בלאט 7 פון 8

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 4:49 pm
דורך alex man
Crazy people

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:18 am
דורך טעפל
א חבדסקע, פרעג מיך אפ!

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:02 pm
דורך [NAMELESS]
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ביי די קרייזן ווי ס'געווארן נשתכח, האט מען בכלל פארגעסן די עצם זאך וואס ס'איז נשתכח געווארן אליין. ביי אונז איז גארנישט פארגעסן געווארן, און ביי אונז דארף מען נישט ערקלערן וואס מיינט נצחיות, די וועלט איז א פרוזדור, וואס מ'איז עוסק אויף די וועלט דאס איז מען עוסק אויף יענע וועלט.

אהא! ביי ענק איז גארנישט פארגעסן געווארן!

נו זיי זשע מסביר פונקטליך וואס די עיקרי חסידות זענען. מיר אלע שטייען מיט אנגעשפיצטע אויערן גרייט צו הערן וואסערע עיקרי חסידות סקווירא האט צו פארקויפן, שלא נשתכח מהם תורת הבעש"ט.

דער בעש"ט האט מסתמא געגאסן זאָלץ, געברעטשעט קֶץ, און גע'כיפער'ט תהלים שבת אינדערפרי. און פארשטייט זיך, פארברענט די מעזיבוז'ע איינוואוינער וואס האבן געהאלטן אנדערש פון אים.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:42 pm
דורך מנשה לוסטיג
יואליש האט געשריבן:אויפגעוואקסן בני יואל, מיין מקוה קארטל ווערט געטשארדזשד חודש'ליך אין א סאטמארע שול ווי מ'טראגט נישט מיטן עירוב, כ'נוץ התאחדות ציקער, מיינע טעכטער דאווענען פאר די רעבעצין'ס געזונט, מיין בחור זאגט 'קוק ימ"ש' מיט שטאלץ, און מיין פרוי איז אויפגעקלערט און הערט "חזק" אנשטאט קול מבשר.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:54 pm
דורך [NAMELESS]
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ביי די קרייזן ווי ס'געווארן נשתכח, האט מען בכלל פארגעסן די עצם זאך וואס ס'איז נשתכח געווארן אליין. ביי אונז איז גארנישט פארגעסן געווארן, און ביי אונז דארף מען נישט ערקלערן וואס מיינט נצחיות, די וועלט איז א פרוזדור, וואס מ'איז עוסק אויף די וועלט דאס איז מען עוסק אויף יענע וועלט.

אויף יענער וועלט גייסטו אויך ממשיך זיין צו שרייבען און קאווע שטיבל?

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:57 pm
דורך [NAMELESS]
שמואל הלוי האט געשריבן:אין סקווירא איז דער פארברענטער נישט קיין חסיד

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:57 pm
דורך יאיר
איך בין א חסיד פון באשעפער (קרעדיט: ר' דוד דין ז"ל).

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 8:01 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:איך בין א חסיד פון באשעפער (קרעדיט: ר' דוד דין ז"ל).

דער באשעפער אליין איז א חסיד פון זיינע חסידים

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 8:20 pm
דורך שבת אחים
און איך בין א געוועזענער חסיד , און איך זעה נישט דערינען קיין שום תוכן און קיין שום ניצען פאר מיר נאכצולויפן בליענדערהייט א רעבּע און קלאַטשען אויפן פּאַרענטשע יעדן דינסטיג און דאנערשטיג ווען ער מאכט א ברית פאר זיין איר אייניקל אדער זיך קלאפּן אויפן בויך אין מקוה ווען זיין רבי׳ס פּארטיי האט געוואונען אין קאורט... אלע היינטיגע חסידות׳ן זענען אין מיינע אויגן א קולט אנגעפירט דורך א פּרייוועט ענטעטי און אפאר משפחות בנשקלעך לעבן א שוויואל טאג אויפן חשבון פון די נאַיווע אומוויסענדע געמיינדע

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 8:43 pm
דורך הוגה
יאיר האט געשריבן:איך בין א חסיד פון באשעפער (קרעדיט: ר' דוד דין ז"ל).

איך בין א חסיד פון מיר אליין (קרעדיט הוגה שליט"א).

איך גיב מיר שיינע פדיונות און געשמאקע כיבודים. איך שמועס דורך מיט מיר אלע אידישקייט ענינים, און איך פרעג מיר אליין וועלכע נעמען צו געבן מיינע קינדער. איך גיי אין מקוה א יעדע טאג ביי מיר.

Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 8:44 pm
דורך [NAMELESS]
כנראה

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 8:47 pm
דורך מנשה לוסטיג
שבת אחים האט געשריבן:און איך בין א געוועזענער חסיד , און איך זעה נישט דערינען קיין שום תוכן און קיין שום ניצען פאר מיר נאכצולויפן בליענדערהייט א רעבּע און קלאַטשען אויפן פּאַרענטשע יעדן דינסטיג און דאנערשטיג ווען ער מאכט א ברית פאר זיין איר אייניקל אדער זיך קלאפּן אויפן בויך אין מקוה ווען זיין רבי׳ס פּארטיי האט געוואונען אין קאורט... אלע היינטיגע חסידות׳ן זענען אין מיינע אויגן א קולט אנגעפירט דורך א פּרייוועט ענטעטי און אפאר משפחות בנשקלעך לעבן א שוויואל טאג אויפן חשבון פון די נאַיווע אומוויסענדע געמיינדע

נישט געזען, איז נישט געזען, איז ווער ס'זעט יא, איז יא.
אז דו ביסט היינט כאטש העפי, כל הכבוד, איך בין אויפגעוואקסן מיט חסידות, און אין מיינע אלע מצבים ביז היינט האב איך 'נאר' געהאט גוטע ניצן פון דאס וואס איך גלייב, און טאמער איינער נישט, זאל ער טאקע וואס שנעלער טוישן שטייגער

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 8:47 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:און איך בין א געוועזענער חסיד , און איך זעה נישט דערינען קיין שום תוכן און קיין שום ניצען פאר מיר נאכצולויפן בליענדערהייט א רעבּע און קלאַטשען אויפן פּאַרענטשע יעדן דינסטיג און דאנערשטיג ווען ער מאכט א ברית פאר זיין איר אייניקל אדער זיך קלאפּן אויפן בויך אין מקוה ווען זיין רבי׳ס פּארטיי האט געוואונען אין קאורט... אלע היינטיגע חסידות׳ן זענען אין מיינע אויגן א קולט אנגעפירט דורך א פּרייוועט ענטעטי און אפאר משפחות בנשקלעך לעבן א שוויואל טאג אויפן חשבון פון די נאַיווע אומוויסענדע געמיינדע

נישא אמת, סאיז דא אסאך נארמאלע רבנים וואס רייטן נישט אויפן עולם, העלפען זייערע מענטשן מיט עצות חיזוק און געלט בעת הצורך, און זיי פארקויפן נישט אז זיי זענען איינס נאך גאט.
אמאל כאפט א מענטש אז ער איז טיף פארזינקען ביי א גרויליגער רבי/חסידות וואס פרעסט זיין געלט און געזונט, גייט ער דערנאך ארויס קעגן אלע רבנים, דאס איז נישט אמת און נישט יושר יושר....

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 11:02 pm
דורך שבת אחים
עזריאל האט געשריבן:

למשל ווער ??? אז דו זאגסט א סטעיטמענט בעיק עס אופ און זאגזשע זיי מוחל ווער , דו רעדסט דאך גוטס עס איז נישט קיין חשש פון לשה״ר, און אז דיינע רבנים זענען טאקע אזוי גיט וואלט דאך דאס געוועהן א ריזיגע תועלת רבים וואס דו וואלסט געקענט מזכה זיין די קאווע שטיבל אנטי סיסטעם מענטעלעטיסטן,
איז אהער מיט נעמען , איך ווארט מיט געדולד און איך האב שוין מיין פעדער רעדי ....

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 11:12 pm
דורך שמעון וואלף
איך וויל פארשטיין וואס ווערט פאררעכענט אלץ געהערן צו א חסידות. איך בין אויסגעשטעלט ווי פאלגענד (נעמען געטוישט משום גילוי):

מיין זיידע פלעגט פארן קיין ראצפערט און געלערענט אין סעקעלהיד
מיין טאטע האט געלערענט אין צעהלים, מיין מאמע אין בית יעקב און איך האב געלערענט אין באבוב. אינדערוואכן דאווען איך אין סאטמאר, שבת אין וויזניץ און ימים נוראים אין סקולען. ווען גורע רבי איז דא צו גאסט גיי איך אהין פאר א מנחה און ווען סקווירא רבי קומט גיי איך צום טיש. איך פארקויף די חמץ אין טארטיקוב און סידור קידושין גיב איך פאר מאשלוי. שלח מנות טראג איך קיין לאשאנץ און מתנות לאביונים פאר מעזשביז. פאר א שמחה גיי איך מיט א קוויטל קיין ראכמיסטריווקא און בעת צרה קיין מונקאטש. מיינע יונגלעך שיק איך קיין פאפא, מיינע מיידלעך קיין בעלז און מיינע בחורים אין אלכסנדר.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 11:33 pm
דורך שבת אחים
איך ווייס נישט וואס דו ביסט יא אבער קיין קלויזענבורגער ביסטו זיכער נישט לויט דיין פריערדיגע תגובה :)

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 5:53 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:איך וויל פארשטיין וואס ווערט פאררעכענט אלץ געהערן צו א חסידות. איך בין אויסגעשטעלט ווי פאלגענד...

...און בעת צרה קיין מונקאטש.

לכאורה איז דאס די תירוץ. :)

Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 6:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין א Democrat

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 9:54 am
דורך ציבעלע-קיגל
שמעון וואלף האט געשריבן:איך וויל פארשטיין וואס ווערט פאררעכענט אלץ געהערן צו א חסידות. איך בין אויסגעשטעלט ווי פאלגענד (נעמען געטוישט משום גילוי):

מיין זיידע פלעגט פארן קיין ראצפערט און געלערענט אין סעקעלהיד
מיין טאטע האט געלערענט אין צעהלים, מיין מאמע אין בית יעקב און איך האב געלערענט אין באבוב. אינדערוואכן דאווען איך אין סאטמאר, שבת אין וויזניץ און ימים נוראים אין סקולען. ווען גורע רבי איז דא צו גאסט גיי איך אהין פאר א מנחה און ווען סקווירא רבי קומט גיי איך צום טיש. איך פארקויף די חמץ אין טארטיקוב און סידור קידושין גיב איך פאר מאשלוי. שלח מנות טראג איך קיין לאשאנץ און מתנות לאביונים פאר מעזשביז. פאר א שמחה גיי איך מיט א קוויטל קיין ראכמיסטריווקא און בעת צרה קיין מונקאטש. מיינע יונגלעך שיק איך קיין פאפא, מיינע מיידלעך קיין בעלז און מיינע בחורים אין אלכסנדר.

און פרק וועמען גיבסטו דער פדוין?

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 10:15 am
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו ביסט יא אבער קיין קלויזענבורגער ביסטו זיכער נישט לויט דיין פריערדיגע תגובה :)

אאפס, כ'האב פארגעסן. שמחת תורה כאפ איך עפלעך אין קלויזענבורג

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 10:21 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]שמעון וואלף[/tag] :lol: זאגסט האניג זיס.
איך וואלט געזאגט ביסט א מעזשביזער. דארט ווי מ'ציהט ארויס געלט פון דיר, דארט איז די עיקר.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 3:52 pm
דורך געוואלדיג
יאיר האט געשריבן:איך בין א חסיד פון באשעפער (קרעדיט: ר' דוד דין ז"ל).

הרעבע אמר איזה אייבעשטער, מה זה אייבערשטער?

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 2:05 am
דורך שמעקעדיג
שמעון וואלף האט געשריבן:שלח מנות טראג איך קיין לאשאנץ

נראה לי כי זה העיקר. וכן נוהגין.