בלאט 7 פון 14

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 5:06 pm
דורך מה בכך
א געריכט אין דזשארדזשיע האט ארויסגעגעבן אן אורטייל אז די מאשינען וועלכע זענען געניצט געווארן אין די וואלן טאר נישט פארמעקט ווערן נאך וואס סידני פאועל האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו קענען איבערקוקן די מאשינען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 5:07 pm
דורך מה בכך
די ריקאונט אין וויסקאנסין וואס די טראמפ קאמפיין האט פארלאנגט און געצאלט אן אסטראנאמישע סומע פאר א ריקאונט אין צוויי גרויסע קאונטיס, איז אפציעל פארטיג, און האט צוגעלייגט 87 שטימען פאר ביידען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 7:56 pm
דורך מה בכך
לין וואד זאגט אין א טוויט אז די ריכטער האט צוריקגעצויגן פון דעם פסק.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 7:57 pm
דורך מה בכך
טראמפ קאמפיין לויער דזשענע עליס האט ארויסגעלייגט דעם פאלגענדן סטעיטמענט איבער די וויסקאנסין ריקאונט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 2:14 am
דורך מה בכך
און צום דריטן מאל!

דער ריכטער האט נארוואס צוריקגעצויגן פונעם צווייטן פסק, און ווידעראמאל פארבאטן צו פארמעקן אינפארמאציע פון די דאמיניען מאשינען.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 6:36 pm
דורך מה בכך
טראמפ קאמפיין לויער דזשענע עליס אין א טוויט נאך וואס אריזאונע האט סערטעפייד זייערע שטומען פאר די ארטיגע געווינער דזשאו ביידען.

דאס איז אין די צייט וואס א היערינג קומט יעצט פאר מיט די אריזאונע לעגיסלעיטער'ס איבער וואל פעלטשונגען.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 10:57 pm
דורך מה בכך
אין א געווינס פאר די רעפאבליקאנע פארטיי האט א ריכטער נאכגעגעבן א פארלאנג פון אן אנקלאגע אין אריזאונע צו קענען איבערקוקן א צאל מעיל-אין בעלאטן ענוועלאופס און זייערע חתימות, ווי אויך געוויסע דאפעלטע בעלאטן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 2:47 am
דורך מה בכך
פרעזידענט טראמפ אין א טוויט זאגט אז א ריכטער אין נעוואדע האט פארארדענט אן איבערזיכט אויף די עלקשן עקוויפטמענט געניצט ביי די וואלן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 9:07 am
דורך אישתישבי
די מער מען זעהט וואס קומט פאר, קען מען ארויסציען איין מסקנא: איך ווייס נאך נישט אױב דא איז געוועהן וואוטער פראוד אדער נישט, אבער די לינקע און אסאך רעכטע האבן אזוי פיינט טראמפ, אז אסאך האלטן אז עס איז כדאי צו מאכן אביסעל פראוד כדי אים צו באזייטיגן, און אפילו אויב נישט לכתחילה, עכ"פ בדיעבד האלטען א פארמאכטע אויג אויף וואס איז געוועהן.

ווען טראמפ האט געוואונען דאס ערשטע מאל, האבן זיי זיך בכלל נישט געפוילעצט, נאר געמאכט אינוועסטיגאציע אױב רוסלאנד האט געהאט א שייכות, און געהאלטן פאר זיכער אז ער האט נאר געוואונען דורך רוסלאנד, און געהאלטן אז מען דארף נאר אויפווייזן אז טראמפ האט געהאט שייכות מיט רוסלאַנד.... געענדיגט האט זיך עס מיט א גרויסע פארץ, אבער דאס מאל ווען עס זענען דא פלענטי אנצייגן אז עפעס האט דא פאסירט נישט נארמאל איז די עף.בי.איי. שטיל, און אפילו דער יוסטיץ דעפט. שטיל, פאר איין סיבה - דער שנאת הטראמפ פון אנדערע אין מאכט איז גאר גרויס.

און דאס איז אין דער פרייער אמעריקא.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:10 am
דורך קוויטעל
טראמפ זאגט, אז פארדעם מאמענט איז ער בכלל געלאפן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 3:11 pm
דורך מה בכך
די טראמפ קאמפיין האט געפיילט א פרישע אנקלאגע אין די וויסקאנסין סופרים קארט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 3:12 pm
דורך מה בכך
אטורני דזשענערעל באר: עס איז נישט דא קיין באווייזן אויף וואל פעלטשונגען גענוג צו טוישן די וואל אויסגאנג!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 3:13 pm
דורך מה בכך
מה בכך האט געשריבן:אטורני דזשענערעל באר: עס איז נישט דא קיין באווייזן אויף וואל פעלטשונגען גענוג צו טוישן די וואל אויסגאנג!

טיפיקל ער זאל ווערן ווערן געפייערט און די קומענדיגע פאר טעג... :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 3:14 pm
דורך מה בכך
טראמפ קאמפיין סטעיטמענט איבער באר'ס קאמענטארן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 3:18 pm
דורך אישתישבי

“To date, we have not seen fraud on a scale that could have affected a different outcome in the election,” Barr told the AP.


מיינט ער צו זאגן דערווייל.

ער האט שוין אויך גענוג געהאט פין טראמפ.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 8:09 pm
דורך אישתישבי
טיפיקעל פעיקנוז

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 9:09 pm
דורך yn.NY
ס'רוק'ן זיך די טעג און וואכן... למעשה האט נאך גארנישט דראסטיש פאסירט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:58 pm
דורך מה בכך
yn.NY האט געשריבן:ס'רוק'ן זיך די טעג און וואכן... למעשה האט נאך גארנישט דראסטיש פאסירט

אפילו די פארברענטע טראמפ שטיצער געבן שוין אויף...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:59 pm
דורך מה בכך
קלארשטעלונג פון די יוסטיץ דעפארטמענט איבער די פרעסע באריכטן איבער באר'ס קאמענטארן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:01 pm
דורך מה בכך
מענין לענין שלא באותן ענין
טראמפ זאגט אז ער גייט וועטאואירן א וויכטיגע ביל וואס באשטעטיגט די פאנדס פאר די דעפענס דעפארטמענט אויב עס גייט נישט אנולירן סעקשן 230 וואס געבט שיץ פאר די גרויסע סאשעל מידיא נעטווארקס אז מען זאל זיי נישט קענען קלאגן אין געריכט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:02 pm
דורך מה בכך
די פענסעלוועניע אנקלאגע איז אפציעל געפיילט געווארן צום סופרים קארט!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:31 pm
דורך מה בכך
טעד קרוז אין א בריוו בעהט פון די סופרים קארט אויסצוהערן די עמערדזשענסי אפיעל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:32 pm
דורך מה בכך
מה בכך האט געשריבן:טעד קרוז אין א בריוו בעהט פון די סופרים קארט אויסצוהערן די עמערדזשענסי אפיעל.

צווייטע חלק