בלאט 7 פון 12

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 11:17 am
דורך היסטאריע
געוועהן א ראש ישיבה וואס האט געהאט א שארפע מויל, און ווען א בחור האט עפעס געזאגט אין לערנען נישט ריכטיג, האט ער געזאגט דו וועסט נישט וואס דו רעדסט, רעדסט שטותים וכו'. אמאהל א בחור האט אים צוריקגעזאגט דער זעלבער פסוק, דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט דו רעדסט שטותים, האט דער ראש ישיבה געזאגט, דאס דארף איך, און אים גענומען פאר א איידעם.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 12:21 pm
דורך שמן למאור
מעשה שהיה אין א'''י
איינער האט זיך נאכגעפרעגט אויף א געוויסן בחור פאר זיין טאכטער, ער האט געפרעגט זיינעם א באקאנטן וואס האט גוט געקענט דעם בחור
היות די בחור איז געווען שוואכע מעשיות אין אלע הינזיכטן, האט דעם חבר געענטפערט גראד (אין עברית) 'הכל לא בסדר'!
נאך יענע נאכט האט ער געבראכן טעלער בשתו''מ, די חבר וואס האט געגעבן די קורצע אבער שארפע אינפערמאציע האט נישט געקענט פארשטיין וואס איז פשט, האט ער געגאנגען און געפרעגט אפען די מחותן 'למה עשית השידוך? אמרתי לך 'הכל לא בסדר',
האט די מחותן געענטפערט, 'אים זה החסרון היחיד שיש לך להגיד עליו אז זהו, הבחור בודאי 'משהו מיוחד',
'הקול לא מפריע לי'... שלא יהיה חזן...

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 12:53 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:געוועהן א ראש ישיבה וואס האט געהאט א שארפע מויל, און ווען א ביורא האט עפעס געזאגט אין לערנען נישט ריכטיג, האט ער געזאגט די וועסט נישט וואס די רעדסט, רעדסט שטותים וכו'. אמאהל א בחור האט אים צוריק געזאגט דער זעלבער פסוק, די ווייסט נישט וואס די רעדסט די רעדסט שטותים, האט דער ראש ישיבה געזאגט, דאס דארף איך, און אים גענומען פאר א איידעם.

איך וויל נישט זעהן וויאזוי א שבת (אדער יו"ט) טיש זעהט אויס ביי זיי. צווישן די פיש און די יויך הערט די רביצין פון ראש ישיבה קולות און בזיונות איינער אויף דעם צווייטן. זי קומט אריין צו לויפן. איהר מאן בארואיגט איהר...דאס איז נאר א נארמאלע שמועס אין טעירעה און פאליטיק. מענייני דיומא...ס' איז שיער געפלויגן טעלערס...!

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:24 pm
דורך נעקסט לעוועל
מי אנוכי, אריינצושטעקן מיין קאפ צווישן די קאווע שטיבל ריזן...
איין קלייניגקייט נאר, נישט ממש מהעניין, אבער דאך ווערט צו באטאנען, פון מיין אייגענע עקספיריענס.
אונז האמער געדעיט פאר א שטיק צייט, נישט עפעס מוראדיג לאנג, באט גענוג אויף צי זעהן אז יא, ס'קען שטימען, סאיז דא אויף וואס צי בויען א קשר,
בקיצור טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, אונז האמער חתונה געהאט בשטו"מ, אבנר די ערשטע דריי וואכן נאכן חתונה האבן אונז געהאט העלל, בעהיינד דע סינס איז שוין געווען די גט אנגעגרייט...און דאן האבן אונז געמאכט איין לעצטע החלטה צו ארבעטן אויף דעם נאך איין מאל.... און ב"ה היינט איז דא צווישן אונז אן אהבה שאין תלויה בדבר (...) און אלעס איז פיין און וואויל.

וואס כ'מיין ארויסצוברענגען איז אפילו מיט די גרויסע ריסק פון פארלירן די מערידש, נאכאלץ די בענעפיט פון ארבעטן און שוויצען צוזאמען אויף א מערידש איז אין לתאר
און נישט אלעמאל איז בעסער טו פאלל אין לאוו...

וסליחה מהקוראים, עטי בידי ועתי אין עמדי, יבוא הקוצרים ויפרשו
און אידיש מיין צייט איז מער טייט, אויב איינער עגריעט מיט מיר זאל עס אביסל אויסברייטערן...

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:29 pm
דורך נעקסט לעוועל
און נאך איין זאך,
איך ביניש געוואוינט צי די שארפע קאווע שטיבל רעטאריק סא פליז אויב איר דיסעגריעט, כל הכבוד, אבער פליז... לאטצמעך לעבן....

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:57 pm
דורך berlbalaguleh
נעקסט לעוול: דו דארפסט נישט מורא האבן. ס'וועט קיינער נישט קומען צו דיר אהיים אנשרייען. אדער דיך אנשייגעצן אין ביהמ"ד. א טעקסי ביז ביתר עילית קאסט זייער טייער. אבער דו האסט א גוטע נקודה. אפילו מ'מיינט אז מ'קען זיך פאר די חתונה איינער דעם צווייטן. דער אמת'ער טעסט איז נאך די חתונה ווען מ'מוז וואוינען צוזאמען. און די התנהגות פון איינעם האט קאנסעקווענצן אויפ'ן צווייטן.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 3:05 pm
דורך נעקסט לעוועל
berlbalaguleh האט געשריבן:נעקסט לעוול: דו ארפסט נישט מורא האבן. ס'וועט קיינער נישט קומען צו דיר אהיים אנשרייען. אדער דיך אנשייגעצן אין ביהמ"ד. א טעקסי ביז ביתר עילית קאסט זייער טייער. אבער דו האסט א גוטע נקודה. אפילו מ'מיינט אז מ'קען זיך פאר די חתונה איינער דעם צווייטן. דער אמת'ער טעסט איז נאך די חתונה ווען מ'מוז וואוינען צוזאמען. און די התנהגות פון איינעם האט קאנסעקווענצן אויפ'ן צווייטן.

וואס עפעס ביתר עילית?

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 3:25 pm
דורך berlbalaguleh
און ביז ירושלים אדער תל אביב איז ביליגער?! לאל.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 3:38 pm
דורך נעקסט לעוועל
berlbalaguleh האט געשריבן:און ביז ירושלים אדער תל אביב איז ביליגער?! לאל.

אינדעפענס פון ווי.... ביידעוועי מיט וואקן העסטע אנקומען שנעלער.... די טראפיק אין מיין געגענט איז אינקרעדיבל....מהאקט און מבויעט 24 א טאג....

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 11:08 pm
דורך מיין אמת
תרמב האט געשריבן:
מיין אמת האט געשריבן:די גרינגסטע וועג צו אריינברענגען יונגלעך-מיידלעך טרעפונגען, איז צו שיקען די בחורים ארבעטן ביי די 18-17 אין די אפיסעס, אין די רעשט וועט זיין היסטוריה.

אז די עלטערן וועלן שיקן די קינדער אין די אפיסעס וועט ווערן א קריזיס צו טרעפן ארבעטער'ס, ס'וועלן זיין עלטערן וואס וועלן שיקן נאר אין א אפיס ווי ס'ארבעטן בעלבעתישע מיידלעך.....

[emoji6]

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 12:53 am
דורך טמיר
יעקב מענטש האט געשריבן:איז דא איינער דא וואס האט וועריפייד מיט די קאמיוניטיס וואס פראקטיצירן די דעיטינג סיסטעם, צו ביי זיי איז נישט דא די אלע פראבלעמען אדער אומצופרידענהייט וואס הערשט דא?

מ'דארף נישט אויפנעמען קיין חוקרים וואס זאלן אונז פארקויפן טעאריעס איבער יענעם סיסטעם, זיי זענען אונזערע ליטווישע/מאדערנע שכינים וואס פראקטיצירן שוין דאס פאר גענעראציעס, און איר קענט זיי אליין פרעגן צו די סוקסעס ראטע איז איבעריג הויעך, דאס יא ווען ס'קומט צו באשולדיגן קען ער נאר זיך אליין.

די פאקט אז מיר זענען אינג און נאאיוו ביים הייראטן, האט זיך זיינע חסרונות (נארישע אופפירונג וואס גייט אפט ארויס פון קאנטראל), אבער ס'איז גאנץ מעגליך אז די בענעפיט וועגט איבער, וויפיל שווערער איז עס פאר צוויי ערוואקסענע זיך צו שמעלצען? פרעגט נאר די סעקאנד מערידזשעס.

בכלל איך מיין אז יעדער וואלט געטוישט ווייב עטליכע מאל דורכאויס דעם לעבן לויט וויאזוי ער טוישט זיך, איין טאג וואלט ער געוואלט א מער מאדערנע פרוי, און 10 יאר שפעטער וואלט ער ענדערש געוואלט האבן איינער וואס פיט אין די באקס. ס'איז זינלאז צו קלעימן אז א 18 יעריגער גייט מאכן א אינטעלעקטואלע אויסוואהל פאר לייף. (איך רעד נישט יעצט צו די עלטערן קענען יא מאכן די ריכטיגע באשלוס פאר זייער קינד, אבער זיכער נישט דער 18 יעריגער מיט א אומערוואקסענעם בליק אויפן לעבן)

זייער מסתבר לדעתי. כ'ווייס נישט פארוואס דער עולם פארשטייט עס נישט.

בקיצור, יונגע קינדער וועלן נישט קענען טון בעסער ווי פארשטענדליכע *נארמאלע* עלטערן. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר ווען זיי מיינען באמת די טובה פון זייערע קינדער (ווי רובא דרובא), און נישט זייערע אייגענע אינטערעסן.

דאס וואס טיען עידזערס דיסיידן געבעיסט אויף זייער פילינגס איז לופט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 7:29 am
דורך קהל'ס נער
אזוי, דער טין עידזשער איז גענוג עדאלט צי חייב זיין מיתה אויב איז ער מחלל שבת, אבער צו מחליט זיין פאר א שידוך איז ער נאך צי קליין.......
נאר די טאטע וואס ער גייט נישט טראגן די תוצאות פון די דיסיזשן, ער גייט מאכן די ריכטיגע אויסוואל......

נניח אז מיין טאטע מיינט יא מיין טובה, ער האלט אז פאר מיין טובה איז גוט א רעבישע שידוך, איי די מיידל זעט אויס ווי א זכר מיט א סקירט, למאי נפ"מ, די עיקר זי איז פון א רעבישע משפחה, איי זי איז געווארען עביוזד דורך אירע עלטערן, ס'נאך אלץ ווערד ווייל זי האט נישט קיין איין פעטער אדער עלטער פעטער וואס איז ג'גט.... בקיצור מיין טאטע מיינט טאקע מיין טובה, אבער געבעיסט אויף זיינע פילינגס.....

און זייער אינטערעסאנט, די מינוט וואס די קידושין איז חל, ווערט די בחור אויס טינעידזשער ער פארשטייט שוין פינקטליך וואס גייט פאר, ער באזירט שוין גארנישט אויף קיין פילינגס, ווייל ער האט שוין א שטריימל.......ווט"פ

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 9:16 am
דורך נעקסט לעוועל
קהל'ס נער האט געשריבן:אזוי, דער טין עידזשער איז גענוג עדאלט צי חייב זיין מיתה אויב איז ער מחלל שבת, אבער צו מחליט זיין פאר א שידוך איז ער נאך צי קליין.......
נאר די טאטע וואס ער גייט נישט טראגן די תוצאות פון די דיסיזשן, ער גייט מאכן די ריכטיגע אויסוואל......

נניח אז מיין טאטע מיינט יא מיין טובה, ער האלט אז פאר מיין טובה איז גוט א רעבישע שידוך, איי די מיידל זעט אויס ווי א זכר מיט א סקירט, למאי נפ"מ, די עיקר זי איז פון א רעבישע משפחה, איי זי איז געווארען עביוזד דורך אירע עלטערן, ס'נאך אלץ ווערד ווייל זי האט נישט קיין איין פעטער אדער עלטער פעטער וואס איז ג'גט.... בקיצור מיין טאטע מיינט טאקע מיין טובה, אבער געבעיסט אויף זיינע פילינגס.....

און זייער אינטערעסאנט, די מינוט וואס די קידושין איז חל, ווערט די בחור אויס טינעידזשער ער פארשטייט שוין פינקטליך וואס גייט פאר, ער באזירט שוין גארנישט אויף קיין פילינגס, ווייל ער האט שוין א שטריימל.......ווט"פ

רוב רובם זענען נארמאלע מענטשן און קוקן אויפן קינדס טובה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 10:26 am
דורך קהל'ס נער
איך רעד דאך טאקע על הצד ער מיינט מיין טובה, כמו שכתבתי:

קהל'ס נער האט געשריבן:נניח אז מיין טאטע מיינט יא מיין טובה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 9:10 pm
דורך טמיר
אויב מיינט ער דיין טובה און ער איז א נארמאלע מענטש ווייסט ער אז א רבישע שידוך איז נישט גוט פאר דיך נאר א זיסע געשמאקע מיידל מיט גוטע מידות. און ער וויל אויך אז זאלסט דיך גוט געפינען מיט די משפחה ווי דו קומסט אריין, נישט דאס איז די עיקר אבער עס איז א וויכטיגע פרט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 9:12 pm
דורך טמיר
א טיען עידזשער איז חייב מיתה ווען ער איז מחלל שבת, אבער ער קען נישט האנדלן מיט ריעל עסטעיט דאכט זיך לויט די גמרא. און מאנכע האבן שוין געמאכט א היקש פרוי צי נדלן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 9:13 pm
דורך טמיר
אפילו ער פארשטייט יא צי א פרוי, פארשטייט אבער זיין טאטע בעסער. פארשטייט זיך בדרך כלל.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 9:35 pm
דורך מיין אמת
טמיר האט געשריבן:אפילו ער פארשטייט יא צי א פרוי, פארשטייט אבער זיין טאטע בעסער. פארשטייט זיך בדרך כלל

איז דא א וועג צו מאכן א 'דיסלייק'? איינער ווייסט?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 10:11 pm
דורך קהל'ס נער
טמיר האט געשריבן:א טיען עידזשער איז חייב מיתה ווען ער איז מחלל שבת, אבער ער קען נישט האנדלן מיט ריעל עסטעיט דאכט זיך לויט די גמרא. און מאנכע האבן שוין געמאכט א היקש פרוי צי נדלן


די נעמסט ארויס זאכן פון קאנטעקסט.

פחות מבן כ' אינו מוכר בנכסי אביו, דמקרבי דעתי לגבי זוזי.

די נעמסט א חידוש פון גמ' אז א יתום קען נישט פארקויפן די קרקעות וואס ער האט גע'ירש'נט פון זיין טאטע פאר ער איז 20 יאר אלט, פארוואס ווייל כ'האב מורא אז ער וועט עס פארקויפן פאר ביליגער פון די פרייז כדי צי קענען האקען א לעיבן מיט די געלט.
פארוואס איז עס נאר ביי געלט פון זיין טאטע , פארוואס נישט אפילו ביי זיין אייגענע געלד? דאס איז אלץ מצווה לקיים דברי המת ואנן סהדי אז די טאטע וויל נישט אז די זין זאל פארקויפן די קרקע ואעפ"כ חידוש גדול הוא.

ווילסטו פון דעים פארווארפענע היכי תמצא וואס כשלעצמו איז א חידוש עצום, ארויסלערנען אז א פחות מבן כ' האט נישט קיין דעת, וואס לעומת זה האסטו חיובי מיתה, כרת, מלקות, מכות מרדות וואס ער איז שוין חייב מבן י"ג?!?!

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:46 am
דורך טמיר
מיין אמת האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:אפילו ער פארשטייט יא צי א פרוי, פארשטייט אבער זיין טאטע בעסער. פארשטייט זיך בדרך כלל
איז דא א וועג צו מאכן א 'דיסלייק'? איינער ווייסט?

וואס איז דער עולם אזוי ברוגז? ווען דו וועסט האבן א קינד פון 19 יאר וועסטו אויך האלטן אז ער פארשטייט בעסער וואס איז גוט פאר עם? וועט ער נישט פאלן פאר מעיקאפ און פארקוקן וויכטיגערע זאכן?

מסתם רעדסטו פון פילינגס, ער פילט א קאנעקשען צו איר. אבער דו ווייסט אז דעיס איז ב"ש אין די סינעריא וואס אונז רעדן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 1:54 am
דורך מיין אמת
'חברים' וואלסטו אויך געוואלט אז דיין טאטע זאל טשוזען? ווייל ער פארשטייט בעסער,
אין צווייטענס אויב ער פאלט פאר ליבע, זאל ער עס טאקע עקספיריענסן! ס'איז א חלק פון די אנטוויקלונג, האבן קראש'ס, אויפבויען, פארלירן, קאנעקשען'ס הייבן זיך אן, ס'קומט די הויכפונקט ס'ענדיגט זיך, ס'קומט אונטער נייע זאכן,
עד ''ורְאֵה חַיִּים עִם-אִשָּׁה אֲשֶׁר-אָהַבְתָּ, כֹּל יְמֵי הֶבְלֶךָ, כִּי הוּא חֶלְקְך.

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 8:17 am
דורך היסטאריע
טמיר האט געשריבן:אפילו ער פארשטייט יא צי א פרוי, פארשטייט אבער זיין טאטע בעסער. פארשטייט זיך בדרך כלל


אוודאי פארשטייט זיין טאטע בעסער, ווייל ער פארשטייט אז טאמער איז דא א מיידל פין א משפחה וואס עס פאסט אים צו האבן פאר א מחותן, דארף מען איינזייען דער זוהן מיט דער נער, אדער פארקערט דער טאכטער מיט דער טיפש, אויף א גאנץ לעבן.

לאז אפ, יעדער האט נגיעות, אנדערע נגיעות, אבער פארט נגיעות.

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 8:37 am
דורך יאסל ראקאווער
א טאטע מאמע דארף געבן coaching and guidance צו זייער קינדער אבער די decision דארף קומען פון די קינד.

אויב א טאטע איז פארקרימט און ער האלט ס'איז בעסער צו רעדן ווי ווייניגער מיט די זון\טאכטער וועגן דאס לעבן און ער זאל זיי זאגען ממש וואס ער\זי וויל. און ער טוט אזוי manipulating זיין קינד און זאגט אים פשוט איך ווייס וואס ס'איז גוט פאר דיר. אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געטון מיט אונז. דאס איז פארקרומט.