שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך נעגעל וואסער »

שיטה הקדושה האט געשריבן:על פי הלכה איז נישט דא אזא זאך אז מען קען ארויס געבן א קול קורא אנקעגן איינעם אן רעדן צו איהם אין איהם רופן פאר בית דין


Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

ווי שטייט הלכות קול קורא?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נעגעל וואסער האט געשריבן:
שיטה הקדושה האט געשריבן:על פי הלכה איז נישט דא אזא זאך אז מען קען ארויס געבן א קול קורא אנקעגן איינעם אן רעדן צו איהם אין איהם רופן פאר בית דין


Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

ווי שטייט הלכות קול קורא?


זיי פארופען זיך אלס רבנים וואס געבן ארויס א פסק, נישט אזוי?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לעיקוואד - מצד דער עולם ביסטו גערעכט. אבער מצד דער נחתם איז עס א ריזיגע פאטש. דו וואלטסט געוואלט אזא צעטל אויף דיר? יעדער זאגט 'יא, וואס גייט מיר אן?' אבער למעשה איז עס א געפערליכע אומבאקוועמליכקייט.

ועוד, דאס אליינס אז מ'איז געגאנגען צו א נייעם שטאפל פון אויסדרוקן, און זייט די געשטאפטע גענץ מחלוקת לשם שמים האט מען נישט געזען אזעלכע אויסדרוקן, איז עס אן עוולה גדולה. מצד הרב ניימאן דארף ער אנקוקען אז זיין חברים זענען גרייט איהם צו שטויסען מער ווי סתם א 'שירים ושירות' פרצה. ער האט נאך מער זאלץ ווי אין גאנץ אריזאנא און נאך מער ביינער ווי גאנץ בית שמש. מ'קען עס נישט אפווישען מיט 'יעדער פארשטייט דאך'.

צום שלוס, הרי"מ לוין האט געהאט א סעקרעטאר וואס האט געשריבען די המלצות פאר איהם. יעדער המחצה האט געהאט די זעלבע נוסח. אין שווארצע טינט האט עס געמיינט מ'זאל יענעם מקרב זיין, אין בלויע טינט האט עס געמיינט נישט מקרב זיין און נישט מרחק זיין, און אין רויטע טינט האט עס געמיינט אז מ'זאל איהם רודפ'ן עד חרמה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
שיטה הקדושה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2019 8:35 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך שיטה הקדושה »

וואלווי האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:
שיטה הקדושה האט געשריבן:על פי הלכה איז נישט דא אזא זאך אז מען קען ארויס געבן א קול קורא אנקעגן איינעם אן רעדן צו איהם אין איהם רופן פאר בית דין


Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

ווי שטייט הלכות קול קורא?


זיי פארופען זיך אלס רבנים וואס געבן ארויס א פסק, נישט אזוי?
דאס איז טאקע מיין טענה זיי טוען אנקעגן די הלכה
ווייל זיי האבן מורה צו אפראטשען דעם ר' שמואל ווייל ער איז זייער א קלארער מענטש
אין ער ווייסט פינקטליך פארוואס ער זאגט אלעס

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

רבי שמואל ניימאן האט באקומען א היתר הוראה און שימוש פון רבי פישעלע זצ"ל (און אויך שימוש פון זיין טאטע רבי אברהם ניסן, דומ"ץ וויזניץ מאנסי)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך לך לך »

דער איד/גוי האט עס געלייגט א פול פעדטש אין די פאד'ערשטע זייטן
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מען זאגט דער טאכטער און מען מיינט דער שנור, ווען ער רעדט נישט אז זיין א ציוני איז נישט אזוי געפערליך, און דער סאטמארע רבי האט נישט געמיינט מען זאל רודפן ציונים, וואלט אים קיינמאל נישט געוועהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך צפור בודד »

איך זע נישט דא עיונים אין דער לשון הקול קורא. ס'הייבט זיך לשון יחיד פון איין פערשוין, דערנאך גייט עס אריבער צו לשון רבים "לא לשמוע דרשותיהם" "לא לקבל מהם" "אסור להזמינם". פון וויפל מענטשן רעדט מען דא? ויש ליישב בדוחק אז זיי מיינען תלמידים פון רב ניימאן, כעין פראנקיסטן. אויב אזוי דארף דאך יעדער שומר נפשו וויסן ווער זענען די תלמידים כדי להתרחק מהם.

און צום סוף דערמאנען זיי גאר טעיפס. האלאו, איינער אונטער 35 ווייסט וואס דאס איז בכלל א טעיפ? ביי רב פילאפ אין דער היים הערט מען טעיפס? און איז דער איסור חל אויך אויף סידיס אדער וואטסאפ קליפס? און אויב רב ניימאן איז מתיר בני ט' דבר, וויבאלד ס'איז נישט איסורי כריתות מעג מען אים כאטש אויף דעם פאלגן?

תורה היא וללמוד אני צריך.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לעיקוואד האט געשריבן:דער עולם נעמט עפעס אסאך מער ערנסט א קול קורא ווי די חותמים זעלבסט. זיי מיינען נישט קיין חרם נידוי שמתא אדער אנדערע לשונות וואס שטיין דארט, זייי קוקען עס אן סך הכל אן אזהרה אז מען זאל זיין פארזיכטיג פון דעות וואס זענען נישט אזוי פרום אדער מקובל. דאס אלעס. די וואס חתמנן האלטן אז עס איז אויך וויכטיג דאס מפרסם זיין ווייל אמאל איז דא א תמים וואס הערט א דיין זאגט עפעס און ווייסט נישט אז דאס איז שנוי במחלוקת, מאכט מען א צעטל ער זאל דאס וויסען.

מען דארף נאר אויסהערן ר' מרדכי בעק'ס פאון קאל דאס צו פארשטיין. אפשר אנדערע רבנים זענען מער נאריש אבער איך האב געלערנט ביי ר' מרדכי ער איז א איד א ערנסטע תלמיד חכם און בכלל נישט קיין נאר. ער פארשטייט נישט וואס יענער וויל פון עם אוודאי מיינט מען נישט דא מען זאל אויפהערן גיין צו זיין חומש רש"י שיעורים. ער עקספעקט אז דער עולם זאל זיין קלוג און ליינען צווישען די שורות אז מען מיינט בסך הכל אז מען האט נישט ליב זיין פשט אויף או"ח סימן ר"מ. אפילו די איסורי כריתות שפראך איז פשוט א קאוד פאר דעם.

די לשונות חריפים זענען סתם א שיגרא דלישנא, דער חותם אליינס נעמט עס נישט ערנסט.

און פארוואס טאקע קענען זיי נישט זאגן קלאר "מ'טאר איהם נישט אויסהערן ווייל אונז האבן נישט ליב וואס ער זאגט, ווער ס'וויל באמת פארשטיין וואס אונז האלטן אז ער טוט נישט גוט האט מען נישט איהם געמיינט" און א גוטן פורים. צו וואס פעלט אויס די "איסורי כריתות" נאנסענס צו וואס? פארוואס בכלל נוצן קאוד ווערטער? זאג קלאר דיינע טענות און פערטיג. איך ווייס וואס די תירוץ איז, ווייל זיי ווייסן אז אויב זיי וועלן זאגן וואס זיי טראכטן באמת וועט מען זיי לאכן אין פנים אריין, נוצן זיי אזעלכע שרעקעדיגע ווערטער צו דערשרעקן די תמימות'דיגע שעפעלעך. זאג איך, אויב האבן זיי מורא אז מ'וועט זיי לאכן אין פנים איז א סימן אז ס'טאקע דא פון וואס צו לאכן. אויב האבן זיי וואס צו זאגן זאלן זיי עס זאגן הויעך, און אויב נישט זאלן זיי פארמאכן א מויל מיט וואסער, סתם דערשרעקן דעם עולם מיט פריש-געבאקענע "קאוד ווערטער" נוסח אחד בפה ואחד בלב איז נישט צום זאך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

ווארט אויס ביז מוצאי שבת. די רבנים וועלן די וואך זיך אויסקלארן, וואס פונקטליך די מעשה איז.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביזדערווייל האבן זיך שוין עטליכע רבנים אויסגעקלארט:

ר' חיים יושע האלבערשטאם האט נעכטן געהאלטן אדרשה קעגן שמואל ניימאן ביי א עצרת תפילה אין זיין כולל.

ר' זלמן לייב פילאפף, ר' חיים דוד כ"ץ און ר' מרדכי בעק האבן שוין אויך וועריפייד אויף וואטסעפפ אז זיי האבן געוואלט באגראבן שמואל ניימאן'ס כח.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:ווען א מנהיג בדורנו שטעלט זיך אויף ברבים נאך א שרעקליכע טעראר אטאקע ווען 3 אומשילדיגע בחורים זענען קאלטבלוטיג געמארדעד געווארען דורוך אראבער און באשילדוגט זייערע עלטערען פארן וואוינען און יענע שטחים, האב איך פארלוירען טראסט אין אונזערע רבנים.

ווען א בית דין צדק בדורונו פסק׳נט קרופטירט איינזייטיג אנטקעגען א גאנצע קהילה קדושה (באבוב 45) אן קיין שום בושה, האב איך פארלוירן טראסט אין אונזערע רבנים.

ווען די גרעסטע חסידישע כשרות ארגענעזאציע גייט נישט אן די כשרות אזוי ווייט ווי זייער אייגענע טאש, האב איך פארלוירן טראסט אין אינזערע רבנים

ווען אנגעזעהנע רבנים אסר׳ן אן אויסגעהאלטענע קומזיץ פאר בין הזמנים בחורים אין לעיקוואד, האב איך פארלוירען טראסט אין אונזערע רבנים.

ווען אונזערע רבנים אסר׳ן א צוזאמקום חל המועד פון שיערים ושירים. האב איך פארלוירען טראסט אין אונזערע רבנים.

ווען אונזערע רבנים אסר׳ן א שבתון ווי אידן שעפן חיזוק און לערנען די ריכטיגע וועג פון חינוך, האב איך פארלוירען טראסט אין אונזערע רבנים.

אז ס׳זענען דא צענדליגע בחורים, יונגעלעך און מיידעלעך אן קיינע מוסדות און אונזערע רבנים געבען נישט קיין דעקעל דערוועגען, האב איך פארלוירן טראסט אין אונזערע רבנים.

ווען א רב בדורנו שטעלט זיך אויך נאך אן אנטיסעמיטישע אטאקע אין דזערסי ביטע ווי צוויי טייערע אידן זענען אומגעקומן און מיט די גרעסטע מאס תופשות זאגט אז ס׳איז געשען ווייל פרעזידענט טראמפ האט אריבערגעפירט די אמבעסאדע קיין ירושלים, האב איך פארלוירען טראסט אין אונזערע רבנים.

ווען אונזערע רבנים קומען ארויס מיט א קול קורה אנטקעגען א חשוב׳ע דיין א ת״ח עצום וואס הונדערטע אידן שעפן חיזוק האב איך גענצליך פארלוירען טראסט אין אונזערע רבנים.

Cp


און ווען א בן בלי שם שטעלט זעך אויף רעדן אנטקעגען אונזערע רבנים, ווייל עס איז איהם צו שווער די אלט-מאדישע יידישע חסידישע תורה'דיגע דרכים - האב איך גענצליך פארלוירן טראסט אין אונזער מענטשהייט
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:ווען א רב בדורנו שטעלט זיך אויך נאך אן אנטיסעמיטישע אטאקע אין דזערסי ביטע ווי צוויי טייערע אידן זענען אומגעקומן און מיט די גרעסטע מאס תופשות זאגט אז ס׳איז געשען ווייל פרעזידענט טראמפ האט אריבערגעפירט די אמבעסאדע קיין ירושלים, האב איך פארלוירען טראסט אין אונזערע רבנים.
Cp

ווער איז דאס געווען?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מאך זיכער האט געשריבן:
ר' זלמן לייב פילאפף, ר' חיים דוד כ"ץ און ר' מרדכי בעק האבן שוין אויך וועריפייד אויף וואטסעפפ אז זיי האבן געוואלט באגראבן שמואל ניימאן'ס כח.


Good luck with that.. ער האט דורכן קול קורא באקומען מער כח און נאכפאלגערס ווי כ"ץ, פילאפף, און בעק צוזאמען..
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך טראכטכמוני »

חתם סופר האט געשריבן:די פאלגענדע רבנים וגדולי הדור האבן זיך נישט געבראכען צום טעראר פון אינשי דלא מעלי און האבן נישט געוואלט אונטערשרייבען קעגן הגאון רבי שמואל ניימאן שליט"א טראץ די גרויס דרוק וואס איז געלייגט געווארן אויף זיי.
ואלו הן:

1. הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט"א גאב"ד קאלרסבורג
2. הגאון רבי טודרוס זילבער שליט"א גאב"ד יאוואזשנע
3. הגאון רבי אשר אנשיל כ"ץ שליט"א גאב"ד וויען
4. הגאון רבי משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאטמאר לאנדאן
5. הגאון רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק
6. הגאון רבי מנחם מאיר ווייסמאנדעל שליט"א גאב"ד נייטרא מאנסי
7. הגאון רבי אברהם חיים שטיינווארצעל שליט"א אב"ד מטה אפרים
8. הגאון רבי שרגא האגער שליט"א אדמו"ר מקאסוב
9. הגאון רבי צבי אויש שליט"א אב"ד וואלקאן
10. הגאון רבי חיים פלאהר שליט"א ראש כולל זכרון מנחם מאנסי
11. הגאון רבי חיים פייוויל שנעבאלג שליט"א אב"ד קהל אברכים מאנסי
12. הגאון רבי יצחק אייזיק טירנויער שליט"א אב"ד שומרי שבת
13. הגאון יצחק אייזיק האראוויץ שליט"א אדמו"ר מספינקא
14. הגאון רבי חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א גאב"ד סאטמאר מאנסי
15. הגאון רבי יעקב יוסף האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר בית חיים יהושע
16. הגאון אברהם צבי וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי
17. הגאון רבי ישראל האגער שליט"א אדמו"ר מוויזניץ מאנסי
18. הגאון רבי ישראל צבי ברוידא שליט"א אב"ד שערי אורה
19. הגאון רבי נח אייזיק אלבוים שליט"א אב"ד הומנא
20. הגאון רבי משה וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל
21. הגאון רבי אהרן שעכטער שליט"א ראש ישיבת בערלין
22. הגאון רבי דוד אייכענשטיין שליט"א אדמו"ר מבורשטין
23. הגאון רבי חיים אלעזר פריעדמאן שליט"א אב"ד טענקא
24. הגאון רבי מרדכי בצלאל קליין שליט"א אב"ד סאטמאר לעיקוואד
25. הגאון רבי משה יהודה לייב ראבינאוויטש שליט"א אדמו"ר מונקאטש
26. הגאון רבי יעקב פערלאוו שליט"א אדמו"ר נאוואמינסק
27. הגאון רבי חיים לייב כ"ץ שליט"א גאב"ד סארדעהלי
28. הגאון רבי ירוחם אולשין שליט"א ראש ישיבת לעיקוואד
29. הגאון רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד שליט"א אדמו"ר מפאפא
30. הגאון רבי יוסף משה גרינוואלד שליט"א אדמו"ר מצעהלים
31. הגאון רבי ישעי יעקב פארטוגאל שליט"א אדמו"ר מסקולען
32. הגאון רבי שמואל דוד האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מקלויזענבורג
33. הגאון רבי חיים לייביש ראטענבערג שליט"א אדמו"ר פארשעי
34. הגאון רבי דוד פיינשטיין שליט"א ראש ישיבת תפארת ירושלעם
35. הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א משגיח לעיקוואד
36. הגאון רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ
37. הגאון רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע
38. הגאון רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א גאב"ד ראשית חכמה מונטריאל
39. הגאון רבי שלמה מיללער שליט"א ראש הכולל טאראנטא
40. הגאון רבי יעקב האראוויץ ראש ישיבת בית מאיר
41. הגאון רבי גבריאל ציננער שליט"א אב"ד נטעי גבריאל
42. הגאון רבי חי יצחק טווערסקי שליט"א אדמו"ר מרחמסטריווקא
43. הגאון רבי אשר עקשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא בארא פארק
44. הגאון רבי מאיר פעלבראנד שליט"א אב"ד מבקשי השם
45. הגאון רבי אברהם שאהר שליט"א אב"ד תפארת יעקב

עס איז דא נאך פילע רבנים וגדולי ישראל וואס האבן זיך נישט געבראכען פאר די אויסטערלישע טעראר און דרוק, די נעמען וועלען בקרוב געדרוקט ווערן.

ק.פ.
יעדען האסטו פארגינען א שליט״א ווי עס דארף צו זיין חוץ הג״ר יעקב הורוויץ ר״י ב״מ אויף וואס קומט זיך אים דעם טריטמענט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טראכטכמוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אוהב ספרים האט געשריבן:און ווען א בן בלי שם שטעלט זעך אויף רעדן אנטקעגען אונזערע רבנים, ווייל עס איז איהם צו שווער די אלט-מאדישע יידישע חסידישע תורה'דיגע דרכים - האב איך גענצליך פארלוירן טראסט אין אונזער מענטשהייט

וואס פונקטליך איז די פראבלעם, אז ער איז א בן בלי שם, אז ער רעדט קעגן רבנים, אדער אז ס'איז איהם שווער די אלט-מאדישע יידישע חסידישע תורה'דיגע דרכים?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

וואלווי האט געשריבן:ר' לעיקוואוד with all due respect אלף פעמים, איר רעדט מתוך book smarts כעין פיליסאפישע רייד, צו פארשטיין וואס גייט דא פאר סייענטיפיקלי. אבער פון די טאג טעגליכע street smarts און פאר די פראקטישע every day joe איז דאס קלאר אן עון בל יכופר.

דאס איז ע"ד פשט. יעצט ע"ד רמז, די רושמי רשומות וועלען נאך אמאל זאגען, אז דוקא בו ביום פון די געפערליכע חילול ה' און מיאוס'ע בזיון התורה, איז זה לעומת זה, אפגעשטעלט געווארן די חרון אף, און די סיום הש"ס האט מכפר געווען דורך גרויסע קידוש השם און געוואלדיגע כבוד התורה.

Who knows...

ומצד סוד, וועלן נאך יודעי ח"ן אמאל זאגן, אז דווקא בו ביום פון די געפערליכע חילול ה' פון די טרייפענע משוקצדיגע מעמד סיום דף היומי רח"ל, איז געווען אזא גרויסע קידוש ה' ווען מ'האט געשינדן די הויט פונעם עוכר ישראל הר' שמואל ניימאן...


ללמדך, אז יעדער בהמה "זעט" וואס ער וויל זען, און דארט וואו דו שפירסט אז א פייגל באמאכט זיך אויף דיין קאפ - שפירט א צווייטער אז ס'רעגנט גשמי ברכה.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

"באנו בזה להודיע צערנו ברבים..."
אינטערסאנט ווי אלץ זענען די רבנים פארנומען מיט "זייער" צער. האו אבאוט דו רעדסט אביסעל פון די צער פון יענעם?
החותם בצער
גדליה
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך טראכטכמוני »

חתם סופר האט געשריבן:.

יעצט לא'מיר זעהן אויב די מויל-מאכערס דא אין שטיבל וועלן אויך אנידערלייגן די געווער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טראכטכמוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

חתם סופר האט געשריבן:.

קוקט נישט אויס אמת.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:.

מזויף
פארשפארט