בלאט 7 פון 8
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:40 pm
דורך ודי למבין
גם אני מצטרף למחאה, היתכן לאדם שיהיה לו בכלל הו"א להסתפק בענין הכובעים המסורה לנו מאבותינו דור אחר דור עד משה רבינו, וכבר ארז"ל כל המשנה ידו על התחתונה, ומה גם שפרנסתן של ישראל תלויין בזה, ואיך יכולים לקבל עול תורה ומצוות בלי כובע שנראה בדיוק כתבנית וכצלם דמות הכובעים שהלכו אבותינו ואבות אבותינו.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:46 pm
דורך איך אויך
דאן פארוואס ריפן איר די באבעווע א קלאפטע? איך ווייס באמת נישט, געב ארויס די סודות!
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:31 pm
דורך דולה ומשקה
קאך_לעפל האט געשריבן: אלעפאלס איך בין מסופק, אדרבה זאל איינער קלאר שטעלן מיט וואס פאר א סארט היטען די הייליגע אדמור''י בית בעלזא זענען געגאנגען!
אין בעלז די בני משפחה אלע אויסדריקלעך אלע זענען געגאנגען מיט הויעכע ביבע הוטן.
ס'דא א באקאנטע בילד פון מהר"א רוקח מבעלזא אלס יונגערמאן מיט א הויעכע בילד,
אזוי אויך איז דא בילדער פון בני וחתני רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא כולל: רבי פנחס טווערסקי מאוסטילא, בנו ר' שעיה זושא (וחתן דודו מהר"א), מקור ברוך מסערט, דער ראווע-ריסקא, רבי יהושע מיערסלאוו, רבי מרדכי מבילגורייע, רבי יוחנן אב"ד הריבטשוב, רבי שלום אב"ד אפטא - עכ"פ אלע זענען געגאנגען הויעכע הוטן.
פון בני וחתני רבי אהרן רוקח מבעלזא איז דא בילדער מיט הויכע הוטן, פון: חתנו רבי שמואל פרענקל (הגם פון איהם איז אויך דא בילדער מיט א ספאדיק), רבי שעיע זושא בן האוסטילא כנ"ל, רבי משה'לע (אויך איז פון איהם דא מיט א קאלפיק).
אזוי זענען אלע געהויבענע בעלזא יושבים, און חסידים געגאנגען מיט הויכע הוטן.
בנוגע באבוב זענען אלע טאקע געגאנגען פלאכע הוטן אויסער רבי משה סטעפל חתן ה'קדושת ציון',
נאר זיי אלע, בתוכם רבי שלמה, רבי חיים שיעלע, האבען זיך אין לעמבערג איבערגעטויש אויף הויעכע הוטן.
אגב, דער פאקשעוויצער האט פאר לאנגע עטליכע יאר אנגעטוהן א קראך הוט
(ומענין לענין, אויך רבי שלמה האט געטראגען א קראך הוט אין בארי איטאליע און אויך אין לאנדאן, ס'דא טאקע צוויי בילדער ווי ער רעדט ביי א פארזאמלונג ווי דערנעבען איהם זוצט ר' מייקל טרעס, זעהט מען ווי רבי שלמה גייט אנגעטוהן מיט א בעקיטשע אין מיט א קראך הוט).
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:35 pm
דורך קאווע טרינקער
די פלא איז, אז אלע אדמורי"ם בדורינו גייען אנגעטוהן אנדערשט, שבת אדער אין דער וואך, אזא הוט, אזוי די פיאות, אזוי די הויזן, אזוי די גארטעל, רעכטס לינקס אינדערמיטען וכו' וכו'.
און יעדער שרייט אז ער גייט בדרך המסורה, און איז נישט משנה קיין זוז כל שהוא!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:20 am
דורך אביגדור
לכאורה.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:32 am
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:און יעדער שרייט אז ער גייט בדרך המסורה, און איז נישט משנה קיין זוז כל שהוא!
איך האב געהערט אמאל פון א תימנ'ער איד וואס פירט אן א תימנ'ע קהלה אין ארץ ישראל ווי זיי גייען אנגעטוהן אזוי ווי זייער מסורה, האט ער געמאכט אן אפיעל אין א סאטמערע ביהמ"ד, און ער האט געזאגט: ווער נאך אזוי ווי אייך סאטמערע אידן ווייסן אז מען טאר זיך נישט אוועקרירן פון די מסורה קיין זוז כל שהוא, און דערפאר זאל מען שטיצן זיין קהלה...
ער איז לכאורה גערעכט, אבער עס האט מיר געקאסט א שמייכל.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:36 pm
דורך בעל הבית
איך האב געהערט א מעשה פין הרב בן ציון באבובער ר"ח אב תשע"ב , עס איז געווען א איד א באבוב חסיד (ער האט געזאגט א נאמען) ,אדורך דעם ביטערן קריג אין אזוי ווי א גרוס חלק אידן בימים ההם זענען נישט גענגען קיין בערד ,דער איד האט חתנוה געהאט נאכן קריג, א פאר יאר שפעטער געהאט א קינד מזל טוב , עטליכע יאר שפעטער האט די זון געהעט א עקיסדענט ל"ע אוועק, נאכן שלושים האט די איד געהאט א שטיקיל ספירה בארד איז ער געגנגען זאגן פאר ר שלמה אז ער וויל זיך בלייבן לאזן וואקסן די בארד, האט עם ר שלמה גענעפערט בשום אופן מען טאר נישט ממשך זיין א דבר טוב דורך אבילות,אי"ה ווען די וועסט מאכן א שמחה דאמלטס קאנסטו זיך לאזן וואקסען די בארד
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:46 pm
דורך אביגדור
גאר שטארקע לימוד.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 2:04 pm
דורך בעל הבית
אה! די ביסט געזעצן לעבן מיר ? נעקסט טיים קיי שטילער. אין א נייע רעקל מעקסטו דיר שון קויפן . פארשטייט זוך מיט א שניד אין בעק
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 2:09 pm
דורך זר זהב
ווער קייט אין א רעקל?
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 2:13 pm
דורך בעל הבית
די דארפסט ליינען די המשך וואס ערהאט מיר געשריבן
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 4:38 pm
דורך אביגדור
מנהג עוקר וכו'.
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:20 pm
דורך וואלפה
אויס מענטש האט געשריבן: לכאו' האט דאס בכלל נישט קיין פשט, ווייל מיין טאטע גייט אזא מין היט מוז איך אויך טראגן די היט, צו עס געפעלט מיר יא אדער נישט? וויפיל מאל זעהט מען א נייעם בחורל אנגעטון א היט, וואס זעהט אויס אויס ווי א שירעם אדער א הויכער טאפ, אויף זיין קליינעם פנים, איך פארשטיי נישט מה נשתנה ? היט, פון רעקל, שיך, וואס יעדער קויפט לויט זיין געשמאק און גוסטע,
און נאכמער מען זאל קענען גיין וועלכע היט מען וויל, ווען מען וויל, פארוואס איז דאס געווארן א גזירה און חוק,
אייעם אל דע וויי וויט יאה
אבער די משל וואס די ברענגסט ארויס איז פשוט אינו דומה לנמשל.
א היט איז דומה צי א לאנגע, צי א קורצע, אדער גאר א דריי-א-פערטיל סוט, וואס קיינער טוישט נישט.
דער "קאליר" פונעם רעקל איז דומה צום קאליר פונעם היט, נישט צום אויסזעהן וואס דאס זעהט מען אז מענטשען טוישען ( -בעסער געזאגט: עס טוישט זיך) פון א שווארצע קאפעליטש צו א gray אדער אפילו געהל....
נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 9:19 pm
דורך איציק
קאווע טרינקער האט געשריבן:די פלא איז, אז אלע אדמורי"ם בדורינו גייען אנגעטוהן אנדערשט, שבת אדער אין דער וואך, אזא הוט, אזוי די פיאות, אזוי די הויזן, אזוי די גארטעל, רעכטס לינקס אינדערמיטען וכו' וכו'.
און יעדער שרייט אז ער גייט בדרך המסורה, און איז נישט משנה קיין זוז כל שהוא!
סאקמער רב זי"ע האט דאך געזאגט אז ער פירט זיך פונקט ווי דער טאטע ז"ל. דער טאטע האט משנה געווען און ער איז אויך משנה.
ודפח"ח.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:27 pm
דורך דולה ומשקה
למהוי ידיעה, פאר די וואס טוישן זיך צו א ביבער הוט, איז דער פרייז היינט צו טאג בערך $180
פארשידענע הוט געשעפטן לייגן שוין אויך צו 'בחנם' א פלעסטיק פאר נייעם געקויפטע הוט.
אנדערע גיבן דעמאלס אויך א הנחה אויף די הוט בערשטליך.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:48 am
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:מ'האט אויסגעלאזט איין סארט היט!
ווער עס קען GUESS'N פון וועלכע היט איך רעד וועט געוואונען א "לייק"
קאליב׳ער רבי׳ס היט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ט'האט איינער אמאל געטראכט פון דער פאינ"ט. אונז רעדען מיר זיך אפ ווי שווער און טייער ס'איז צו לעבען, דער שכ"ד איז אזוי טייער און עסען וכדו' וכו' וד"ל. יעצט גיי זאג פאר א דורכשניטליכע גוי אז יעדער פארהייראטע מאן, ווי ארעם ער איז, מוז האבען פאר'ן קאפ עפעס וואס קאסט $180, און אויף שבת צען מאל אזוי פיל. ער וועט דיר אנקוקען ווי משוגע. אז דו האסט נישט דער געלט, קויף עס נישט. (שכר לימוד פארשטייט א גוי אויך נישט, אבער דאס איז פון זי תורה און ער דארף נישט קענען פארשטייען)
ווי בארעכטיגען מיר זיך צו נעמען פו"ד סטעמפ"ס ווען מיר לאזען זיך קאסטען אזוי פיל פאר א הוט. אזוי אויך ביי א שייטעל. יעדער מיידעל (עכ"פ ביי אונז ליטוואקע"ס היינט צו טאג) האט א שייטעל וואס הייבט אן די פרייז ביי $2000 און מ'איז נישט מוותר דערויף. spoilt children ווי קויפט מען א אך וואס מ'קען נישט ערלויבען? דער וואס האט זאל אויסגעבען, און דער וואס נישט זאך זיך איינהאלטען.
אינדערהיים האט יעדער ארעמאן געקויפט פאר אזוי טייער?! דער וואס האט נישט געהאט, האט חתונה געהאט מיט א דאשיקעל, און דער וואס האט יא געהאט האט געקויפט א הוט וכדו'. מיר זענען ספויל"ט קינדער, מ'איז נישט מוותר אויף גארנישט, אפילו מיט געלט וואס מ'האט נישט.
און קא"ט ד"ע גארבעדז"ש מיט לא שינו את לבושם. מ'דארף אויסקוקען אנדעריש ווי דער גוי און פארטיג. ס'מאכט נישט אויס ווי מ'טוט עס, און מ'דארף נישט אנהאלטען אלטער טראדיציע"ס כאילו אונז זע'מיר א שבט פונ'ם הרי החושך, וואס האט נישט קיין שכל און נישט קיין תורה. מיר האבען א תורה, און ממילא איז די טראדיציע"ס א קלייניקייט. (און גזילה איז פונקט אזא איסור ווי די אלע זאכען וואס יענער חברה האבען געקאכט דערין. אז מ'האט נישט דער געלט איז מ'נישט ארנטליך צו נעמען פון א צווייטען פאר א תאווה פון האבען א שיינע הוט. א קע"פ איז פונקט גוט)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 10:57 am
דורך דולה ומשקה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ט'האט איינער אמאל געטראכט פון דער פאינ"ט. אונז רעדען מיר זיך אפ ווי שווער און טייער ס'איז צו לעבען, דער שכ"ד איז אזוי טייער און עסען וכדו' וכו' וד"ל. יעצט גיי זאג פאר א דורכשניטליכע גוי אז יעדער פארהייראטע מאן, ווי ארעם ער איז, מוז האבען פאר'ן קאפ עפעס וואס קאסט $180, און אויף שבת צען מאל אזוי פיל. ער וועט דיר אנקוקען ווי משוגע. אז דו האסט נישט דער געלט, קויף עס נישט. (שכר לימוד פארשטייט א גוי אויך נישט, אבער דאס איז פון זי תורה און ער דארף נישט קענען פארשטייען)
ווי בארעכטיגען מיר זיך צו נעמען פו"ד סטעמפ"ס ווען מיר לאזען זיך קאסטען אזוי פיל פאר א הוט. אזוי אויך ביי א שייטעל. יעדער מיידעל (עכ"פ ביי אונז ליטוואקע"ס היינט צו טאג) האט א שייטעל וואס הייבט אן די פרייז ביי $2000 און מ'איז נישט מוותר דערויף. spoilt children ווי קויפט מען א אך וואס מ'קען נישט ערלויבען? דער וואס האט זאל אויסגעבען, און דער וואס נישט זאך זיך איינהאלטען.
אינדערהיים האט יעדער ארעמאן געקויפט פאר אזוי טייער?! דער וואס האט נישט געהאט, האט חתונה געהאט מיט א דאשיקעל, און דער וואס האט יא געהאט האט געקויפט א הוט וכדו'. מיר זענען ספויל"ט קינדער, מ'איז נישט מוותר אויף גארנישט, אפילו מיט געלט וואס מ'האט נישט.
און קא"ט ד"ע גארבעדז"ש מיט לא שינו את לבושם. מ'דארף אויסקוקען אנדעריש ווי דער גוי און פארטיג. ס'מאכט נישט אויס ווי מ'טוט עס, און מ'דארף נישט אנהאלטען אלטער טראדיציע"ס כאילו אונז זע'מיר א שבט פונ'ם הרי החושך, וואס האט נישט קיין שכל און נישט קיין תורה. מיר האבען א תורה, און ממילא איז די טראדיציע"ס א קלייניקייט. (און גזילה איז פונקט אזא איסור ווי די אלע זאכען וואס יענער חברה האבען געקאכט דערין. אז מ'האט נישט דער געלט איז מ'נישט ארנטליך צו נעמען פון א צווייטען פאר א תאווה פון האבען א שיינע הוט. א קע"פ איז פונקט גוט)
ליטוואק איהר האט א יסודות'דיגע טעות, ווייל איהר זענט גערעכט לגבי די קליינע חילוק ציווישען דער 'אידישע' לבוש און דער גויעשע לבוש, וואס דארט איז דער שינוי גאר קליין.
אבער ס'פארהאן נאך א פאקטאר וואס דאס איז דער 'חסידישער לבוש', וואס נישט קיין נפק"מ ווי דער חסיד געפונט זיך, דער חסיד וועט און סיי וועלעכע מדינה גיין אנגעטוהן ווייטער מיט דעם חסידישע לבוש. אבער פארשטייט זיך אז דער חסידישע לבוש איז בכלל נישט אפהענגיג מיט דער 'אידישע לבוש'.
ווייל דער אידישע לבוש האט זיך יא געטוישט פון מדינה צו מדינה, יעדע מקום האט א אנדערע באדייט פאר א אידישע לבוש משא"כ דער חסידישע לבוש.
ע"כ איז דער אידישע לבוש סאך ביליגער און סאך א גרעסערע אויסוואל, משא"כ דער חסידישע לבוש.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט געמיינט איך בין ערשט געבוירען געווארען? איך ווייס וואס טרייבט די אלע מענטשען צו זייער צרכים פון א טייערע היט וכדו', אבער ס'איז נישט ריכטיג און אויסגעהאלטען. אוודאי דארף מען גייען אנגעטוהן אנדעריש ווי א גוי, און מער נישט. די אלע קוךלטורישע מצוות, וואס קאסטען אפ הונות מיט געלט און נעמען צו פון די געלט וואס איז בנמצא פאר עכטע צרכים פון עניים איז נישט אויסגעהאלטען, און איך גלויב נישט א ס'איז א שבח אויף דער וואס האט געברענגט שטריימלעך קיין אמעריקא, אבער פון כוללים האט ער נישט געהאלטען!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:57 pm
דורך דולה ומשקה
איז שייך ביליגער צו מאכען די פרייזען?
ס'דאך דא בלויז א מינומים צאל קאסטומערס, אז עס זאל זיך זיי לוינען משקיע צו זיין דערין.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 6:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס דארף מען ביליגער מאכען די פרייז? קויף נאר וואס דו קענסט ערלויבען. אז דו האסט נישט געלט אויף א שטריימעל, קויף א הוט. אז דו האסט נישט פאר א הוט, קויף א דאשיק. וכן הלאה אין יעדער זאך. אז דו האסט נישט קיין געלט פאר א האר שייטעל, קויף א סינטטי"ק אדער א טיכל. מ'דארף נישט אלע סארט דיפ"ס ביים טיש שבת, און נישט יעדער יאר דארף מען גייען צוויי מאנאטען אין קאנטר"י ועוד ועוד.
Stop being a bunch of spoilt children
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 7:15 pm
דורך בשבילי!
ער האט נישט געהאלטן פון כוללים ווייל ער האט געוואלט מ'זאל קענען עפארדן א שטריימל וכו'
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 10:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די פלאטשיקס איז אן אונגארישע הוט, פון די אונגארישע מאדיארן, (איך זאג עס גוט נאך?) און האט גארנישט מיט אידישקייט, אזויווי אלע אנדערע חלקים פונעם אייראפעישן לבוש וואס ווערט בטעות אנגערופן 'חסידישע לבוש'. צאנזע רב איז אמאל געווען אין אונגארן, און דאמאלטס האט ער זיך אנגעטון דעם אונגארישן הוט, און עס איז איבערגעגאנגען צו זיינע אייניקלעך. אין ארץ ישראל איז געווען א שטיק צייט וואס מ'האט נאר געקענט אימפארטירן הוטן פון אונגערן און אזוי איז עס געבליבן. וועגן דעם זעהט מען די הוט ביי די אונגארישע רבנים, צאנזע אייניקלעך און ירושלמיס.