בלאט 7 פון 13

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 11:32 am
דורך פאליטיקאנט
גאנץ רעלעוואנט היינטיגע טעג:

“Hard times create strong men, strong men create good times, good times create weak men, and weak men create hard times”

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 7:10 pm
דורך ברוינשטיין
איך בין נישט קיין טראָלל, איך בין א געניטער שריפט שטעלער...

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 7:13 pm
דורך ברוינשטיין
-שאַרפער ווי א מעסער איז דאס צינג,

-הייסער ווי פייער איז דאס האַרץ,

-און ליכטיגער פונעם זון איז מיין פארגאנגענהייט...

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 7:19 pm
דורך ברוינשטיין
ליכט וועט אלץ שיינען, שטערנס וועלן אייביג פינקלען, אבער די שטראַל פון דיין פנים איז געוואנדן אין דיר!

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 7:36 pm
דורך berlbalaguleh
טעות

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 7:37 pm
דורך berlbalaguleh
העבר אין. די פארגאנגענהייט איז שוין נישט דא.
העתיד עדיין. די צוקונפט איז נאך נישט דא.
ההוה כהרף עין. די געגנווארט איז ווי אן אויגנבליק.
אם כן דאגה מניין...
(קרעדיט: אבן עזרא)

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 7:49 pm
דורך קהל'ס נער
אויב,
איך בין איך ווייל איך בין איך,
און די ביסט די ווייל די ביסט די,
דעמאלטס בין איך איך, און די די.

אבער אויב,
איך בין איך ווייל די ביסט די,
און די ביסט די ווייל איך בין איך,
דעמאלטס בין איך נישט איך, און די נישט די.

קרדיט: קאצק??

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 8:55 pm
דורך עוקר הרים
Well apparently rock bottom has a basement.

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 9:27 pm
דורך שמן למאור
נאך א מזל די ביה''מ האט א מזרח וואנט, ווען נישט וואלטן די שיינע אידן אנגעקומען ביזן כותל המערבי...

נאך א מזל אז די טאביק פישקע האט א אונטן, ווען נישט וואלט די פינגערס פון די עולם אריין ביזן תהום...

ס'דא נאך, ווער קען משלים זיין?

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 9:47 pm
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:נאך א מזל די ביה''מ האט א מזרח וואנט, ווען נישט וואלטן די שיינע אידן אנגעקומען ביזן כותל המערבי...

נאך א מזל אז די טאביק פישקע האט א אונטן, ווען נישט וואלט די פינגערס פון די עולם אריין ביזן תהום...

ס'דא נאך, ווער קען משלים זיין?

נאך א מזל אז טיפשות מאכט נישט גראב, ווען יא וואלט פלוני געוואויגן אפאר טאן....

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 10:06 pm
דורך דערהויבענע איד
אדער ווען טיפשות וואלט געמאכט קליין וואלט ער געזיצן אויף א גערשטעל און נאך געשאקלט זיין פיס.

נשלח: מוצ"ש מערץ 05, 2022 11:13 pm
דורך berlbalaguleh
אדער אז משוגע טוט נישט וויי. ווען יא. וואלט ער אפגעזיצן ביים דענטיסט מיט א פארבינדענעם קאפ. און זיך געווארפן פאר יסורים...(ל"ע)

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 12:01 pm
דורך ברוינשטיין
נישט קיין חילוק ווי דין דו וועסט דאס שניידן, וועט אייביג בלייבן צוויי זייטן דערצו.

Credit: Baruch spinoza

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 12:58 am
דורך ברוינשטיין
מיט אזוי פיל סאַנקציעס אויף אזוי פיל לענדער, איז אמעריקע געבליבן סאנקציאנירט...

קרעדיט: דער גאס סטאנציע פרייזן שילד...

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 9:34 am
דורך פאר'ן דאווענען
אמאל איז דא אמונה וואס איז כפירה, און אמאל איז דא כפירה וואס איז אמונה.

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
אויך: אמאל איז דא א זאך וואס מ'מיינט אז ס'איז א מצוה. דערווייל איז עס אן עבירה. און אמאל איז פארקערט. א מצוה וואס מ'מיינט אז ס'איז אן עבירה...!

אזוי ווי הרה"צ ר' נפתלי מראפשיץ זי"ע האט געזאגט... איך האב פיינט מצוות. און איך האב ליעב עבירות...ס'דא מענטשן וואס זאגן אז ס'איז א מצוה צו רודפ'ן א מענטש. אזעלכע מצוות האביך פיינט. נאכדעים איז דא ווען מ'ווילל געבן צדקה פאר א מענטש זאגן אנדערע אז ס'איז אן עבירה א יעדע פרוטה וואס מ'געט. אזעלכע עבירות האביך ליעב...!

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 3:16 pm
דורך פאר'ן דאווענען
הוא היה אומר (ראפשיצער רב), פרום איז ראשי תיבות פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צות.

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 3:42 pm
דורך קהל'ס נער
א באקאנטע ראפשיצע מעשה.
דער ראפשיצער ווי באקאנט פלעיגט מאכן ווערטליך, פאר זיין רבי ר' ??????? איז עס נישט געפאלן, האט ער אנגעווארענט ר' נפתלי אז פאר איין יאר זאל ער זיך איינהאלטן פון מאכן ווערטליך, ס'געקימען צום דאווענען, דער גאנצע עולם האט שוין אויסגעטרעיטען און מען האט געווארט פארן רבי'ן צי ענדיגן שמונה עשרה, האט ר' נפתלי אראפ געלייגט עפעס א ווערטל און דער עולם האט זיך צילאכט, ווען דער ר' האט עים פארגעהאלטן נאכדעים היתכן אז ער האט געמאכט א ווערלט אמער ער האט עים אנגעזאגט נישט צי מאכן קיין ווערטליך פאר א גאנצע יאר, האט ר' נפתלי געענטפערט " גערעכט, אבער די ר' האט געדאווענט פאר א יאר מיט א מיטוואך".

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 3:44 pm
דורך קהל'ס נער
יענקל מילר האט גע'מענטשענט אין די "משפחה" עפעס א ווערטל פון חיים מנדל, עפעס מיט חצי נזק, איינער ווייסט פון וואס ער רעדט?

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 4:17 pm
דורך איך אויך
ער האט געהאט א שטארקע ליניע אויף זיין נאז און מען עם גערופן 'חצי נזק'.

פלעגט ער זאגן אז ער איז געווען אין בעלזא יום כיפור און ווען דער עולם האט געכאפט שטרוי איז איינס געפלויגן אין די לופט לעבן זיין נאז און א חסיד האט עס געכאפט צוזאמען מיט האלב פון זיין נאז...

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 5:12 pm
דורך היסטאריע
איך האב געהערט אז א פערפעל פין שריים איז געפאלען אויף זיין שפיץ נאז, און א חסיד האט אראפ געביסן א שטיקל פין זיין נאז צוזאמען מיט דער פערפעל.

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 7:26 pm
דורך פאר'ן דאווענען
די וועלט איז א גרויסע דזשאוק, ווער ס'דרייט זיך ארום מיט אן אראפגעלאזטע נאז, האט נאכנישט געכאפט די דזשאוק!!!

(ענליך צו וואס ברוינשטיין לייגט אראפ דא)

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 10:34 pm
דורך מצפצף
איך אויך האט געשריבן:ער האט געהאט א שטארקע ליניע אויף זיין נאז און מען עם גערופן 'חצי נזק'.

פלעגט ער זאגן אז ער איז געווען אין בעלזא יום כיפור און ווען דער עולם האט געכאפט שטרוי איז איינס געפלויגן אין די לופט לעבן זיין נאז און א חסיד האט עס געכאפט צוזאמען מיט האלב פון זיין נאז...

חצי נזק איז געווען א צווייטער, נישט חיים מענדל.