בלאט 7 פון 27

EMAIL

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 2:20 pm
דורך סאשי פיש
איז א קאמפיוטער מער צוריקגעשטאנען ווי א פאון
אז ביי א פאון קען מען זען צו א טעקסט איז אנגעקומען
ביי א אימעל איז אויך דא א פראגראם פאר דעם?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 2:26 pm
דורך נייגעריגער
א קאמפיוטער איז נישט מער צוריקגעשטאנען! עס איז נאר מער קאמפליצירט, און במילא קען עס זיין בעסער :!:
וואו קוקסטו די אימעיל'ס?!

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 3:03 pm
דורך געפילטע פיש
אויב נוצטו אוטלוק איז דא א פאפ אפ נאטיפייער פון אוטלוק, אויב נוצטו אן אנליין סערוויס ווי גימעיל מוזטו אינסטאלירן א פראגראם, קענסט אינסטאלירן גימעיל נאטיפייער אדער גוגל טאלק, ביידע וועלן דיר געבן דעקסטאפ אלערטס ווען דו באקומס מעיל, אדער קענסטו אינסטאלירן Third party בראוזער עקסטענשען.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 3:13 pm
דורך נייגעריגער
געפילטע פיש האט געשריבן:אויב נוצטו אוטלוק איז דא א פאפ אפ נאטיפייער פון אוטלוק, אויב נוצטו אן אנליין סערוויס ווי גימעיל מוזטו אינסטאלירן א פראגראם, קענסט אינסטאלירן גימעיל נאטיפייער אדער גוגל טאלק, ביידע וועלן דיר געבן דעקסטאפ אלערטס ווען דו באקומס מעיל, אדער קענסטו אינסטאלירן Third party בראוזער עקסטענשען.

נישט אמת!
ביי דזימעיל איז עס סתם א סעטטינג, עי' בתמונה:
gmail.JPG

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 3:53 pm
דורך געפילטע פיש
ביזט גערעכט, כ'האב פארגעסן פון די סעטינג, אבער דאס ארבעט נאר ווען די בראוזער לויפט, און די גי-מעיל פעידזש איז אפן.

Email

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 4:47 pm
דורך סאשי פיש
קודם א גרויסע דאנק פאר די עצות
אבער איך האב נישט דעס געמיינט צו פרעגען
איך האב געוואלט פרעגען צו איך קען זען צו וועמען איך שיק די אימעל האט עס באקומען אדער געליינט
איך ווייס ביי bbm איז עס דא

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 5:58 pm
דורך געפילטע פיש
ווען דו שיקסט פון אוטלוק קענסטו ריקוועסטן א דעליווערי ריסיט, און ווען יענער לייענט עס וועט עם ארויפקומען א מעסעדזש פרעגן אויב ער וויל שיקן די ריסיט. פאר גימעיל איז עס אוועיליבעל נאר פאר גוגל עפס (ביזנעס) קאסטאמערס, אבער ס'דא third party software וואס קען דאס טוהן, דא קענסטו טרעפן אפאר אפשענס.

נאך אן עצה איז דא, אויב דארף יענער עפענען א לינק אין די אימעיל, קענסטו זען ווער און וואו די לינק איז שוין געעפענט געווארן דורך פארקירצערען די לינק מיט Goo.gl.

EMAIL

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 8:32 pm
דורך סאשי פיש
שכוח געפילטע
איך האב דאנלאדעד BOOMRRANG עס ארבעט פיין
איין זאך עס עקספייערט ביז א חודש מען דארף עס קויפען נאכדעם

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:10 pm
דורך נייגעריגער
סאשי פיש האט געשריבן:שכוח געפילטע
איך האב דאנלאדעד BOOMRRANG עס ארבעט פיין
איין זאך עס עקספייערט ביז א חודש מען דארף עס קויפען נאכדעם

כ'האב דיר געשיקט א פישי..., עיי"ש.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:19 pm
דורך סאשי פיש
וואס איז פשט אז אסאך מאל ווען איך דאנלאד א פייל קומט ארויף
DO YOU WANT TO KEEP THE FILE IT CAN HARM YOUR COMPUTER
איז עס טאקע שעדליך ? וועלכע חלק עס קען זיין א וויירוס?
איך האב NORTON זיי זאגען גארנישט

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:27 pm
דורך נייגעריגער
כ'מיין אז עס מיינט צו זאגן אז די סארט פייל [כגון א פראגראם וכדו' ] קענען שעדיגן!

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:57 pm
דורך שמעקעדיג
געווענליך איז עס א PDF, עס קען מאכן פראבלעמען פארן קאמפיוטער אויב ווייסטו נישט פון וועמען דאס איז, און דיין PDF ריעדער איז נישט אנגעשטעלט אויף SAFE READING.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:09 pm
דורך געפילטע פיש
דיין בראוזער זאגט עס ווען אומער דו דאונלאודסט א פייל וואס האט די "מעגליכקייט" פון זיין א וויירוס, לדוגמא אן עקסעקיוטיבעל פייל (exe.) וואס רוב מאל איז עס נישט קיין וויירוס, אבער די סארט פייל האט די מעגליכקייט צו ענהאלטן א וויירוס. ממילא דארף מען אלעמאל זיין פארזיכטיג און נישט דאונלאודן אזעלכע פיילס פון אומבאוויסטע וועבסייטס.

-----
שמעקעדיג האקט, יא pdf קען אויך ענהאלטן א וויירוס, ספעציעל אויב איז דיין PDF רידער אן אלטע ווערסיע.

Wi-fi

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:49 am
דורך סאשי פיש
וואס געשעט ווען איך נוץ איינעמס ווייפיי?
יענער זעט אז איינער ניצט עס?
קען ער זען וואס איך טו? און זען מיינע זאכען ווי למשל אימעל קאווע שטיבעל ? 

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:15 am
דורך נייגעריגער
אויב די ווייפיי איז אן אפענער, "קען" איעדער - נישט נאר דער באלעבאס - מיטהאלטן פונקטליך וואס דו טוהסט און וואס דו שרייבסט. און אויב עס איז פארשפארט קען ער אויף א נארמאלע אופן נישט מיטטהאלטן וואס די טוסט.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:57 pm
דורך מומחה
סאשי פיש האט געשריבן:וואס געשעט ווען איך נוץ איינעמס ווייפיי?
יענער זעט אז איינער ניצט עס?
קען ער זען וואס איך טו? און זען מיינע זאכען ווי למשל אימעל קאווע שטיבעל ?

זעה דא פאר מער אינפארמאציע

פרינטען

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 2:36 pm
דורך סאשי פיש
יעדע מאל איך וויל עפעס פרינטען פון די אינטערנעט דארף איך עס קודם סעווען אויפען קאמפיטער
מען קען עפעס טון דערצו?

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 3:41 pm
דורך געפילטע פיש
וואס געשעהט ווען דו פראבירסט צו פרינטן אן סעיוון?

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 3:50 pm
דורך סאשי פיש
עס קומט ארויף SAVE OR CANCEL עס איז נישט דא קיין אנדערע אפשין

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 3:59 pm
דורך געפילטע פיש
ס'קען זיין אז דו נוצט קראום, און ווען דו פרינטסט איז עס אנגעשטעלט צו סעיוון א PDF פון די פעידזש? אויב יא, קליק 'טשעינדזש' און וועל אויס דיין פרינטער פון די ליסטע.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 4:04 pm
דורך סאשי פיש
יא איך ניץ קראום
שכוח ס'פרינט שוין א מחיה

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 4:46 pm
דורך געפילטע פיש
מיט פארגעניגען.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 8:31 pm
דורך נולד מאוחר
איך זיך צי קויפן א פרינטער פאר מינימאלע באנוץ אינדערהיים.
כוויל סזאל זיין קליין נישט אויפנעמען אסאך פלאץ, ס'זאל קענען פרינטען פון מיין פאן ווייערלעס.

עני רעקאמדעשאן?