בלאט 7 פון 7

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:30 pm
דורך תורה ומדע
דער בוך, החסידים והישרים, איז איינס אין דער וועלט. עס באשילדערט די היסטאריע פון די גאליציאנער און הונגארישער בעלזער חסידים אין די בראשית יאהרען אין נוא יארק און אין בארא פארק. דער חוקר איז א אידישער פראפעססער פון קארנעלל יונווערסיטי וואס ווערט נתפעל פונעם מעססעדש פון דער בוך. שיין, ניין?

Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער דערמאנט טאקע נישט די נאמען פון די בוך. אז איך וועל עס זע׳ען, וועל איך בל"נ א בליק טוהן. בעלזא אין לעיקוואד האט עס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:45 pm
דורך תורה ומדע

נשלח: מוצ"ש יאנואר 19, 2019 10:22 pm
דורך הוגה

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2019 2:34 am
דורך berlbalaguleh
קידוש ה' שאין כמוהו. וואס איז אויכעט א קידוש השם אז ר' אלכסנדר ראפאפארט שליט"א (וועם איך קען נאך אלס יוגנט חבר.) רעדט א נארמאלן ענגליש. און ער רעדט צו די זאך. שלא כמו הרבה מאנ"ש וואס עקעצן און קעקעצן. און רעדן האלב אויף אידיש ווען זיי ווערן אינטערוויאוט אין די מדיא...!

נאר ער איז נישט אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג. וואו לערנען צו רעדן און שרייבן ענגליש איז חזיר טריף...!

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 2:39 pm
דורך לבי ובשרי
דענק איף אז עס איז פארהאן א ספעציעלער אשכול פאר די ענינים, ווי [tag]שמעקעדיג[/tag] איז שטארק אקטיוו דאכט זיך. אבער אז מיר געפינען דאס נישט יעצט אויפן מינוט ווען מען דאס דא אהערלייגן.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 10:00 am
דורך כלבאשבוע
Ann-Marie Barton

I’m a school bus driver in Sullivan County. I did my first Jewish camp trip today.
Three years ago I moved here and I wondered how so many people can hate our summer visitors.
I guess no matter who the group is... if you put 300,000 people in any small community, it’s going to create havoc. After three summers. I can see how people get frustrated. I’ve been frustrated too.
Then today happened and I felt the need to share this... as I’ve already said... today was my first trip.
I had a bus full of 14 year old boys from one camp and I could not have asked for a better behaved, polite and grateful group of boys. Each one thanked me as they got on my bus and again as they got off. I asked them all not to leave a mess and there was not one thing left on my bus. Not ONE thing!!
I admit I don’t much of their culture. But I read what people post about them and all their bad behavior. I guess if I came each summer to a community that makes it clear that I wasn’t welcome, I wouldn’t try too hard to be nice either.
I’m sure there are always going to be bad apples in every group.... but there were 99 VERY well behaved, polite and grateful boys on our busses today and THAT doesn’t happen by accident. My hat is off to the parents raising these boys.

https://www.facebook.com/groups/uncenso ... 352?sfns=1

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 12:15 pm
דורך berlbalaguleh
I guess one polished apple among all the unwelcoming residents...!

Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 9:27 pm
דורך החוקר
איינע פון די קאמענטארן...
The only bother I have during the summer is their road rules. It’s like they have their own driving manual that says fuck everyone else [emoji23]

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 9:40 pm
דורך [NAMELESS]
לבי ובשרי האט געשריבן:דענק איף אז עס איז פארהאן א ספעציעלער אשכול פאר די ענינים, ווי [tag]שמעקעדיג[/tag] איז שטארק אקטיוו דאכט זיך. אבער אז מיר געפינען דאס נישט יעצט אויפן מינוט ווען מען דאס דא אהערלייגן.

חזירים, ועין לעיל במה שכתבתי באשכול ר' איד איך האב אייך פיינט. ס'גייט אינאיינעם נאר אין ארץ ישראל מיט די טשאלמערס מיט א שמוץ אריבער.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 1:15 am
דורך לבי ובשרי
ווייסעך נישט צי דאס איז בגדר גוי'יאישע מידיא. אבער 'א ליכט אויף אידישקייט' מסתמא יא.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 7:09 am
דורך איסר האטלקי
קוק צוריק צוויי תגובות...

Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:32 pm
דורך החוקר
Buzzfeed
האט א שיינעם ארטיקל איבער היימישע עמעזאן סוחרים.
https://www.buzzfeednews.com/amphtml/le ... 2LdjfPLwN8

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2020 11:06 am
דורך הוגה
פרומעט גאלדבערגער שרייבט א שיינע ארטיקל אויף CNN איבער היימישע אידן, אין ליכט פון די שטעכעריי אטאקע אין מאנסי.

https://www.cnn.com/2020/01/01/opinions ... index.html

Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 2:36 pm
דורך החוקר
אן ארטיקל איבער היימישע אידען וואס ביישטייערן בלוט פאר קאראונע אנגעשטעקטע.
https://nypost.com/2020/04/23/thousands ... ronavirus/
More than half of donors to Mount Sinai hospital system’s plasma collection have been Orthodox Jews, Dr. David Reich, president and chief operating officer for the system, told The Forward.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 4:10 pm
דורך במדבר
עס ווארימט זייער דאס הארץ. און עס קימט זיך א גרויסע דאנק, פאר אלע בלוט-פלאזמא ביישטייערער, און בפרט פאר די חשוב'ע ארענזשירער ר' חיים לעבעוויטש שליט''א, קודם פארן העלפען ראטעווען מענטשליכע לעבנס.

והשנית, פארן אויפפלאמען, ''די הומעניטארישע פינק, וואס ברענט אין יעדע מענטשענס הארץ''. ביי אזויפיל אידישע קינדער. והאחרון עיקר.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2020 12:18 pm
דורך איש פשוט
חזק ואמץ אזא קידוש השם נאך אפאר וואכן פון העציגע דעקונג און די מידיע :lol:

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 4:50 am
דורך berlbalaguleh
איש פשוט: נישט אז ס'וועט עפעס העלפן. די וויסטע אנטיסעמיטן וועללן נאך ווייטער העצן. און אויפקומען מיט נייע בילבולים.

דער יונגערמאן ליפש וועלכער האט געדרייווט די קאר אין ליובאוויטשער רבי'ס קאנוואי/קאראוואן, וועלכער איז אריינגעשטופט געווארן אין די 2 שווארצע קינדער וועלכע האבן זיך געשפיעלט אויפ'ן סיידוואק, דורך א שווארצן דרייווער. האט מיט א וואך פריער געראטעוועט א שווארצע משפחה פון טויט. ווען ער איז אדורכגעגאנגען אום 6 אזייגער אינדערפריה. און ער האט געזעהן רויך ארויס קומען פון זייער אפארטמענט. איז ער ארויפגעלאפן און געקלאפט אין זייער טיר זיי אויפצוועקן...! נו. האט דאס איהם געהאלפן...?! איז איהם דער זכות בייגעשטאנען...?!

Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 9:46 am
דורך החוקר
החוקר האט געשריבן:אן ארטיקל איבער היימישע אידען וואס ביישטייערן בלוט פאר קאראונע אנגעשטעקטע.
https://nypost.com/2020/04/23/thousands ... oronavirus

משפחה האט אן ארטיקל מיט מער דעטאלן וויאזוי די גאנצע בלוט דרייוו איז צושטאנד געקומען. די אידן געבן זיך אוועק בלב ונפש ממש.

הרה"ח ר' חיים איז אראפגעשפרינגען פון א קאנפערענץ פאר קורצע פופצען מינוט זיך צו באטייליגען אין די לוי' פון זיין ברודער ל"ע. אין א פארקערטע פאל האט די ווייב פון הרה"ח ר' מרדכי אים געהייסן גיין מאכן א וויכטיגע קאנפערענץ רוף פופצען מינוט נאכן געבוירן א קינד למזל טוב שב"ק חוה"מ.

דאס האט מיר געמאכט שמייכלען.
As Chaim Lebovits likes to say of himself, “How did a chassid with lange peyos get to the point where he can reach the top expert in any medical field within half an hour? It’s because my entire education was in Yiddish, and my English is so weak. I never learned the words, ‘I can’t’ or ‘No.’ ”

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 10:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געהערט מער דעטאלן וועגן די פלאסמא סוגיא. עס איז פול מיט פארשידענע פרטים און פרטי פרטים. איינער פון די אנגעשטעקטע וואס דארף נאך היינט א גרויסע ישועה האט א שווער א וועלטס ת"ח, וואס זיצט נישט איין קיין רגע. ער האט געפארשט, מיט זיין באגרעניצטן ענגליש, ווי קען מען טרעפן עפעס אן עקספערימענטאל מעדיצין פאר זיין איידעם, און דערנאך האט ער גע'ארבעט אויף דעם. דאס הייסט, די FDA האט עס נישט אפראווט, און ער האט געוואלט קלינגן סענאטארן און זיי שטופ דערצו, נאר יעצט זענען אידען נישט אזוי באליבט אין וואשינגטאן, צוליעב די רעפארטס פון די אידישער אויפפיראכץ. דעריבער האט ער געטראפן א מענטש וואס ארבעט אין HUD אז ער דארף עס פאר די ארימעלייט פון אמעריקא, און אזוי האט ער געמאכט א בריק צווישען די סענאטארן און די עסקנים, כולל ביקור חולים דלעיקוואד, שוקי ברמן, NYU דאקטוירים ועוד.

יעדער ריר האט געדארפט קאנעקשענס און מוטשעניש, און עס איז דא מסתמא אסאך מענטשן וואס האלטן זיך די עיקר פון די גאנצע מעשה, וויבאלד יעדער האט טאקע אויסגעפעלט.

Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 7:46 pm
דורך פאליטיקאנט

Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2020 1:25 pm
דורך החוקר
א [url=montrealgazette.com/news/local-news/we-love-to-hear-you-pray-stay-strong-good-vibes-in-a-sometimes-fractious-community]שיינע ארטיקל[/url] אין די מאנטריאל גאזעט איבער די אידישע געדאווענאכטס אויף די באלקאנען אין אוטרעמאנט, מאנטריאל.

Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 2:02 am
דורך אונטער חכם
אינטערעסאנט, די רעליגיעזע גרופע אין סאוט קאריע מאכט אונז נאך, קודם האבן זיי איגנארירט סאושעל דיסטענסינג, און יעצט דאונעיטן זיי פלאסמא.
https://www.reuters.com/article/us-heal ... SKBN23U1QA