בלאט 7 פון 7

Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 1:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איסר האטלקי האט געשריבן:דער עולם וואלט נישט אריינגעפיט אין ראדני אדער אין ארמארי.

וואס? ווען מ׳באסט נישט אריין די בחורים און די כולל יונגעלייט, ווען מ׳האלט זיך צו די פאנדרעיזער חלק דערפון, וואלט מען געקענט אריין גיין אין די דעזשער ביהמ"ד אין וומסב"ג, מיט פלאץ פאר א מנין מנחה אויף די זייט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 2:19 pm
דורך שושן פורים
א מורא'דיגע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביים נעכטיגן כינוס וועלכע האט איבערגעלאזט א טיפן רושם ביי כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן.

עס איז געשעהן ווען אינעם סטאדיום איז ערשינען דער אביהן וליבן של ישראל, דער שר צבא השם, דער הייליגער בעל בכי תרתי משמע, הרה"ק מהרי"א מספינקא שליט"א

ר' אייזיק ברוב קדושתו וענותנותו האט געשריגן אז אין אזא מצב חירום וויל ער נישט די גאנצע רביסטעווע נאר על וויל עומד ומשמש זיין ר' יהושע ראזענבערגער ווייל ער איז עומד בפרץ דארט אין ארצינו הקדושה.

פאר שפיצער האט אנגעכאפט א קדחת, אויב ר' אייזיקל ווערט א גבאי איז ער דאך נאר דעם גבאי'נס גבאי, און פאר אזא אונטער שמשות האט ער נישט אויפגעסיינט, אבער ער שטייט הילפלאז קעגן זיין רבי וואס רירט זיך נישט קיין זיז כל שהוא פון אונטער דעם גאב"ד קרית הרמ"א והגלילות.

דער וויענער רב ברוב חכמתו זעענדיג ווי די גאנצע כבוד הקדושה והחסידות פאלט דא צוזאם פארנט פון זיינע אויגן, האט ארויסגעצויגן א גאר קלוגע טאקטיק פון זיין באקאנטן שופלאד, ער האט זיך דרייסטערהייט אויפגעשטעלט און מיט זיין וועלט בארימטן שטארקע שטימע געזאגט פאר שפיצער'ן צו איבערגעבן פארן ברעטשעדיגן קדוש אז ער איז גערעכט און אין אזא שעת שמד ברויך מען טאקע דראפען די רבנות און משמש זיין די אמת'ע צדיקי הדור, אבער די מנהג ביי כלל ישראל מקדמת דנא נאך פונדערהיים אין סיטי פיעלד איז אז ביי סטאדיום אווענטן זיצן די גבאים ומשמשים אויף פראמינענטע מקומות און שטייען נישט הינטערן רבי'ן ווי אין די ארמארי מיט וואס הגה"ק האט לעצטנס אנגעקניפט פריינטליכע באציאונגען.

דער וויענע רב האט ממשיך געווען אז ער אליינס איז אויך דא אלטס גבאי פון ר' משה זאב זארגער נאר ער מוז לויפן זיך וואקסינירן פאר מיזלס ממילא קען ר' אייזיקל זיצן אויף זיין ארט טאקע אלטס גבאי.

ר אייזיק האט אנגענומען די דברי כיבושין און מיט א געבויגן קאפ און א מערקוועדיגע ענוות חן דקדושה זיך אוועקגעזעצט אויפן בענקל.

כלל ישראל וועלכע האט נאכגעפאלגט די סיטואציע מיט אנגסט האט ארויסגעלאזט א הילכיגע פארלייכטערונג אטעם אז די כבוד החסידות איז אפגעראטעוועט געווארן. ווי פארשער גיבן איבער האט דער אטעם פון פילע נישט וואקסינירטע וועלכע האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע מעמד פון הינטער די שווארצע ליילעכער ספעציעל אימפארטירט פון עיר הבירה בבל גורם געווען אז די מיזלס זאל זיך פילפאכיג פארשפרייטן אין די גאנצע אומגעגנט פונעם סטאדיום.

זאלן די גוים אויך וויסן......

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:09 pm
דורך יין שרף
שושן פורים האט געשריבן:א מורא'דיגע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביים נעכטיגן כינוס וועלכע האט איבערגעלאזט א טיפן רושם ביי כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן.

עס איז געשעהן ווען אינעם סטאדיום איז ערשינען דער אביהן וליבן של ישראל, דער שר צבא השם, דער הייליגער בעל בכי תרתי משמע, הרה"ק מהרי"א מספינקא שליט"א

ר' אייזיק ברוב קדושתו וענותנותו האט געשריגן אז אין אזא מצב חירום וויל ער נישט די גאנצע רביסטעווע נאר על וויל עומד ומשמש זיין ר' יהושע ראזענבערגער ווייל ער איז עומד בפרץ דארט אין ארצינו הקדושה.

פאר שפיצער האט אנגעכאפט א קדחת, אויב ר' אייזיקל ווערט א גבאי איז ער דאך נאר דעם גבאי'נס גבאי, און פאר אזא אונטער שמשות האט ער נישט אויפגעסיינט, אבער ער שטייט הילפלאז קעגן זיין רבי וואס רירט זיך נישט קיין זיז כל שהוא פון אונטער דעם גאב"ד קרית הרמ"א והגלילות.

דער וויענער רב ברוב חכמתו זעענדיג ווי די גאנצע כבוד הקדושה והחסידות פאלט דא צוזאם פארנט פון זיינע אויגן, האט ארויסגעצויגן א גאר קלוגע טאקטיק פון זיין באקאנטן שופלאד, ער האט זיך דרייסטערהייט אויפגעשטעלט און מיט זיין וועלט בארימטן שטארקע שטימע געזאגט פאר שפיצער'ן צו איבערגעבן פארן ברעטשעדיגן קדוש אז ער איז גערעכט און אין אזא שעת שמד ברויך מען טאקע דראפען די רבנות און משמש זיין די אמת'ע צדיקי הדור, אבער די מנהג ביי כלל ישראל מקדמת דנא נאך פונדערהיים אין סיטי פיעלד איז אז ביי סטאדיום אווענטן זיצן די גבאים ומשמשים אויף פראמינענטע מקומות און שטייען נישט הינטערן רבי'ן ווי אין די ארמארי מיט וואס הגה"ק האט לעצטנס אנגעקניפט פריינטליכע באציאונגען.

דער וויענע רב האט ממשיך געווען אז ער אליינס איז אויך דא אלטס גבאי פון ר' משה זאב זארגער נאר ער מוז לויפן זיך וואקסינירן פאר מיזלס ממילא קען ר' אייזיקל זיצן אויף זיין ארט טאקע אלטס גבאי.

ר אייזיק האט אנגענומען די דברי כיבושין און מיט א געבויגן קאפ און א מערקוועדיגע ענוות חן דקדושה זיך אוועקגעזעצט אויפן בענקל.

כלל ישראל וועלכע האט נאכגעפאלגט די סיטואציע מיט אנגסט האט ארויסגעלאזט א הילכיגע פארלייכטערונג אטעם אז די כבוד החסידות איז אפגעראטעוועט געווארן. ווי פארשער גיבן איבער האט דער אטעם פון פילע נישט וואקסינירטע וועלכע האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע מעמד פון הינטער די שווארצע ליילעכער ספעציעל אימפארטירט פון עיר הבירה בבל גורם געווען אז די מיזלס זאל זיך פילפאכיג פארשפרייטן אין די גאנצע אומגעגנט פונעם סטאדיום.

זאלן די גוים אויך וויסן......

https://twitter.com/HeimisheMedia/statu ... 96/video/1

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:02 pm
דורך איסר האטלקי
די פערציג סעקונדעס פון דעם קליפ האט אפגעווישט א מיליאן דאלער וואס איז אויסגעגעבן געווארן פאר די ארמערי חתונה. ער וועט מוזן מאכן עפעס א סטאדיום כינוס אפציווישן די בזיונות.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:29 pm
דורך שמעון וואלף
אדונינו האט געשריבן:
מארמאראשער האט געשריבן:וואס עפעס? ווי נאך קענסטו אריינלייגן 16-17 טויזענט יודן?
אמת א סטעדיום פון 24000 זיצן און נאר 16 קומען איז נישט קיין שיינע פיקטשערס אבער דעס פיט נישט אונעם ארמערי און אוודאי נישט און ראדני,
אונז וועלמיר נאך אסאך זיך טרעפן אונעם סטעדיום

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

מיין שאצונג אויף היינט נאכט 8-10 טויזנט

לאמיר דאס איבערלאזן פאר @אבטולמוס

Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:48 pm
דורך גר ותושב
איסר האטלקי האט געשריבן:די 360 טיקעטס זענען טאקע פארקויפט געווארן

זענען געטיילט געווארן איך קען דיר געיבן נעימען פון מענטשן וואס האבן באקומען די 360 טיקעטס.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 3:06 am
דורך שמעון וואלף
די שבת האבן די זלונים דעבאטירט די דורכגעפאלענע כינוס. איך ריף עס "דורכגעפאלענע" כאטשיג כמעט אלע אנדערע רבי'ס וואלטן אין זייער בעסטן חלום נישט געקענט צאמשלעפן האלב אזא עולם, אבער פאר קהילת מרז"ל איז עס נישט עפעס וואס מ'קען שטאלצירן. ס'געבליבן אז שילדיג איז מהר"א ווייל די ארגענאזירער האבן זיך געראכטן אז ער וועט זיך צורעדן כמנהגו, ואשיבה חורפי דבר - אין זיבעטן ריפ, וואס וועט ברענגן א קעגן רעאקציע אזויווי ס'איז געווען ביי בארקלעיס. דערווייל אבער האט מהר"א זיי אויסגעשפיעלט, און נישט געלאזט הערן דעתו הקדושה בנוגע דעם כינוס.
בלייבט נאר צו האפן אז מהר"א האט זיך טאקע געלערנט פון זיינע מיסטעיקס און ביי אנדערע ענינים וועט ער אויך וויסן ווי זיך צו באגיין.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 5:54 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: ס'איז נישט אייביג וואס מהר"א זאגט יא אדער נישט וואס טרייבט דעם עולם צו לויפן צו די פיהלצאליגע כינוסים וואס די אנפיהרערשאפט פון קהילת מהרז"ל ארגאניזירט. נאר דער עולם איז שוין פשוט מיעד געווארן. און הייבט אן איינצוזעהן די טיפשות און נוצלאזיגקייט וואס די 2 גדולי ישראל ווי מהרז"ל שליט"א און ר' מלכיאל קאטלער שליט"א האבן אפגעמאכט. בשעת די ארץ ישראל'דיגע ..."בני טעירעה"... פארטיי לאכן זיך גוט אונטער אז זיי האבן אויסגענארט די אמעריקאנער אידעלעך און ארויסגעשלעפט א פאר (מיליאן) דאללער פון זייערע קעשענעס...!

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 12:02 pm
דורך חיים'ס ישיבה
calculator האט געשריבן:די זאליס האלטן אין איין פארקויפן אז די עץ מפלגה זעהן יעצט אז די רבי זי"ע איז געווען גערעכט כאילו זיי זענען מודה אז זיי זענען נישט געגאנגען גוט ביז יעצט,
אבער הרב א. דויטש וואס האט נעכטען אויפגעטרעטן דארטן האט דערמאנט די "בעיות הזמן" פין הגאון ר' ראובן גריזאווסקי לגבי די היתר הבחירות אז עס קען זיין מען וועט דארפן אמאל ארויס גיין פון די כנסת, (אין לכאורה איז מסתבר אלע רבנים פון די אגודה האבן געהאלטן פון די ביאור פון הג"ר ראובן), אין די ראשים פון מפלגת עץ האבן מחליט געווען אז יעצט איז די זמן וואס מען דארף ארויס גיין פון כנסת ווייזט עס ווי זיי האבן מיט סאטמאר און מיטן ויואל משה גארנישט נאר פאר געלט זענען די סאטמורים גוט
אין מסתמא האבן די סאטמורישע בהמות נישט געכאפט דארט וואס ער האט געזאגט.

דא איז די "בעיות הזמן"
www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=41396&st=&pgnum=17

אפשר וועגן דעם איז די סאנד סיסטעם געווען קראפט

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 1:24 pm
דורך calculator
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:

עס איז הרב ברוך שמואל דויטש, נישט א. דויטש

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2019 1:17 am
דורך איסר האטלקי
איך ווייס נישט וואו עס צו לייגן, אבער דאס ליצנות איז גרויס.

דריי חדשים צוריק האט דער בלאט און טעלער נישט אויפגעהערט צו ליאמערן קעגן שאפן געלט פאר די ציוניסטישע אויבעבאכניקעס, כאטש וואס זיי גייען נישט צו בחירות, ווייל זיי זענען ציונים.

פלוצלינג איז געווארן א מצוה צו שטיצען מוסדות אפי' אזעלכע וואס גייען יא צו בחירות!! און איך האב ערנסט געמיינט אז שמואל ווידער איז טויט....

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2019 12:02 pm
דורך אלגעמיין
ביטע ציטירן לפחות אן אייציגער פאל פון די קהלה/בלאט צו אינטערשטיצן דיין באשולדיגונג.
די שטעלונג איז קלאר און אייגענטליך פראקטיצירט צו שטיצן יעדע מוסד עטה"ק אבער די קהלה'ס הנהגה/השקפה ווערט נישט גערירט אפגעזעהן פונעם ציל.

איסר האטלקי האט געשריבן:איך ווייס נישט וואו עס צו לייגן, אבער דאס ליצנות איז גרויס.

דריי חדשים צוריק האט דער בלאט און טעלער נישט אויפגעהערט צו ליאמערן קעגן שאפן געלט פאר די ציוניסטישע אויבעבאכניקעס, כאטש וואס זיי גייען נישט צו בחירות, ווייל זיי זענען ציונים.

פלוצלינג איז געווארן א מצוה צו שטיצען מוסדות אפי' אזעלכע וואס גייען יא צו בחירות!! און איך האב ערנסט געמיינט אז שמואל ווידער איז טויט....

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2019 2:06 pm
דורך איסר האטלקי
א מכתב התנצלות אויף די מערכה קעגן די מוסדות אונטער די עדה החרדית

Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2019 2:57 pm
דורך מארמאראשער
א מין חוצפה... פוי! פארוואס זאל א מוסדות נעמען קינדער וואס וואוינען אויף א פלאץ וואס די רבי פון די מוסד לאזט נישט, און האט זיך געשפטלטן דעם קאפ וועגן דעם??

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2019 10:56 pm
דורך אלגעמיין
געלויבט דעם פון אויבן, די מעדיצין הייבט אן ארבעטען.... כבוד הרבנים איז א אייטעם.
אפגעזעהן פונעם פאקט אז די מודעה איז פאלש, און עפ"ר מוסדות באר"י עטה"ק איז בהנהלת המנהלים תחת השקפות העד"ה וועמען'ס פסק איבערן ביה"ח בב"ש איז קלאר לחובבי האמת,
זאגט נאר, איר געדענקט אפשר ווי מיט איטליכע וואכן צוריק ווי עטליכע הונדערט אידן האבן אום שב"ק פראטעסטירט אין די ווילאמסבורג'ער גאסן
און זקנים ונערים טוען שוין פאר מערערע יארן נאכשרייען און אנדערע נידריגע מיטלען קעגן אנשים ונשים פארן אויספאלגן די דעת תורה פון זייערע מנהיגים?!
כבוד הרבנים און אמת איז פון די דיסקאנטיניאד אייטעם'ס ביי די קרייז...

מארמאראשער האט געשריבן:א מין חוצפה... פוי! פארוואס זאל א מוסדות נעמען קינדער וואס וואוינען אויף א פלאץ וואס די רבי פון די מוסד לאזט נישט, און האט זיך געשפטלטן דעם קאפ וועגן דעם??

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 12:53 pm
דורך איש את רעהו
היינט טיילט מען דעם ערשטן חלוקה פון די טהרת הקודש חלוקה פאר די קרייזן וואס האבן געפענט מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל די לעצטערע תקופה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 1:04 pm
דורך איש את רעהו
00.png
00.png (61.12 KiB) געזען געווארן 1661 מאל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 2:44 pm
דורך גאנצל
ביסט זיכער אז זיי לערנען ניט דארטן על האופן של קאממאן קאור...............................?

ווער ווייסט די דיינים לאזן דאך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 2:54 pm
דורך איש את רעהו
גאנצל האט געשריבן:זיי לערנען ניט דארטן על האופן של קאממאן קאור...............................?

אויב די פארגינסט שווער ווען יענער טיילט, טייל די אויך
קנאת סופרים

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 3:06 pm
דורך גאנצל
איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:זיי לערנען ניט דארטן על האופן של קאממאן קאור...............................?

אויב די פארגינסט שווער ווען יענער טיילט, טייל די אויך
קנאת סופרים

איך וויל זיכער מאכן אז ס'איז על טהרת הקודש לשיטתך.... ווייל לשיטת זלמן לייב איז קאממאן קאור עניווי אקעי סאו ער דארף ניט זארגן דערויף.......

אבער ס'זעיט אויס אז ביסט פיין ווי אזוי עס איז דעמאלט איז דאך גוט

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2019 10:47 am
דורך calculator
פרעגט איינער וואס איז מיט די איבריגע 4/8 מיליאן? די תירוץ איז, עבדים היינו.... וועט עטס ארויס קומען צום קבלת פנים קומעדיגע חודש חשון [הם ונשיהם ובניהם ועבדיהם] באקומען ענק נאך 4, און די איבריגע 4 וועט בלייבן פאר "יצחק בנימין שטערן" פאר שכר בטלה. קומט עטס נישט ארויס וועט גיין אלע 8 פאר אים.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 3:51 pm
דורך היסטאריקער
איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:זיי לערנען ניט דארטן על האופן של קאממאן קאור...............................?

אויב די פארגינסט שווער ווען יענער טיילט, טייל די אויך
קנאת סופרים

אוודאי טייל איך, דורך קרן הצלה, וואס האט אויסגעפעלט א נייע מוסד?
שטעל צאם 4 מיליאן דאלאר פאר קרן הצלה, א מוסד וואס רביהק האט געגרינדעט