בלאט 7 פון 14

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב מ'וויל בלייבן ערליך, טאר מען נישט קוקן אין דעם אשכול.

#קבלאתהאמתממישאומרו

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:08 pm
דורך קאצקע ציקער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'וויל בלייבן ערליך, טאר מען נישט קוקן אין דעם אשכול.

#קבלאתהאמתממישאומרו

אויך אמת...

אבער דא האט מען נאר געפרעגט קשיות און מען וויל פארשטיין משא"כ דעם טשענעל איז ביליגע לצנות אויפן חשבון פון גאט פון ריינע כופרים

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בקיצור, אויב מ'וויל בלייבן ערליך, טאר מען נישט הערן דעם אמת, ווייל אידישקייט איז געבויט אויף שקר. הער איך וואס דו זאגסט, הערט זיך גאנץ היימיש...

די לצנות איז נישט אויף גאט, גאט האט קיינמאל נישט געזאגט די אלע זאכן. די לצנות איז אויף הקטן ודעימיה, וואס פאקן ארויף אויפ'ן נאמען פון גאט וואס קומט זיי אויס גוט אויפ'ן מינוט, אמאל אזוי און אמאל פארקערט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:21 pm
דורך קאצקע ציקער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בקיצור, אויב מ'וויל בלייבן ערליך, טאר מען נישט הערן דעם אמת, ווייל אידישקייט איז געבויט אויף שקר. הער איך וואס דו זאגסט, הערט זיך גאנץ היימיש...

די לצנות איז נישט אויף גאט,גאט האט קיינמאל נישט געזאגט די אלע זאכן. די לצנות איז אויף הקטן ודעימיה, וואס פאקן ארויף אויפ'ן נאמען פון גאט וואס זיי שמעקט, אמאל אזוי און אמאל פארקערט.

איך וואלט עס נישט גערופן שקר , איך וואלט עס גערופן אז מען קען עס נישט פארשטיין , איז מיט לצנות פאלט אוועק דעם "מען קען עס נישט פארשטיין" טראמפ קארד און דו בלייבסט סטאק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:24 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די תירוץ אז מ'קען נישט פארשטיין איז טאקע א נארישע טראמפקארד, אפשר גאר אן אבאמאקארד. אויב מ'קען טאקע נישט פארשטיין, קען דאך פונקט אזוי זיין אז יאשקע מיט מוחמד זענען גערעכט.
נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס פרויען פון חסידישע שטיבער גייען זיך טויפן צום קריסטנטום.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:25 pm
דורך קאצקע ציקער
ליסען האסט א בעסערע וועג?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא. מ'קען נאכטון ארז אלברנס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:36 pm
דורך וואלווי
קאצקע ציקער האט געשריבן:ליסען האסט א בעסערע וועג?


אויך מיר א תירוץ...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:38 pm
דורך גדליה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די תירוץ אז מ'קען נישט פארשטיין איז טאקע א נארישע טראמפקארד, אפשר גאר אן אבאמאקארד. אויב מ'קען טאקע נישט פארשטיין, קען דאך פונקט אזוי זיין אז יאשקע מיט מוחמד זענען גערעכט.
נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס פרויען פון חסידישע שטיבער גייען זיך טויפן צום קריסטנטום.

נו אבער אפשר קען מען טאקע נישט פארשטיין?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאן גיי מאך הקפות אין מכה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:41 pm
דורך גדליה
אבער אין מעקא וועל איך ווייטער נישט פארשטיין קען איך שוין בלייבן דא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאך בעסער, שנייד דיך אפ דיין בארד און פיאות און גיי האק א לעבן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:48 pm
דורך גדליה
איך האק א לעבן מיט מיין בארד און פיאות
אויך איך בין א ליטוואק האב איך א געשניצטע בארד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גראדע האב איך לעצנטס געטראפן א מוראדיגע שטיקל זוה"ק, וזלה"ק: פיקודא בתר דא, להאמין למילתא דשיקרא. מאן דחבריה אישתעי בהדיה מילתא, ואיהו ידע דגופא דעובדא איפכא הוי, חייב להאמין לחבריה. ואם לאו כמה משיריאן דמלאכא דמחבלין זמינין לקראתיה, וי ליה דמראה בנפשיה דאין לו חולקא באלקא דישראל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:55 pm
דורך גדליה
אקעי לאמיר מאכען א תמצית
פארוואס איז דא שלעכטס אויף די וועלט?
רבינו הקדוש: פארוואס נישט? Duhhhhh
הקטן: ווייל אינז זענען עמאדזשיס אין די הענט פון מארק זאקערבערג אין במילא איז בכלל נישט קיין נפקא מינא אויב אינז ליידען
פרייוויליג: סאיז נישטא קיין תירוץ אבער קום זיך מאכען למשל ס'איז דא. פשוט כדי צו קענען סורווייווען.
שמעקעדיג: די שלעכטס איז געפערלעך. שרעקליכע מעשה דאס. קיין איין תירוץ שטימט נישט אבער איך גלייב ווי א נאר. אופס כ'האב ספיקות. ניין איך גלייב יא. אבער סאיז דאך שלעכט. אבער אפשר איז עס גוט. אבער ספילט דאך שלעכט. ארויס פון די אשכול.
גדליה: איך גיי מיר יעצט גיין האקען א לעבן, מיט די בארד און פיאות, און איך וועל לאזן אלע חכמים ונבונים דא זיך ברעכען קאפ פארוואס די וועלט סאקט פאר ענק. און ווען יעדער ענדיגט קען מען מיך קומען וויזיטען אין קאנאדע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:55 pm
דורך וואלווי
דארפסט נישט פרירען די ב**** ביז קאנאדא. מ'קען דא אויך.

מיט דיין בארד און פאות...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 1:28 am
דורך דער גאלדענער אדלער
דא איז נישטא קיין טאהש

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 8:54 am
דורך הקטן
יא, רשע וטוב לו איז שווער... זייער שווער...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 9:38 am
דורך פרייוויליג
קאצקע ציקער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'וויל בלייבן ערליך, טאר מען נישט קוקן אין דעם אשכול.

#קבלאתהאמתממישאומרו

אויך אמת...

אבער דא האט מען נאר געפרעגט קשיות און מען וויל פארשטיין משא"כ דעם טשענעל איז ביליגע לצנות אויפן חשבון פון גאט פון ריינע כופרים

viewtopic.php?f=4&t=12671

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 10:45 am
דורך הקטן
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים שכל און מאראל: (1)

איך מיין אז מען קען ציטיילן די הרגש וואס מיר ריפען יסורים מיט אינזער צישרייבן דערצו "רע", "נישט גוט" , "נעגעטיוו" אלס צוויי אנדערע באגריפן.
און אנדערע ווערטער "ווייטאג" איז א "נאטראלע" הרגש.
"ווייטאג" איז נישט "גוט" און נישט "שלעכט"
מיר זענען געווינט אדער געפראגראמט, א חלק nature און א חלק nurture, צי לעבלען "ווייטאג" אלס א נעגעטיווער עקספעריעס.

אויף וואס איך קרעכץ און ריף פיס-ווייטאג, ברענגט נחת און תענוג פאר דעם מאראטאן לויפער, און העלפט גאר צו צי זיין געשמאקע הרגש פין runner's high

די נאטראלע הרגש פין אן ארגאזעם וועלן מיר, געווענדליך, לעבלען אלס pleasure, אבער גיי רעד צי איינעם וואס ליידט אויף די פלעזער הינדרעד מאל א טאג, ער וועט דיר זאגן אז די הרגש איז א גיהנום the-living-hell-of-the-man-who-orgasms-100-times-a-day

יסורים איז "שלעכט" ? פרעג רבי עקיבא, ער האט געלעבעלט יסורים אלס "חביבין" - נענה רבי עקיבא ואמר: חביבין יסורין - סנהדרין קא.
בקיצור ס'איז דא אינזער הרגש פין יסורים און סאיז דא אינזער ארטיפישעל response צי די הרגש


מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 11:09 am
דורך רביה''ק זי''ע
למאי נ"מ? לקידושי אשה?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 12:07 pm
דורך פרייוויליג
הקטן האט געשריבן:געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים און מאראל: (1)

איך מיין אז מען קען ציטיילן די הרגש וואס מיר ריפען יסורים מיט אינזער צישרייבן דערצו "רע", "נישט גוט" , "נעגעטיוו" אלס צוויי אנדערע באגריפן.
און אנדערע ווערטער "ווייטאג" איז א "נאטראלע" הרגש.
"ווייטאג" איז נישט "גוט" און נישט "שלעכט"
מיר זענען געווינט אדער געפראגראמט, א חלק nature און א חלק nurture, צי לעבלען "ווייטאג" אלס א נעגעטיווער עקספעריעס.

אויף וואס איך קרעכץ און ריף פיס-ווייטאג, ברענגט נחת און תענוג פאר דעם מאראטאן לויפער, און העלפט גאר צו צי זיין געשמאקע הרגש פין runner's high

די נאטראלע הרגש פין אן ארגאזעם וועלן מיר, געווענדליך, לעבלען אלס pleasure, אבער גיי רעד צי איינעם וואס ליידט אויף די פלעזער הינדרעד מאל א טאג, ער וועט דיר זאגן אז די הרגש איז א גיהנום the-living-hell-of-the-man-who-orgasms-100-times-a-day

יסורים איז "שלעכט" ? פרעג רבי עקיבא, ער האט געלעבעלט יסורים אלס "חביבין" - נענה רבי עקיבא ואמר: חביבין יסורין - סנהדרין קא.
בקיצור ס'איז דא אינזער הרגש פין יסורים און סאיז דא אינזער ארטיפישעל response צי די הרגש


מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען



גוטע רעיון. אבער די קשיא פרעגט זיך, יש יסורים ויש יסורים. יש יסורים פון פיס ווייטאג ויש יסורים פון פארלירן די פיס אינגאנצן. איז דא אין דער וועלט א מענטש וואס קען באקומען פלעזשור פון האבן בלויז איין פיס?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 12:08 pm
דורך הקטן
חומר למחשבה, סה"כ.

פאר ווער ס'וויל,קען אין דעם אויך טרעפן א synthesis פין צדיק ורע לו און אין רע יורד מלמעלה - ואין קישוי אלא לדעת!
והמבין יבין