בלאט 7 פון 12

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 7:16 pm
דורך לייביששרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז אפשר א ביסל שארף. אבער א יעדעס ווארט איז אמת ויציב. כולי עלמא מודי אז דא האנדלט זיך נישט פון א הלכה'דיגע פראבלעם אדער חשש. ס'איז א ריין פינאנציעלער סיכסוך. נאר מ'האט עס מלבש געווען כאילו ס'איז דא א פראבלעם פון כשרות.

זיכער אויב ס'וואלט געווען דער קלענסטער חשש איבער כשרות וואלט א יעדער ערליכער איד אוועקגעשטאנען פון דעם. ווייל מ'האט זיך שוין (ליידער) אפגעבריהט מיט "פינקל".

דער ואלאווער רב שליט"א איז נאך דא אזא בר סמכא ווי סיי וועלכער פון די רבנים וועלכע האבן אונטערגעשריבן דעם קול קורא.

דער חידוש איז נאר אויף הרב הילל וויינבערגער שליט"א אז ער האט זיך געבויגן פאר טעראר.
ר' הלל וויינבערגער שליט"א איז דער ערשטער וואס וועט טעראריזירן ווען עס עס קומט צו די געלט זאכן פון די התאחדות הר(ע)בנים.

אינטערסאַנט איז נאר אז ר' הלל וויינבערגער שליט"א גיט א הכשר אויף הערצאג וויינען אפי' התאחדות הר(ע)בנים וואלטן ווען געדאַרפט זיין די בעלי מכשירים אויף די וויינען. נאר וואס דען? זיין געלט וואס ער באקומט באצאלט פון הערצאג שטייט נאך אלץ העכער התאחדות.

נשלח: מאנטאג יוני 12, 2023 5:30 pm
דורך אבטח ולא אפחד
סאטמאר (מהרז"ל) האבן נארוואס געלאזט וויסן אז אנדערש ווי אלע יארן וועלן די קינדער אין קעמפס נישט מעגן ברענגן עסן מיט די וואלאווע הכשר...

נשלח: מאנטאג יוני 12, 2023 5:50 pm
דורך Yesh
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:סאטמאר (מהרז"ל) האבן נארוואס געלאזט וויסן אז אנדערש ווי אלע יארן וועלן די קינדער אין קעמפס נישט מעגן ברענגן עסן מיט די וואלאווע הכשר...
וואס איז די שטראף פאר איינער וואס ברענגט?

נשלח: מאנטאג יוני 12, 2023 5:59 pm
דורך רוחין חדתין
אלו הצאן מה חטאו?!

נשלח: מאנטאג יוני 12, 2023 6:02 pm
דורך אלע צוזאמען
רוחין חדתין האט געשריבן:אלו הצאן מה חטאו?!
נאך א מיטל צו פייניגן די עלטערן.

נשלח: מאנטאג יוני 12, 2023 6:38 pm
דורך [NAMELESS]
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:סאטמאר (מהרז"ל) האבן נארוואס געלאזט וויסן אז אנדערש ווי אלע יארן וועלן די קינדער אין קעמפס נישט מעגן ברענגן עסן מיט די וואלאווע הכשר...
א וויץ?

נשלח: מאנטאג יוני 12, 2023 6:41 pm
דורך [NAMELESS]
רוחין חדתין האט געשריבן:אלו הצאן מה חטאו?!
צאן תחת צאן!
מ'ניצט פלייש צו פארדינען אויף פלייש.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 1:36 pm
דורך Yesh
נישט צום גלייבען די זיי שעמען זיך ניטאמאל כלל נייעס האט עס באשטעטיגט

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 1:37 pm
דורך Yesh
c/p

אין קורצן: צוויי געשעפטן, ראזמערי און פו-דו, האבן געוואלט נעמען פלייש פון די 82 סאטמארע בוטשער און זיי האבן געהאלטן ביים שליסן א דיעל, דאן האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א זיך אריינגעמישט און אפגעשטעלט די דיעל צוליב מכשולות וואס קען ארויסקומען פון פארקויפן פלייש אין א סופערמארקעט.

סאטמאר האט דא געקענט מאכן ריזיגע געלטער פון צושטעלן פלייש פאר די סופערמארקעטס וואו זיי וואלטן נישט געדארפט געבן דיסקאונטס פאר מעמבערס וכו' אבער סאטמאר רבי שליט"א האט קלארגעשטעלט אז כשרות קומט בעפאר פארדינסטן און ער האט עס אפגעשטעלט.

די צוויי סופערמארקעטס האבן דאן גע'חתמ'עט א דיעל מיט התאחדות, און נאך בקשות פון אלע רבני וויליאמסבורג, האבן זיי זיך ארויסגעצויגן פונעם דיעל צוליב די מכשולות וואס עס קען צוברענגען.

אין די ענדע האבן זיי באקומען א הכשר פון וואלאווע - קהילת סאטמאר האט קלארגעשטעלט פאר וואלאווע בעפאר זיי האבן געגעבן די הכשר אז אויב זיי גייען ברעכן די תקנה קען סאטמאר נישט שטיצן די הכשר, דערפאר האט סאטמאר באשלאסן אויפהערן קויפן פראדוקטן פאר זייערע מוסדות וואס פארמאגט א הכשר פון וואלאווע.

נאכאמאל, נישט טעראר, נישט פאשקעווילן, נישט נאכשרייען אין די גאסן ממזרים - בלויז נישט נוצן פראדוקטן פון וואלאווע אין זייערע מוסדות, ווייל: סאטמאר קען נישט שטיצן א הכשר וואס טוט טרעטן אויף א תקנה וואס סאטמאר איז מקפיד.

לאמיר עס ארויסשרייבן אין א קלארע אידיש פאר די אלע וואס שפילן אויפגעשוידערט פון די א.ג. טעראר; קליענטן האבן א רעכט צו אויפהערן קויפן פראדוקטן פון א געשעפט/ברענד/הכשר פאר סיי וועלכע אורזאך!

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 1:59 pm
דורך איך אויך
קרן זוית האט געשריבן:
רוחין חדתין האט געשריבן:אלו הצאן מה חטאו?!
צאן תחת צאן!
מ'ניצט פלייש צו פארדינען אויף פלייש.
דערמאנט מיר די מעשה ווי דער הייליגער צעהלימער רב זצ"ל האט צוגעפיקסט סאכדעם מיט א זעכציג-זיבעציג יאר צוריק ביי א מעשה מיט קליינ'ס אייזקרים.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 2:56 pm
דורך Yesh
איך אויך האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:
רוחין חדתין האט געשריבן:אלו הצאן מה חטאו?!
צאן תחת צאן!
מ'ניצט פלייש צו פארדינען אויף פלייש.
דערמאנט מיר די מעשה ווי דער הייליגער צעהלימער רב זצ"ל האט צוגעפיקסט סאכדעם מיט א זעכציג-זיבעציג יאר צוריק ביי א מעשה מיט קליינ'ס אייזקרים.
וואס איז די מעשה?

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 3:06 pm
דורך כלבאשבוע
IMG_6783.JPG

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 3:10 pm
דורך סקעפטיקער
כלבאשבוע האט געשריבן:
IMG_6783.JPG
אן אומגעלונגענע פאטאשאפ (דארט ווי די פעפער איז צוקנייטשט זענען די אותיות נישט)
-----
יעצט זעה איך עס איז שוין געטוישט

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 3:19 pm
דורך שמן למאור
IMG_20230614_141310_031.jpg

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 4:16 pm
דורך דער עסער
נאכאמאל, נישט טעראר, נישט פאשקעווילן, נישט נאכשרייען אין די גאסן ממזרים - בלויז נישט נוצן פראדוקטן פון וואלאווע אין זייער מוסדות, ווייל: סאטמאר קען נישט שטיצן א הכשר וואס טוט טרעטן אויף א תקנה וואס סאטמאר איז מקפיד.

לאמיר עס ארויסשרייבן אין א קלארע אידיש פאר די אלע וואס שפילן אויפגעשוידערט פון די א.ג. טעראר; קליענטן האבן א רעכט צו אויפהערן קויפן פראדוקטן פון א געשעפט/ברענד/הכשר פאר סיי וועלכע אורזאך!
זייט ווען איז מען מקפיד אין סאטמאר?

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 5:11 pm
דורך תפוח
Yesh האט געשריבן:בולתא דשיטא
דאס איז פשוט אז דער וואס האט געשריבען די מעסעדזש מיינט עס נישט אמת'דיג.

דאס איז פשוט אז דער וואס האט געשריבען די מעסעדזש ווייסט אז רוב מענטשן וואס גייען ליינען זיין מעסעדזש ווייסן אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג.

דאס איז פשוט אז דער וואס האט געשריבען די מעסעדזש ווייסט אז רוב מענטשן וואס גייען ווייטער פארווערדען זיין מעסעדזש ווייסן אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג.

איז ווי קען א מענטש שרייבן א מעסעדזש וואס ער גלייבט נישט אין, רוב מענטשן גלייבן נישט אין און ער ווייסט אז רוב מענטשן ווייסן אז ער אליינס גלייבט נישט אין עס?

ווען די זעלבע געשעהט אין חצר סאטמאר-קר"י, הייבן די סאטמאר-וומסב"ג חסידים אהן שרייען "חלה דעקל"...

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 5:33 pm
דורך ערנסטגערעדט
איך פארשטיי נישט דער עולם סאונד אויפגעשוידערט אז אלץ איז געראָנט ביי קעש
סיסטעם און קאנטראל אינקלאדעד
וואס איז דער ויצעקו מיטאמאל?

Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 6:04 pm
דורך איך הער..
היפאקרעסי האט אויך א שיער, אזוי אפען און ביליג אראפ צירייסען וועלאווע הכשר נאר ווייל עס שטימט נישט מיר זייער אגענדע, געווענטליך פראבירן זיי כאטשיג אביסל זיך צי פארשלייערן מיט די תרצים אבער דא איז עס אפען און גראב ממש צום שטוינען!! בושות..

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 7:46 pm
דורך [NAMELESS]
כלבאשבוע האט געשריבן:
IMG_6783.JPG
אומגלויבלעך

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 7:51 pm
דורך איך אויך
בד"ץ ירושלים מיינט רבנות מהדרין?

Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 7:54 pm
דורך שערי יושר
הכשרים ווערן יעצט א פאליטישע זאך? אדער עס דעקט נאר אויף עפעס וואס איז שוין לאנג די מציאות?

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 8:06 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
איך אויך האט געשריבן:בד"ץ ירושלים מיינט רבנות מהדרין?
ניין. רבנות מהדרין איז די רבנות. נאר מהדרין פארמאגט מער חומרות ווי די רבנות רגיל היות די מער פרומערע עולם האט דאס פארלאנגט.
אבער בד"ץ ירושלים איז בד"ץ, עדה החרדית

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 8:09 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
איך הער.. האט געשריבן:היפאקרעסי האט אויך א שיער, אזוי אפען און ביליג אראפ צירייסען וועלאווע הכשר נאר ווייל עס שטימט נישט מיר זייער אגענדע, געווענטליך פראבירן זיי כאטשיג אביסל זיך צי פארשלייערן מיט די תרצים אבער דא איז עס אפען און גראב ממש צום שטוינען!! בושות..
ס'איז אסאך בעסער אזוי, ווייל אזוי זעהן מער מענטשן דעם אמת. מ'זעהט עניוועיס ווער ס'וויל זעהן, אבער יעצט אפילו אזא איינער וואס וויל גיין מיטן קאפ אין וואנט ווי די בת היענה קען זיך אויך נישט ארויסדרייען.