בלאט 7 פון 7

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 7:52 pm
דורך יעלה ויבא
די קינדער פון ת"ת פנים מנחם זענען געווען ביי די ציון פין די רבי'ת און די גורע רבי איז אריינגעקומען, האבן זיי זיך געריקט און די זייט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 7:56 pm
דורך Nanach
יעלה ויבא האט געשריבן:די קינדער פון ת"ת פנים מנחם זענען געווען ביי די ציון פין די רבי'ת און די גורע רבי איז אריינגעקומען, האבן זיי זיך געריקט און די זייט.

איך וואלט געוואלט זעהן א קליפ אויב איינער קען לינקן

נייער ביהמ"ד: פני מנחם.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:42 pm
דורך פאסטעך
נאכפאלגענדיג די נייעס איבערן חַנוּכַּת הַבָּיִת פונעם נייעם גערער שול, איז מערקווירדיג אן אינטערעסאנטען 'פָּנִים חַדָשוֹת'.

די אויבן אן איז א נישט ברייט, געווידמעט בלויז פאר די גערע ברודער'ס און גערע פערזענליכקייטן, נישט געלאדנט רַבָּנַי לוֹנדוֹן: עס איז בלויז א גערע אינערליכע מְסִיבָּה.

צום ערשטוינונג באטייליגט זיך אינעם הארץ פונעם אווענט, נאר איין איינציגסטער אויסערן פערזענליכקייט: פשעווארסקער רב פון לאנדאן! ער זיצט דורכאויס די גאנצע אויפטריט פון רבי שאול, ער זיצט דארט כְּשוֹשַנָה בֵּין הַגוּרִ'ים, אדער: ווי אן עַמָלֵקִי ביים סֵדֶר.

'הַמִקְרֶה אוֹמֵר דָרְשֵנִי'. ממה נפשך אויב לאדנט מען ווי איז יעדער, אויב נישט, איז לָמָה הָלַך הַפְּשֶבוֹרסְקָ'אִי אֵצֶל הַגוּרָ'אִי?

איז יתכן אז דאס איז עפעס א שְלִיחוֹת פונעם גרויסן טאטן, רבי לייבוש זז"ג, צו נעמען א צד?

וּדְאָתִית לְהָכָא, דער רב איז שטארק בא'צורה'ט געווארן. און דער רבי רבי לייבוש איז דאך שוין א בא בימים, איז ער ווי דער טאטע?


דא זעהט מען די פולער אויבן אן.
דא זעהט מען די פולער אויבן אן.
דא זעהט הדרת פני קדשו פונעם רב.
דא זעהט הדרת פני קדשו פונעם רב.

Re: עמטליכער טיילונג אין גור

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 11:37 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
די פלאכע ביבער היט נעמט אוועג אביסל פון די פאטערס געשטעל

Re: עמטליכער טיילונג אין גור

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:20 am
דורך סוף טוב הכל טוב
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 11:37 pm די פלאכע ביבער היט נעמט אוועג אביסל פון די פאטערס געשטעל
וואס איז טאקע דער פשט?

Re: עמטליכער טיילונג אין גור

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:58 am
דורך [NAMELESS]
רבי לייבוש שליט"א וויל מחזיר זיין עטרה ליושנה אזוי ווי רבי איציקל זצ"ל איז געגאנגען א פלאכע סאמעט קאפעליטש, אבער ער אליין וויל נישט משנה זיין פון זיין טאטע רבי יענקעלע זצ"ל

Re: עמטליכער טיילונג אין גור

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 1:42 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:58 am רבי לייבוש שליט"א וויל מחזיר זיין עטרה ליושנה אזוי ווי רבי איציקל זצ"ל איז געגאנגען א פלאכע סאמעט קאפעליטש, אבער ער אליין וויל נישט משנה זיין פון זיין טאטע רבי יענקעלע זצ"ל
פארוואס מעג זיין זון יא משנה זיין פון זיין טאטע

Re: עמטליכער טיילונג אין גור

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:13 pm
דורך [NAMELESS]
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 1:42 pm
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:58 am רבי לייבוש שליט"א וויל מחזיר זיין עטרה ליושנה אזוי ווי רבי איציקל זצ"ל איז געגאנגען א פלאכע סאמעט קאפעליטש, אבער ער אליין וויל נישט משנה זיין פון זיין טאטע רבי יענקעלע זצ"ל
פארוואס מעג זיין זון יא משנה זיין פון זיין טאטע
ווייל רבי לייביש'ס זוהן איז נאר אנ'אייניקל פון רבי יענקעלע

Re: עמטליכער טיילונג אין גור

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:37 pm
דורך נאך א שמויגער
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 1:42 pm
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:58 am רבי לייבוש שליט"א וויל מחזיר זיין עטרה ליושנה אזוי ווי רבי איציקל זצ"ל איז געגאנגען א פלאכע סאמעט קאפעליטש, אבער ער אליין וויל נישט משנה זיין פון זיין טאטע רבי יענקעלע זצ"ל
פארוואס מעג זיין זון יא משנה זיין פון זיין טאטע
ר' לייביש האט אים מסתמא אזוי געלייגט.