בלאט 7 פון 9
נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 6:08 pm
דורך Billy
אין די מיידל, פיין און איידל = ער געפינט ביים מיידל חן = און זיין ווייבל, ווי א טייוועל = האט ר׳ עקיבא, זיין פרוי דער ליבער.
די ווארט איז טייבעל (קליינע טויב) נישט טייוועל (devil).
והשם הטוב יכפר. והוא רחום וכו וכו....
נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 6:09 pm
דורך קהל'ס נער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קום צוריק ווייל השקט לא אוכל.
עס הערשט א פראבלעם אין די היימישע ציבור, לויט ווי מ'גיבט איבער, און מ'זוכט א לעזונג.
נו נו, וויאזוי מאכט מען א טויש ביים ציבור? בפרט אויף א נושא וואס מ'רעדט נישט ברבים?
אז איינער וויל טאקע מצליח זיין, מוז ער גיין צו די וואס קענן העלפן. די חתן טיטשערס, די כלה טיטשערס, און די מחנכים. די וואס קענן וויסן דער אמת, נאר ביזדערווייל זענען זיי נאך צומישט אין די נושא, און זיי קען מען איבעררעדן.
ויאמר ויעמוד רוח סערה, הרוצה בעילום שמו, און ער האט פארפאסט א הערליכע חיבור אויף די נושא, די ערשטע חיבור אויף די נושא אויף דזשארגאן. הייסטן הייסט'ס מה טובו אהליך יעקב, מ'קען עס קויפן אין פארשידענע געשעפטן און אויף
עמעזאן. עס איז שוין אויף די מארק א פאר יאר, און עס פארקויפט זיך זייער שיין. א גאנצע דור פון חתן טיטשערס האט עס שוין דורכגעליינט, און צוביסלעך איז דא צו האפן אז עס וועט ברענגן א טויש צו כלל ישראל. אלס איינער אין די ספרים ביזנעס קען איך ענק זאגן אז די ספר האט זיך פארקויפט אין מערערער קאפיס ווי רוב ספרים היינט צו טאגס. מער ווי 5000 זענען שוין פארקויפט געווארן איבער די וועלט. און געדענק דאס איז אויף אידיש, א שפראך וואס האט ווייניג לעזערס (אידיש רעדנערס קענן ליינן לשוה"ק פיל מער ווי לשוה"ק רעדנערס קענן אידיש, ופשוט). אז א טויש וועט ווערן אין די סאסייעטי וואס דארף עס, וועט עס קומן פון אזא סארט ארבעט, גרונטליך, פאמעלאך, שטיל, בעילום שם, אן גרויסע טאראראםס און בליטות.
פארפאסן א ניגון וועט לכאורה גארנישט ברענגן צו לעזן די פראבלעם. אלזא, עס האט גארנישט פאסירט און די ישועה וועט נישט קומן פון יענער ריכטונג. ובפרט אז עס זעט אויס אז דער פארפאסער פון די ניגון ווייסט אליינס נישט קיין סאך וואס ער רעדט.
קען איינער רעיטען די ספר/בוך בירכתי ביתיך?
נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 7:06 pm
דורך נחום הסופר

מה טובו איז זייער א גוט ספר, ס'עפענט דעם טיר פאר נייע מושגים (פון וואס מ'האט אמאל נישט גערעדט, מעלים עין געווען, באהאלטן)
א ברכה פארן דור
[אגב, ס'דא א בריוו פון התאחדות הרבנים (פנימי בריוו פאר מדריכי חתנים) קעגן דעם ספר מה טובו אהליך, אויך קעגן א אנדערע ספר א נייע לעבן]
נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 7:08 pm
דורך נחום הסופר
.
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 7:26 pm
דורך פרנס החודש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קום צוריק ווייל השקט לא אוכל.
עס הערשט א פראבלעם אין די היימישע ציבור, לויט ווי מ'גיבט איבער, און מ'זוכט א לעזונג.
נו נו, וויאזוי מאכט מען א טויש ביים ציבור? בפרט אויף א נושא וואס מ'רעדט נישט ברבים?
אז איינער וויל טאקע מצליח זיין, מוז ער גיין צו די וואס קענן העלפן. די חתן טיטשערס, די כלה טיטשערס, און די מחנכים. די וואס קענן וויסן דער אמת, נאר ביזדערווייל זענען זיי נאך צומישט אין די נושא, און זיי קען מען איבעררעדן.
ויאמר ויעמוד רוח סערה, הרוצה בעילום שמו, און ער האט פארפאסט א הערליכע חיבור אויף די נושא, די ערשטע חיבור אויף די נושא אויף דזשארגאן. הייסטן הייסט'ס מה טובו אהליך יעקב, מ'קען עס קויפן אין פארשידענע געשעפטן און אויף
עמעזאן. עס איז שוין אויף די מארק א פאר יאר, און עס פארקויפט זיך זייער שיין. א גאנצע דור פון חתן טיטשערס האט עס שוין דורכגעליינט, און צוביסלעך איז דא צו האפן אז עס וועט ברענגן א טויש צו כלל ישראל. אלס איינער אין די ספרים ביזנעס קען איך ענק זאגן אז די ספר האט זיך פארקויפט אין מערערער קאפיס ווי רוב ספרים היינט צו טאגס. מער ווי 5000 זענען שוין פארקויפט געווארן איבער די וועלט. און געדענק דאס איז אויף אידיש, א שפראך וואס האט ווייניג לעזערס (אידיש רעדנערס קענן ליינן לשוה"ק פיל מער ווי לשוה"ק רעדנערס קענן אידיש, ופשוט). אז א טויש וועט ווערן אין די סאסייעטי וואס דארף עס, וועט עס קומן פון אזא סארט ארבעט, גרונטליך, פאמעלאך, שטיל, בעילום שם, אן גרויסע טאראראםס און בליטות.
פארפאסן א ניגון וועט לכאורה גארנישט ברענגן צו לעזן די פראבלעם. אלזא, עס האט גארנישט פאסירט און די ישועה וועט נישט קומן פון יענער ריכטונג. ובפרט אז עס זעט אויס אז דער פארפאסער פון די ניגון ווייסט אליינס נישט קיין סאך וואס ער רעדט.
איך מיין אז יעדער בר דעת פארשטייט דאס א טויש געשעהט נאר דורך דעת הקהל, און פובליסיטי איז די וועג צו טוישן זאכן (ע״ע יאסי געשטעטנער ווס אלטגעזעצענע עסקנים) און מיטן זאגן אז מען זאל גיין צו די עסטעבלישמענט מיינסטו גאנץ זיכער עס צו לייגן under the carpet.
און אז מ׳רעדט שוין וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן וואס איז דיין מיינונג לגבי מיין ענטפער צו דיין שטעלע אינעם אשכול ״יודע את ריבונו ומתכון למרוד בו?״
נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 7:37 pm
דורך קורקלענד
קהל'ס נער האט געשריבן:
קען איינער רעיטען די ספר/בוך בירכתי ביתיך?
ס'דא צו באַקומען?
נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 7:57 pm
דורך קהל'ס נער
קורקלענד האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:
קען איינער רעיטען די ספר/בוך בירכתי ביתיך?
ס'דא צו באַקומען?
שקאנאנונג.
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס גייט קרעיזי פאר די ספר ער זאגט מיך אז ס'איז א Must read, די פראבלעים מיט יענעם איז אז ער איז זייער סיסטעם-געשטימט מילא וויל איך הערן וואס די עולם האט צי זאגן דערויף.
נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 10:29 pm
דורך לאמיר זאגן
ס'איז זייער א גוטער ספר, בפרט פאר מתחילים. ער גייט היבש צווישן די טראפן, עס איז נישט רעוואלוציאנעריש געשריבן, אבער דאך עפנט גאר א סך טירן אין דעם ענין.
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
נשלח: זונטאג מאי 29, 2022 1:26 am
דורך מיין אמת
קען איינער צילייגען א לינק
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 1:25 am
דורך דוד שריפטליך
איך האב זייער הנאה פון די ניגון איך ווייס א אינגערמאן וואס איז געווען געצווינגן צו געבן א גט ווייל ער האט געזאגט די ווארט ליב
נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 1:40 am
דורך דוד שריפטליך
berlbalaguleh האט געשריבן:ברוינשטיין האט געשריבן:אַרטיסט! Wow.
אויב איינער שלאגן כפרות מיטן סיסטעם איז דאס נישט קיין צווייטער ווי אונזער מענדל ראטה, דער מיז עס מיינען גאר אמת'דיג.
ברוינשטיין: די ליריקס זענען זייער הארציג און אמת'דיג. נאר די נקודת התחלה איז א זאך וואס מיט בלויז 20 יאר צוריק וואלט מען זיך נישט געקענט פארשטעללן. א יונגערמאן מיט לאנגע פיאות און דעם גאנצן חסידי'שן תלבושת. אריינגערעכנט דעם פארדרייטן מנהג פון די לעצטע עטליכע יאר, צו אנטון העמדער געקנעפלט פון רעכטס אויף לינקס (כדרך הנשים) וועט זינגען א שיר מיט די ווערטער...! אמאל, אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האט א בחור אדער יונגערמאן מיט דעם חסידישן געשטעל געוואוסט אז ער האט געוויסע באגרעניצונגען אין וואס ער מעג יא זאגן אדער זינגען. היינט מיינט דער חסידישער געשטעל אבסאלוט גארנישט.
דאס איז דאך סתם נער'יש פארצוהאלטן איינער מיט די חסידישע לבוש בלויז ווייל ער וויל ארויסגיין פון זיין קאמפארט זאון.
איך בין דעם פארגאנגענעם יו"ט געווען אין א פלאץ וואו ס'זענען געווען א סאך חסיד'ישע יונגעלייט. איינס פון די פארשידענע ענטערטעינמענט פראגראמס איז געווען א ..."מעדזשיק שאו"...זענען געקומען א סאך חסיד'ישע יונגעלייט מיט די 4 שטאקיגע שטריימלעך, וועלכע זענען שוין לאנג איבערגעשטיגן די גערער ספאדיקס, און די ווייסע זאקן צו קוקן א נארישע שוי. וועלכע איז בכלל נישט געמיינט פאר ערנסטע, דערוואקסענע מענטשן...! מיט א דור צוריק וואלט א חסיד'ישער יונגערמאן זיך געשעמט אריינצוגיין אין אזא פלאטץ...!
נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 2:36 am
דורך berlbalaguleh
דוד שריפטליך: סאו. וואס איז דיין מיינונג איבער מיין תגובה. אויב ביסטו מסכים מיט מיר, גיב א לייק. (ביטע). אויב נישט לאמיר הערן פארוואס. ברענגען א קוואוט אן א קאמענט איז דאך גארנישט מוסיף. וואס איך האב גזאגט ווייסט דאך א יעדער (פון פריער)...אדרבה. לאמיר הערן
ענטפער
נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 11:34 pm
דורך דוד שריפטליך
הייליגע בעל עגלה איך ווייס נישט וואס דיין תגובה איז איך זעה דיר בלויז ציטירן פון א אנדערע user און אז דו ליינסט שוין מיין postאלס שריפטשטעלער זעסטו מן הסתם אז אז בין דערווייל בלויז א גאסט אין שטיבל איך האב דיר זייער אסאך צו זאגן די עיקר איז א מעשה שהיה וואס איך האב מיטגעהאלטן א גט פון א נאנטן וכו וכ'ו וכ'ו.......... און איך האלט אז די סיבה איז א פונדעמענטאלע פון גרונד און אנשטאט פרובירן צו פאריכטן די פראבלעם איז מען פארנומען מיט אלע שטותיים והבלים אנגעהויבן מיט אינטערנעט סושי ומניח בקדושה טאנץ וכו וכ'ו וכ'ו...........
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 12:55 am
דורך דוד שריפטליך
למעשה האלט איך אז מענדל ראטה האט גוט געטוען מיטן ארויסגעבן די ניגון אדרבה פון דעם וואס מען זעט אז מאנכע רעגן זיך אויף דעם זעט מען אז דאס איז א גוטע זאך
איז איראניש צו זעען יעצט ווען מען שטייט פאר קבלת התורה וואס יעדער יודע ספר און נאך דערצו ווער עס לערנט חסידישע ספרים וויייסט פון דער רמב"ן וואס צדיקים האבן זיך אויסגעדריקט אז די פאפיר האט געברענט ווען דער הייליגע רמב"ן האט דאס געשריבן דער רמב"ן גלייכט צו די מעמד קבלת התורה פון א חשוק און א נחשק וכ'ו וכ'ו. און פארשטייט זיך אז די גאנצע שיר השירים איז געשריבן אויף דעם אופן...... איז אכשר דרא לויט די היינטיגע מחנכים למיניהם קען מען אפילו די משל נישט פארשטיין. ווייל לדעתם איז עס צו גראפיש..........
אזוי זעט מען אויס............
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 1:03 am
דורך דוד שריפטליך
הלוואי ווען איך האב ווען מער צייט צו ווידמען פאר דעם קען זיין אז עס נישט דא די בעסטע פלאץ
אין די ספעציפישע אשכול מעגליך אז איך וועל דאס ברויכן באשרייבן מער און ראם פון א עדיטאריעל וואס וועט לויפן און אזא מגאזין ווי צום ביישפיל דער וועקער ........
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 3:12 am
דורך טאמבל סאס
טראלל אלערט
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 3:19 am
דורך דוד שריפטליך
טאמבל סאס האט געשריבן:טראלל אלערט
זיי מסביר
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 10:42 am
דורך טאמבל סאס
ביסט א טראלל און פארטיג. נישטא וואס מסביר צו זיין.
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 12:48 am
דורך דוד שריפטליך
טאמבל סאס האט געשריבן:ביסט א טראלל און פארטיג. נישטא וואס מסביר צו זיין.
וואס מיינט א טראל?
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 3:38 am
דורך ברוינשטיין
דוד שריפטליך האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:ביסט א טראלל און פארטיג. נישטא וואס מסביר צו זיין.
וואס מיינט א טראל?
דאָס
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 1:37 am
דורך דוד שריפטליך
דוד שריפטליך האט געשריבן:למעשה האלט איך אז מענדל ראטה האט גוט געטוען מיטן ארויסגעבן די ניגון אדרבה פון דעם וואס מען זעט אז מאנכע רעגן זיך אויף דעם זעט מען אז דאס איז א גוטע זאך
איז איראניש צו זעען יעצט ווען מען שטייט פאר קבלת התורה וואס יעדער יודע ספר און נאך דערצו ווער עס לערנט חסידישע ספרים וויייסט פון דער רמב"ן וואס צדיקים האבן זיך אויסגעדריקט אז די פאפיר האט געברענט ווען דער הייליגע רמב"ן האט דאס געשריבן דער רמב"ן גלייכט צו די מעמד קבלת התורה פון א חשוק און א נחשק וכ'ו וכ'ו. און פארשטייט זיך אז די גאנצע שיר השירים איז געשריבן אויף דעם אופן...... איז אכשר דרא לויט די היינטיגע מחנכים למיניהם קען מען אפילו די משל נישט פארשטיין. ווייל לדעתם איז עס צו גראפיש..........
אזוי זעט מען אויס............
און אידיש איז דא אויסדרוק אז די הונט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 1:39 am
דורך דוד שריפטליך
די נאמען פון די אשכול איז איך וויל ליב האבן א מיידל. מענדל רעדט איך וויל ליב האבן א מיידעלע
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 2:51 am
דורך דוד שריפטליך
מענדל ברענגט ארויס זייער א גוטע פוינט אין איינע פון זיינע ווידיאס אז בזמן חז"ל איז לכתחילה צוגעגאנגן א שידוך אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די היילגע גמרא אין מסכת תענית ביים סוף אז עס איז נישט געווען נאך אזא גרויסע יום טוב ווי חמשה עשר באב און יום הכיפורים וואס דעמאלט זענען זיך צוזאמגעקומען די אידישע טעכטער אין די וויינגערטנער און אלע זענען געקומען מיט שיינע געבארגטע קליידער און זענען געטאנצן און יעדער האט געזונגען א אנדערע ניגון בחור קוק וואס דו וועלס דיך .....
די שיינע מיידלעך האבן געזאגט נעמט אונז ווייל א פרוי איז בלויז פאר שיינקייט און די נישט שיינע
האבן נעמט אונז לשם שמים אבער ענק זאלן אונז געבן אסאך געלט ביז דא איז די גמרא ממילא וויל מענדל ארויסברענגן אז מען ברויך צוריק גיין צום אמאליגן מהלך סטאפן מיט די שידוכים שדכנים ב. ש.