הקטן האט געשריבן:
די וועג ווי אזוי שמן שרייבט אויף מיר, און מיט די האס וואס ער געט ארויס, קוקט מיר שטארק אויס דאס ער ראנגעלט זיך מיט זיינע שיטות און מוז דאס דיפענדן פאר יעדע פרייז - קען זיין איך בין זיך טועה.
אויב רעד איך טאקע נארישקייטן, און נאר דו און דיינס גלייכן האבן א האלד אינטעלעקט, גלייבסטו נישט דאס א יעדער ליינער וועט דאס אליין באמערקן??
פארוואס מיינסטו אז דו דארפסט מיך אינטערזאגן? און פארוואס איז דאס פאר דיר וויכטיג?
אין יעדן פאל, מיין קלייענטעל זענען די וואס האבן נישט מורא צו טראכטן אליין
איינע פון די גאר חשובע ניקים דא אין שטיבל, וואס ווערט גאר שטארק נערוועז פון הקטן'ס טראלן (פונקט ווי יעדער אנדערש וואס האט נאר סיי וועלכע פארקער מיט אים) האט מיר געשיקט אין אישי אן אנטווארט אפצוענטפערן דעם קטן. עס איך גאנץ מעגליך אז דער עולם וועט כאפן ווער דאס איז פון זיין מהלך הכתיבה, אבער ער האט מיר קלאר געשריבן אז עס גייט אים נישט אן. זעט אויס אז ער וויל ווייזן פאר דעם הקטן וואס אינטעלעקטן האלטן אויף אים... ווי ער אליין שרייבט אין זיין תגובה דא... אז די ליינער וועלן באמערקן 'אויב' שרייבט ער נארישקייטן. (פארשטייט זיך חוץ פון זיין -נישט געשטויגענעם, אזוי גערופענע "קלייענטעל"
)
נאר פאר איך שטעל ארויף וואס יענער שרייבט וויל איך פשוט אויסקלארן עפעס. מיין אזוי גערופענעם 'האס' וואס איך האב קעגן הקטן איז "אויסדריקליך נישט" וועגן איך פיל מיך עפעס באדראעט פון אים ווייל ער האט עפעס וואס צו פארקויפן. פארקערט גאר, אינפארמאציע באדראעט מיר נישט, אדרבה, איך האב אלעמאל ליב צו הערן א צווייטע צד און דורכטון זאכן פון אלע צדדים. די סיבה פארוואס איך -און סיי ווער עס פירט נאר א געשפרעך מיט הקטן ווערט אזוי נערוועז איז, ווייל דאס איז זיין פאך... טריי עס נאר אויס וועסטו זען.
הקטן שרייבט אז איך ראנגל זיך מיט מיינע שיטות... עם... איך ווייס נישט אויב ראנגלען איז די גוטע ווארט, אבער 'שיטות' איז זיכער נישט די גוטע ווארט. איך בין בכלל נישט קיין סטראנג מיינדעד פריק ווי ער, איך האב נישט קיין שטארקע שיטות. מיינע מיינונגען האבן זיך שוין געטוישט גענוג און נאך מאל נאכן באקומען פרישע אינפארמאציע, און טאקע דערפאר בין איך אפן צו הערן פון 'יעדער' וואס קומט נאר מיט א פרישע סברה און איך בין גרייט צו טוישן מיין מיינונג אויפן מינוט, 'מיטן תנאי' אז עס איז אריינגעקומען עפעס א שטארקע סברא וואס זאל טאקע טראגן די שכל'דיגע געוויכט צו טוישן א מיינונג.
(נישט ווי ער שרייבט אז מען קען 'אויסוועלן' וואס צו גלייבן, כאילו מען קען וועלן צו גלייבן איינער וואס רעדט אויפגעוויזענע נארישקייטן איבער איינער וואס ברענגט פאקטישע שכל'דיגע באווייזן... אינטערסאנט ווי זיין תגובה באציט זיך אויפן ווידיאו, וואס ווער עס געבט נאר א בליק פאר א האלבע סעקונדע זעט אז אפילו א שטארקע טיפש קען נישט אויסוועלן מיטצושטיין מיט דער יונגע ערד קריעשעניסט. אבער אפשר איז הקטן'ס שכל שוואכער ווי א שטארקע טיפש)
און וועגן דעם טוט עס וויי ווען ער שרייבט עפעס, אבער מען קען נישט פארשטיין וואס ער זאגט. אפשר טאקע פאר איינער וואס קומט נאר ליפערן זיין שוין פון פריער פראגראמירטע מסקנות, און נעמט בכלל נישט אין באטראכט אז ער קען מעגליך לעבן אין א טעות, אפשר אזא איינער איז אים נישט וויכטיג צו פירן א נארמאלן שמועס און פראבירן צו פארשטיין וואס יענער זאגט און צו דער זעלבע צייט פראבירן אז יענער זאל פארשטיין וואס ער זאגט.
איך מאך אים נישט אינגאנצן אוועק אלס איינער וואס ווייסט גארנישט, ווען ער שרייבט אבי לופט וואלט מען אים געקענט גענצליך איגנארירן. די חורבן איז אז 'עפעס' זאגט ער... און ווען מען טרייט צו זיין אויפריכטיג און פארשטיין וואס ער מיינט, קען ער אמאל סתם שיסן א מראה מקום און דיר לאזן הענגען א שטייגער ווי
דא
דאס איז בנוסף צו זיינע 'פוילע ספעלינג טעותים' וואס מאכט יעדעם נערוועז. און איך שרייב דווקא 'פוילע טעותים' ווייל יעדער קען אמאל מאכן א טעות, העק איך מאך אויך פון צייט צו צייט טעותים. אבער אז מען קוקט אויף א תגובה זיינע, זעהט מען אז די טעותים זענען פשוט מחמת פוילקייט אדער זלזול צו יענעם, ער פילט נישט פאר וויכטיג צו געבן א קוק איבער זיין תגובה פארן ארויסשיקן עס צו פאררעכטן פון פשוטע נארישע גרייזן. און דאן דארף דער וואס פירט א שמועס מיט אים זיך מוטשענען צו פארשטיין וואס ער זאגט... (ווייל ווי געשמועסט מאכט מען קיינעם נישט אוועק און אפילו פאר טיפשים געבט מען די בענעפיט אוו די דאובט אז אפשר זאגן זיי דא א נייע סברא נכונה...)
דאס איז בנוסף צו זיין דרייען מיטן קאפ און -מעגליך בכוונה תחילה, קומט סתם צו טראלן און זאגן סברות וואס ער אליין ווייסט אז זיי זענען שקר, סטראומען, פיל מיט פאלעסיס, און סתם אזוי שוין פון לאנג אפגעפרעגט.
דאס אלעס איז דברים פשוטים פאר יעדער וואס דרייט זיך נאר אביסל און שטיבל און האט שוין מיטגעהאלטן א שקליא וטריא מיט הקטן, פאר זיי זענען מיינע ווערטער גענצליך איבריג. וואס דארף מען מער ווי זען די תגובות פון אזעלכע לייבן ווי מי אני אדער העניך, ווי זיי
רעדן זיך אפ אויף דעם
אלטער צרה לייט, און געזלייטער הקטן. איך שרייב עס נאר פאר די נייע חברה אדער געסט וואס קומען אזוי אריין און ווייסן נישט וואס די רקע איז דא. פאר זיי גייען ווייטער און איבערצייגן זיך עס אליין מיט די אייגענע אויגן, זאלן זיי קודם אביסל פארשטיין וואס דא גייט פאר.
און יעצט צום אישי וואס איך האב באקומען:
חשובע קאווע שטיבל מיטגליד האט געשריבן:דו ברענגסט דיך א ראיה לחובתך.
דו ביסט דער וואס האט דא אָנגעהויבן מיט שפאָט און ״האס״ קעגן
@שמן למאור מיט׳ן
שרייבן:
הקטן האט געשריבן:ס'נעמט נישט לאנג און ער קרוינט זיך אויך אלס חכם און הייבט אן שרייבן לאנגע תגובות און זאמעלט אן לייקס וכו'.
וואס איז א thinly-veiled שטאָך קעגן אים, ווי יעדער פארשטייט. און שמן למאור האט דערויף
צוריקגעענטפערט מיט די זעלבע סארט thinly-veiled שטאָך און "האס":
שמן למאור האט געשריבן:די חורבן ווערט ווען יענער קומט אן אין קאווע שטיבל, ער הייבט אן קוקן ווידיאוס, ער קוקט דעבאטעס, ער ליינט ביקורת, און דאן גייט ער צוריק צו זען וואס די אפאלאגעטן זאגן. און אמאל זעט ער אז די אפאלאגעטן זענען אנאלפאבעטן וואס קענען ניטאמאל ספעלן ווי א נארמאלן מענטש, זיי רעדן שטותים בזדון, און דרייען מיט די אייגענע קאפ אבי נישט צו טראכן גראד, אלעס כדי זיך צו דראפענען און דעפענדן זייער קרעפלעך. דאס איז א שטארקע טארן אף...
וואס יעדער פארשטייט גייט ארויף אויף דיר
@שמן למאור קען זאגן אז די סיבה פון זיין "האס" איז פשוט אז ער האט מקיים געווען מיט דיר דעם
עם עקש תתפתל וג"כ עפ"י
החינוך במצוה שלח מיט וועלכע דו האסט דאך אָנגעהויבן. אבער וואס איז דיין סיבה אז דו האסט אזוי אָנגעהויבן? קומט טאקע דיין תירוץ פון:
הקטן האט געשריבן:די האס וואס ער געט ארויס, קיקט מיר שטארק אויס דאס ער ראנגעלט זיך מיט זיינע שיטות און מוז דאס דיפענדען פאר א יעדער פרייז
און דאס האט דאך טאקע
@שמן למאור געזאגט פריער:
שמן למאור האט געשריבן:אלעס כדי זיך צו דראפענען און דעפענדן זייער קרעפלעך.
ובמאמר המוסגר איז דאס ווייט נישט דאס ערשטע מאל דו ביסט אינקאנסיסטענט און זיך בּעיסיקעלי סותר מיט זיך אליינס. למשל, קוק וואס דו שרייבסט דא פריער וועגן די פראבלעם אז ער איז נישט קיין מומחה, און דא דיין אוועקמאכן עקספּערטיִז. ווי אויך דא אז ביי אונזער גיל פון הייראטן האט דער בחור נאכנישט קיין איידענטיטי און זיי צוויי, די מאן און פרוי, בויען דאס צוזאמען, אבער דא אז מ'דארף דערציילן ביים בעשוי ווער מ'איז "באמת:, ולכאורה זיין אידענטיטי ומהות. ויש ליישב בדוחק.
ווי אויך דאס זאגן איבער "דורכטוהן" א זאך איז מביא לידי חיוך ווען עס קומט פון דיר. לדוגמא דא וואו דו טענה'סט מיט א באמבאסטישקייט און חוזק אז מ'זאל קוקן במו"נ, ווען עס איז ניכר אז דו האסט דאס ניטאמאל געלערענט, ובוודאי נישט מיט מפרשים.
דא איז אויך ענליך. ואטו כי רוכלא.