון?!?!

מיינסטו טאקע אז סאטמאר איז פרום?

פארשטייט זיך אז ס'איז נישט זייער שולד אינגאנצן, היות זיי האבן געהאט א רעבא זיך צו לערנען פון, וויאזוי צו בא'עולה'ן מענטשן, צו'גאנבנ'ן רעביסטוועס, בארעדן מענטשן רעכטס און לינקס, בלויז צוליב דעם וואס דר' קאסטנער ז''ל האט עם געראטעוועט...

זיי זענען נישט פרום. זיי האבן געמאכט אן אייגענעם תורה ל''ע.
אונזערע רבי'ס פון אמאל האבן זיך נישט געזעטיגט די גשמיות'דיגע תאוות מיט ארויפציען שטרימפ אויף די האנט.

קען זיין ער איז געווען קלוג, און אפשר אויך א גוטע לץ, אבער זהו.
מאך נישט אוועק אונזערע רביס פון אמאל, דורכן צוגליייכן צום ארשיווע-קראלי -סאקמיר רעבי (ווי נאך האט ער ארויסגעשטופט רבנים?)

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:27 pm
דורך איסר האטלקי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דאס וואס רביה''ק שרייבט אז בעלזא איז נישט געווען אנטי-ציוני דארף א מקור.

איך מיין אז זיין איידעם דער סערעטער און זיין זוהן בעלזע רב זי"ע האבן איהם געקענט בעסער פון דיר, און אויב זיי האבן אזוי געזאגט און זיך אזוי געפירט למעשה איז נישט שייך קיין גרעסער מקור ווי דעם, אזוי זאגט מיר מיין נארישע דשעלי.

זיי האבן געזאגט אז ער איז נישט געווען אנטי-ציוני אדער נישט עקסטרעם קנאי? אנטי-ציונים זענען אלע געווען. ברענג זייערע וועטער. איך גלייב דעם סערעטער, אבער נישט דיר.....

לגבי וואס מיינט אנטי ציוני, פריקת עול אדער שלש שבועות, דעמאלטס איז מען געווען קעגן דעם רעיון הציוני, נישט וואוסנדיג וואס דער פלאן וועט זיין. ס'געווען פארשידענע פלענער מיט איין ציל צו פארמאגן אן אייגן לאנד, בלויז פוריק עול האבן עס געשטיצט. קיין איין רב האט עס נישט געשטיצט, בעלזער רב האט יא?!

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:31 pm
דורך איסר האטלקי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
לגבי שלש שבועות, אויסער סאטמארע רב און חב"ד ווייס איך נישט פון נאך איינער וואס האט געהאלטן אז ס'איז א פראבלעם.

ווער האט געהאלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם? ס'איז א מחלוקת הראשונים ויש לחשוש. מ'האט געהאלטן אז ס'נישט אסור צו זיין אין כנסת כאטש וואס זיי האבן מעגליך עובר געווען. די רבנים האבן געהאלטן אז מען דארף פרובירן זיך אנצונעמען און אויסצונוצן די רעכטן וואס די חרדים האבן, אפילו זיי האבן מעגליך עובר געווען אויף די שלש שבועות.

לערן אביסל היסטאריע.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:31 pm
דורך איך אויך
נייקאווע, ברובו ביסטו גערעכט אבער דאך צו שארף.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:33 pm
דורך newkave
איך אויך האט געשריבן:נייקאווע, ברובו ביסטו גערעכט אבער דאך צו שארף.


וואס איז צו שארף?
איך זוך נישט זיך צו שלאגן.
איך וועל פארמעקן טאמער איך האלט ווי דיר.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי האט געשריבן:אנטי-ציונים זענען אלע געווען
מקור ביטע.

איסר האטלקי האט געשריבן:לגבי וואס מיינט אנטי ציוני, פריקת עול אדער שלש שבועות, דעמאלטס איז מען געווען קעגן דעם רעיון הציוני, נישט וואוסנדיג וואס דער פלאן וועט זיין. ס'געווען פארשידענע פלענער מיט איין ציל צו פארמאגן אן אייגן לאנד, בלויז פוריק עול האבן עס געשטיצט. קיין איין רב האט עס נישט געשטיצט, בעלזער רב האט יא?!
אלע רבנים פון די אגודה האבן עס געשטיצט, סאטמארע רב ברענגט עס אליינס אין ויואל משה אין מאמר שלש שבועות סימן קמ- קמה איך געדענק נישט פונקטליך וואו

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:37 pm
דורך איסר האטלקי
אפשר רעדטסטו פון נאכן קריג. איידערן קריג האט קיינער נישט געשטיצט אזא רעיון.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי האט געשריבן:ווער האט געהאלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם?
אויסער סאטמארע רב און חב"ד, ברענג מיך נאך צוויי
איסר האטלקי האט געשריבן:ס'איז א מחלוקת הראשונים ויש לחשוש.
וועלכע ראשונים?

איסר האטלקי האט געשריבן:לערן אביסל היסטאריע.
וואו זאל איך קוקן?

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:39 pm
דורך איך אויך
ביסודו ביסטו גערעכט אז 'קהילת סאטמאר' איז מעולם געפירט געווארן דורעך גאר נידריגע עלעמענטן און עקלהאפטיגע פעולות. אבער דאך איז דער הייליגער סאקמארער רב געווען מער ווי סתם א לץ, נאר ליידער געווען משוגע לאותו דבר און צאמגערעדט הויפענס שטותים וזיופים אויף אלע גדולי ישראל בכל הדורות.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי האט געשריבן:אפשר רעדטסטו פון נאכן קריג. איידערן קריג האט קיינער נישט געשטיצט אזא רעיון.

דארפסט אביסל איבערחזרן ויואל משה, דו הייבסט אן צו פארגעסן.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:45 pm
דורך איסר האטלקי
פארן קריג מיין איך ביים ארויפברענגען דעם געדאנק פון ארץ ישראל. סוף תר''צ'ס. כ'געדענק נישט פונקטליך וועלכע יאר. ביז דאן האט מען עס נישט געשטיצט. ויואל משה האב איך נישט געלערנט. כ'האב געליינט גענוג ביכער פון יענע תקופות.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:47 pm
דורך איך אויך
תנועת חיבת ציון הייבט זיך אן ביי דיר סוף תרצ'ס און דו שיקסט דעם רבין לערנען היסטאריע??

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביי די דריטע כנסייה פון אגודת ישראל האט מען מחליט געווען אז דער עולם דארף ארויפקומען אויף ארץ ישראל און מ'טאר נישט מוותר זיין אויף די גבולות הארץ. אזוי שטייט אין ויואל משה און אין וויקיפדיה.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:48 pm
דורך איסר האטלקי
איך אויך האט געשריבן:ביסודו ביסטו גערעכט אז 'קהילת סאטמאר' איז מעולם געפירט געווארן דורעך גאר נידריגע עלעמענטן און עקלהאפטיגע פעולות. אבער דאך איז דער הייליגער סאקמארער רב געווען מער ווי סתם א לץ, נאר ליידער געווען משוגע לאותו דבר און צאמגערעדט הויפענס שטותים וזיופים אויף אלע גדולי ישראל בכל הדורות.

אלעס אמת, 'זיופים' האב איך נישט געטראפן.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און איך האב יא געטראפן, ולא ראינו אינו ראיה.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:49 pm
דורך איסר האטלקי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביי די דריטע כנסייה פון אגודת ישראל האט מען מחליט געווען אז דער עולם דארף ארויפקומען אויף ארץ ישראל און מ'טאר נישט מוותר זיין אויף די גבולות הארץ. אזוי שטייט אין ויואל משה און אין וויקיפדיה.

כמו שכתבתי לעיל.

נאכאלץ ווייט פון די צייטן פון מהרי''ד מבעלזא.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 8:51 pm
דורך יין שרף
איסר האטלקי האט געשריבן:לגבי וואס מיינט אנטי ציוני, פריקת עול אדער שלש שבועות, דעמאלטס איז מען געווען קעגן דעם רעיון הציוני, נישט וואוסנדיג וואס דער פלאן וועט זיין. ס'געווען פארשידענע פלענער מיט איין ציל צו פארמאגן אן אייגן לאנד, בלויז פוריק עול האבן עס געשטיצט. קיין איין רב האט עס נישט געשטיצט

נישט אמת. די אם הבנים שמחה ברענגט א ליסטע פון וועלט בארימטע רבנים, וואס האבן יא אזוי געהאלטן. ווי אויך סתם אזוי מיטארבעטן מיט די פרייע לטובת ארץ ישראל, ווי די חובבי ציון.