בר בי רב האט געשריבן:תלמיד שירד לפני ר"א והיה מאריך יותר מדאי מקצר מדאי.
א ראיה אז נוסח ברכות שמו"ע זענען נישט געווען קבוע. אפשר מאריך מיינט מיט קרובץ, וואס איז דען מקצר? למשל, אבינו מלכנו שמע קולינו חוס ורחם עלינו, בא" שומע תפילה.
לכאורה דארף מען צו פארשטיין וואס איז געווען די דאווענען איידער די אנשי כנסת הגדולה און וואס האט זיך דעמאלס געטוישט. איך וואלט געזאגט אז יעדער יחיד האט געהאט די כח פון אנשי כנה"ג, צו רעדן אזא מין לשון צח, געבויט אויף פסוקי התורה והנבואה, און ארויס ברענגן די דאפעלטע מיין פון יעדער זאך אז די רמזים און די פשוט'ער פשט זאלען שטימען מיט די נויטן פון די מענטשהייט. (איך מיין נישט די מושגים עפ"י נסתר, וואס מ'זאגט אונז אז זיי ליגען אין די ווערטער, נאר די רמזים פון די שפראך זעלבסט). איך מיין אז יעדער וואס ווייסט אביסל פון שפראך זעט איין אז די לשונות פון תפלות אנשי כנה"ג האבען א טיפקייט וואס שפעטערע תפלות, א שטייגער ווי תפלת השל"ה אדער תפלת זכה וכדו' האבען נישט. יעדער יחיד האט אריין גענומען זיין מצב און די מצב ארום אים, לויט זיין פארשטאנד (עס איז דא מענטשן וואס טראגן די דאגות פון זיך, אנדערע פון זייער משפחה, אנדערע פון זייער ארומיגע, די קהלה, אלע אידען און די גאנצע וועלט, יעדער לויט זיין השגות), און זיי האבען אזוי אפגעלערנט און געדאווענט. פאר דעם האט מען געמוזט גוט גוט קענען נ"ך און דברי הנביאים, און מ'האט געדארפט זיין א שליט אויף די טיפערע פשטים.
אנשי כנה"ג האבען געזען אז לאו כל מוחא סביל דא, רוב מענטשן קענען דאס נישט טון, אי ווייל מ'קען נישט קיין נ"ך, אי ווייל מ'פארשטייט נישט עכט וויאזוי צו בעטן פאר אסאך זאכען אינאיינעם, אי ווייל מ'פארשטייט נישט וויאזוי צו בעטן פאר א זאך (עס איז נאריש צו בעטן דער אויבישטער פאר א פרט, ווען מ'דארף עכט די כלל, און מאכען כללים פון פרטים אן דעם צו פארפעלן איין פרט איז א ריזיגע חכמה). פאר דעם האבען זיי גענומען די פסוקי התורה און מסדר געווען א תפלה געבויט אויף דעם. זיי האבען געמאכט א רשימה פון אלע זאכען וואס מענטשן דארפן, און אויך ערלעדיגט א סדר, עפ"י פסוקים און די מענטשליכע נויט. זיי האבען פארפאסט די סיומים פון יעדער ברכה לויט די פסוקים און אריין געלייגט די עיקר ווערטער פון די בקשה.
די גענויער נוסח התפלה האט דעמאלס נאכאלס נישט אויסגעפעלט, חכמים האבען געקענט צולייגען לויט זייער קענטעניס און ידיעות אין נ"ך, אבי עס האט געשטימט מיט די עיקר כלל פון די ברכה. עס איז מעגליך אז די אנשי כנה"ג האבען געמאכט א פארטיגע נוסח, אבער דאס האט נישט צוגענומען פון יעדער יחיד'ס כח צוצולייגען כפי צחות לשונו ועומק הבנתו. דעריבער זענען די בעלי תפלה די שלוחי ציבור אפט געווען גרויסע לייט, ווייל דאס גופא איז וואס די אנשי כנה"ג האבען געוואלט.
קרוב"ץ איז גאר עפעס אנדערש, כמבואר אצלי במקו"א. עס האט נישט די לשון צח פון תפלה און נישט די מועט המחזיק את המרובה. און דאס איז באמת געווען די טענה פון דער אבן עזרא אויף די גאנצע ענין פון קרוב"ץ, אז עס דינט נישט די ציל פון דאווענען. די תירוץ איז אז קרוב"ץ איז קיינמאל נישט געווען געצילט צו זיין א 'תפלה', עס איז א קרוב"ץ, א הוספה צו תפלה. אזוי ווי א דרשה אין מיט'ן דאווענען מעורר צו זיין און מסביר צו זיין וואס מ'טוט.
איך גלויב שווער אז די אריכות איז געווען קרוב"ץ.