בלאט 7 פון 7

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 6:07 am
דורך ליב צו וויסן
מפיל קינד האט געשריבן:
יעצט לגבי דאס זיך מכניע זיין. הגאון ר' שאול איז געווען נכנע אלע יארן און איז געווען גרייט ווייטער זיך מכניע צו זיין כאטש די טעראר פון אוועקנעמען זיין ישיבה וכו' וואס קיינער האט נאכנישט געטון אין גור אויסער יענקל אלתר.

ער האט פארלאנגט איין תנאי:

מ'זאל נישט ארויסווארפן קיין מענטשן פון גער אן זיין רשות און צוריקנעמען בערלינער! מחללי שבת ווארפט מען נישט ארויס, אפיקורסים קענען בלייבן, אבער איינער וואס רופט דעם רבי'נס שלוחים און הנהלת המוסדות צו דין תורה ער מוז פליען פון גער. דאס האט ער פארלאנגט. ער איז געזעצן זונטאג בראשית, א טאג נאך שמחת תורה תש"פ מיט זיינע ברודערס, ר' יעקב מאיר און ר' איצ'ע דוד, און מ'האט דאס באשטימט אלס הויפט תנאי. אבער ר' יענקל אלתר האט זיך נישט געקענט צושטעלן צו דעם... זיינע מחוצפים וואס דערוואגן זיך צו רופן מנהלי המוסדות צו דין תורה מוזן פליען פון דארט, און צוליב דעם האט ער זיך נישט מכניע געווען.

דאס הייסט זיך נישט מכניע זיין? צו וועמען? צו אן אפגאט וואס האלט נישט ביי גארנישט? קיין אידישקייט, קיין יראת שמים, קיין שבת, קיין תורה, גארנישט גארנישט. נאר איך און נאכאמאל איך. דאס מיינט זיך נישט מכניע זיין? ר' שאול האט נישט פארלאנגט קיין כבוד, פאזיציע, געלט גארנישט. נאר מען זאל נישט ארויסווארפן קיין מענטשן וואס זייערע דורות וועלן בלייבן הפקר. אבער גער האט געזאגט ניין. אונז ווארפן ארויס בערלינער און אלע זיינע אייניקלעך זאלן בלייבן אויפן גאס. קיין מחוצף צום עגל זאל ער נישט זיין.


גאר שטארק ארויס געברענגט!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 7:39 am
דורך שמעקעדיג
זייער אינפארמאטיוו.
סתם פאר נייגער, פארוואס טאקע האט זיך פונקט ר' שאול אזוי אנגענומען פאר בערלינער?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 9:44 am
דורך צקון לחש
שמעקעדיג האט געשריבן:זייער אינפארמאטיוו.
סתם פאר נייגער, פארוואס טאקע האט זיך פונקט ר' שאול אזוי אנגענומען פאר בערלינער?

אפשר פשוט ווייל ער האט א דעת תורה/צדקה ומשפט…

יארמער רב געטוישט זיין טיטל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 10:59 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
אין ליכט פון די הצלחה פון הגאון רבי שאול שליט"א האט זיך ר’ יאנקל מיללער געטוישט זיין טיטל פון רבי צו "ראש ישיבה"...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:22 pm
דורך טראכטכמוני
מפיל קינד האט געשריבן:ר' יענקל אריה איז א פוסטער בעל גאווה, קיין טראפ תורה קען ער נישט, ס'קומט ארויס 5 זייטן דברי תורה יעדע וואך אבער קיין 3 מינוט רעקארדירונג איז נישטא פון אים. ער איז א ע"ה וואס די וועלט האט נאכנישט געזען. א בעל מחלוקת וואס האט זיך נאכנישט געבויגן פאר קיינעם אויף דער וועלט. אנגעדרייט מחלוקת מאז היתה גור לגוי, נאך אין צייטן פון זיין טאטן כידוע. און ביז היינט ליידט מען פון זיינע זינלאזע קריגערייען וואס ענדיגן זיך נישט. יעדן טאג מיט א צווייטן. איין טאג איז עס דגל, איין טאג מאיר פרוש, נעכטן שטיינמאן, מארגן בעלזא, און היינט ר' שאול.

ער האט נישט קיין טראפ כאריזמא, קיין משהו מידות, קיין טראפ חן, קיין טראפ אמת, קיין טראפ יראת שמים. אלעס איז אני ואפסי. אויב איך קען נאר בקיאות זאל קיינער נישט קענען קיין עיון. אויב איך וויל רעכטס זאל זיך קיינער נישט דערוואגן צו זאגן אנדערש. אויב יגדיל תורה וויל נישט איבערשרייבן די ת"ת אויף מיין נאמען, וועל איך עפענען א נייע. אויב איינער וועט גיין צו מיין קאזין זאל ער פליען פון די מוסדות. קיינער זאל נישט גיין צו זיינע שמחות, מאן און ווייב זאלן זיך גט'ן, טאטעס מיט קינדער זאלן זיך רייסן, אבי קיינער זאל נישט צוטרעטן מיין כבוד.

איך מוז מוחה זיין. מ'רעדט דא למעשה פון א מנהיג פון טויזענטער משפחות חרדים לדבר ה'. אפגעזען פון וואס איך, דו, אדער סיי ווער זאל נאר האלטן פערזענליך, איז דא א פאבליק פארום, און לדעתי איז דא א בעיסיק עטיקעט וואס מ'ברויך זיך האלטן צו.

ווען דו פארציילסט ווען מעשיות שהיו, עוולות וואס זענען געטוהן געווארן וכו', מילא. אבער דא רעדט מען דאך פון גאנץ פערזענליכע אטאקעס בעיסד אויף דיין אפיניאן. פארשטייט זיך עס מאכט זיך אמאל מ'ווערט אמאל צוהיצט און ס'רינט אמאל ארויס עפעס א קרום ווארט, אבער דאס איז שוין אביסל איבערן גבול מיינעך. ויהריעויולאויכ"מ.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:50 pm
דורך מפיל קינד
שמעקעדיג האט געשריבן:זייער אינפארמאטיוו.
סתם פאר נייגער, פארוואס טאקע האט זיך פונקט ר' שאול אזוי אנגענומען פאר בערלינער?

ער איז נישט געווען דער איינציגער, הגאון ר' מענדל שאפראן (היינט ראש ישיבה גדולה פני מנחם) וואס איז ביז דעמאלטס געווען פון די רעספעקטפולע רבנים אין גער האט אויך אונטערגעשריבן צוזאמען מיט ר' שאול לטובת בערלינער.

די אנדערע גערע רבנים זענען מיטגעגאנגען מיט די טעראר מאשין און פרעמדע האבן זיך נישט געהאלטן ביים שמוציג מאכן און זיך מישן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 1:36 pm
דורך תפארת
אויב איך ווייס גוט איז ר' מענדל שאפראן שוין נישט כשר אין גור יארן לאנג (כמדומה זייט די עיון בקיאות פרשה.)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 6:35 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
טראכטכמוני האט געשריבן:איך מוז מוחה זיין. מ'רעדט דא למעשה פון א מנהיג פון טויזענטער משפחות חרדים לדבר ה'. אפגעזען פון וואס איך, דו, אדער סיי ווער זאל נאר האלטן פערזענליך, איז דא א פאבליק פארום, און לדעתי איז דא א בעיסיק עטיקעט וואס מ'ברויך זיך האלטן צו.

ווען דו פארציילסט ווען מעשיות שהיו, עוולות וואס זענען געטוהן געווארן וכו', מילא. אבער דא רעדט מען דאך פון גאנץ פערזענליכע אטאקעס בעיסד אויף דיין אפיניאן. פארשטייט זיך עס מאכט זיך אמאל מ'ווערט אמאל צוהיצט און ס'רינט אמאל ארויס עפעס א קרום ווארט, אבער דאס איז שוין אביסל איבערן גבול מיינעך. ויהריעויולאויכ"מ.


לאז געמאך, דא האקט מען אויף אלע (כמעט) רבי'ס, קיינמאל האסטו זיך נישט אנגערופן.
קענסט עס נישט לייענען, קום נישט אריין דא.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 4:44 am
דורך פאליטיקאנט
א גוטס.

Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 9:21 am
דורך טראכטכמוני
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:איך מוז מוחה זיין. מ'רעדט דא למעשה פון א מנהיג פון טויזענטער משפחות חרדים לדבר ה'. אפגעזען פון וואס איך, דו, אדער סיי ווער זאל נאר האלטן פערזענליך, איז דא א פאבליק פארום, און לדעתי איז דא א בעיסיק עטיקעט וואס מ'ברויך זיך האלטן צו.

ווען דו פארציילסט ווען מעשיות שהיו, עוולות וואס זענען געטוהן געווארן וכו', מילא. אבער דא רעדט מען דאך פון גאנץ פערזענליכע אטאקעס בעיסד אויף דיין אפיניאן. פארשטייט זיך עס מאכט זיך אמאל מ'ווערט אמאל צוהיצט און ס'רינט אמאל ארויס עפעס א קרום ווארט, אבער דאס איז שוין אביסל איבערן גבול מיינעך. ויהריעויולאויכ"מ.


לאז געמאך, דא האקט מען אויף אלע (כמעט) רבי'ס, קיינמאל האסטו זיך נישט אנגערופן.
קענסט עס נישט לייענען, קום נישט אריין דא.
טאקע נישט יעדעס מאל איך האלט אז איינער גייט איבער דאס גבול רוף איך זיך אן. דאס מאל האב איך אפגעמאכט יא זיך אנצורופען.

דא זאגט יעדער וואס ער וויל ווען ער וויל. ס'שטערט דיר מיין מחאה, קום נישט אריין דא.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 9:30 am
דורך יאסל ראקאווער
אויב גלייבט איינער באמת אז גערער רבי איז אזא גראביאן, זאל ער עס נישט זאגען? אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס? ווייל ער האט צען טויזענט חסידים? אבער די גאנצע וועלט זעעט יעצט וויאזוי ער האלט זיי, די צען טויזענט חסידים, hostage.

Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 10:02 am
דורך טראכטכמוני
'א גראביאן' - לדוגמא - איז זייער א סאביעקטיווער אויסדרוק. ס'איז נישט דא קיין DSM וואס זאל קענען דייעגנאזן וואס פונקטליך דאס באדייט, אבער ס'איז גאנץ קלאר אז מ'רעדט פון איינער וואס לא קרה ולא שנה, האלט נישט ביי גארנישט, וואס ס'גייט אים נישט אן קיין אידישקייט בכלל וכו' וכו' . פארשטייט יעדער אז ווען מ'רופט אן איינער וואס לעינים זעט ער אויס ווי אן אנגעזעענע איד אז ער איז 'א גראביאן', אז מ'רעדט נישט דא פון קיין ערענסטע טענה נאר מ'העצט.

ממילא, זיך אויסדריקן אויף איינער אז ער איז א גראביאן, אפגעזען ווער יענער איז, איז נישט קיין שיינע זאך. בסדר, צומאל זענען דא שלעכטע מענטשן וואס ס'קומט זיך זיי גערן מ'זאל נישט זיין שיין צו זיי. אבער ווען מ'רעדט פון אן אנגעזעענע רעליגעזע פיגור ביי חרד'ישע אידנווארג - וואס דאס איז א פאקט אז ער איז, צו ס'געפעלט דיך צו נישט - איז עס אן עוולה. נאכדערצו אז ער שטייט אין שפיץ פון די סאמע גרעסטע חסידות אויפן וועלט מיט אלע זייערע מוסדות, חסד ארגענעזאציעס, ישיבות, כוללים, חדרים ועוד.

פארשטייט זיך דא רעדט יעדער וואס ער וויל. ספעציעל ווען עס קומט צו קריטיקירן די ליעדערשיפ, וואס פאר טייל איז עס א חוב קדוש. אבער מ'באהאנדלט אזא פערזענליכקייט, און מ'רעדט זייער פערזענליך - אלס א רעליגיעזע פארום - פאדערט זיך די שמועס זאל זיך האלטן צו א געוויסע סטאנדארט לדעתי, דהיינו לכה"פ פאקוסן אויף זאכליכע טענות. אמאל קען פאלן אזוינע העץ-ווערטער בתוך ערענסטע שכל'דיגע קריטיק וואס מ'זאגט אויף יענעם. אקעי, ס'מאכט זיך. אבער דער קומט דא און שרייבט א גאנצע תגובה כמעט גענצליך געבויט אויף הייפערבויל און אזוינע העצע לשונות מיט גאר ווייניג ערנסטע טענות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 10:11 am
דורך נחמד
טראכטכמוני האט געשריבן:. נאכדערצו אז ער שטייט אין שפיץ פון די סאמע גרעסטע חסידות אויפן וועלט

ממש?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 6:05 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
דער ראש הישיבה שליט"א איז היינט געווען באזוכן רז"ל

לכבוד דעים האט מען ספציעל געברענגט ר׳ נפתלי בלומענפעלד פון די ישיבה ער זאל העלפן פירן דעם שמועס
ווי עס זעט אויס האט ער צוזאמען מיט ר׳ משה גבאי געמאכט א גוטן דזשאב
ווייסט איינער וויפיל ר׳ נפתלי בעט פאר אזא ארבעט?
איך קען אים אפאר מאל ניצן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 6:14 pm
דורך עזריאל רוטנברג
היסטאריע האט געשריבן:(ר' יענקעל איז מער פין זיין פאטער, און ר' שאול איז ווייניגער פין זיין טאטע, אגב אויך פין ר' דניאל).


מיט וואס איז ר' יענקעל מער פון זיין פאטער?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 12:30 am
דורך רביה''ק זי''ע
נחמד האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:. נאכדערצו אז ער שטייט אין שפיץ פון די סאמע גרעסטע חסידות אויפן וועלט

ממש?

לאקי הים אז סאטמאר האט זיך צוטיילט, ווען נישט וואלט ער געוועזן סתם א קטלא קניא, אמער, ער וואלט דאך נישט געשטאנען אין שפיץ פון די סאמע גרעסטע חסידות אויפ׳ן וועלט! זכה לו! הגם אפילו אזוי קען ער נאכאלץ זיין א גראביאן ווייל ס׳קען זיין אז ערגעץ אין ספעיס איז דא א פלאנעט וואו ס׳וואוינט אן עליען א רבי וואס האט א גרעסערע חסידות פון גור, אבער אדערווייל, ווילאנג מיר זענען נישט זיכער צו ס׳דא לייף אין ספעיס, בלייבט ער מיט׳ן חזקה דמעיקרא פון צדיק הדור. אשרינו שזכינו!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 12:32 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
עפעס שמועס מען אז די גערע רבי קומט נאכאמאל קיין אמעריקע צו מאכן א חתונה פין נאך א אייניקל...