בלאט 7 פון 40

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 11:23 am
דורך לאדיך אפ
אךשמח האט געשריבן:http://dteitelbaum.blogspot.com/2012/04/open-letter-to-ichud-hakehillos.html


איך מיין אז די משל מיט די כעלמע וואס האבן געבויעט א שפיטאל אנשטאט פאררעכטן די בריק איז זייער פאסיג דא.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 3:54 pm
דורך משה געציל
לדעתי אויב די רבנים וועלען נעמען די זעלבע מהלך בנוגע אינטערנעט וואס גור האט גענומען בנוגע נשים –וואו ברייטער באהאנדעלט אין א באזונדערע אשכול דא- וועט די תוצאה זיין מער ווייניגער די זעלבע וואו אזוי עס קוקט אויס אין גור איש כל הישר, וד"ל.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 11:01 pm
דורך שמואל הלוי
געשטעלט דעם גנב פאר א שומר אין אנדערע ווערטער

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 11:03 pm
דורך שמואל שלום שלמה
שמואל הלוי האט געשריבן:געשטעלט דעם גנב פאר א שומר אין אנדערע ווערטער

די צייטונג וועלכע איז צושיקט געווארן צו אלע שטיבער איז אויך מעשי ידי בעלי השטערן? כ'האב טאקע באמערקט אז ס'האט אזא מאדערנע שטריך דערצו. כ'האב נאר געטראכט אז ס'איז אזוי ווייל עס אפעלירט אויך צו מער מאדערנע קרייזן.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 9:06 am
דורך משה געציל
די אסיפה איז פאריפען אויך פאר קונדער און בחורים?

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 10:27 am
דורך [NAMELESS]
בילד

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 10:48 am
דורך קאווע טרינקער
יאנקל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דער שטאב פון דעם טריפה׳נעם גע׳אסר׳טן ״שטערן״ וואס מאכט חרוב כלל ישראל, איז אנגאזשירט געווארן ארויסצוגעבן א ביכל פאר דעם גרויסן מעמד צו ראטעווען כלל ישראל.

אין סאטמער רופט מען דאס : די צינדער ווערן פייער לעשערס....

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 11:47 am
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:אין ענגליש איז געווען מער ווי 600 רבנים - אין אידיש קרוב צו 1000 רבנים

א בפירוש'ע גמרא אין מס' קידושין י"ב עמוד א' "כיון דנפקא להו מפלגא קרוב לאלפים קרי ליה".

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 12:30 pm
דורך אךשמח
מיר שטערט מער ווי זיי האלטן דעם חסידישן עולם פאר אזעלכע בטלנים אז מען וועט נישט אנקומען צו ליינען די ענגלישע אויסגאבעס. אדער קלערן זיי אז מען האט עס שוין ארויסגעריסן פון די היימישע געשעפטן און דעריבער וועט מען נישט אנקומען דערצו...

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 1:28 pm
דורך בן תמליון
הער איך אז ר חעזקל גאלד האט גערעדט ביי שלוש סעודות אז מטאר זיך נישט משתתף זיין אינעם כינוס לרשעים, גיי הייב אן מיט די שייאטן.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 2:02 pm
דורך משה געציל
וואס איך פארשטיי נישט איז, אויב זיי פלאנען טאקע אז יעדער איינער פון -וויליאמסבורג, ב"פ, מאנסי, סקווירא, לעיקוואד, קרית יואל, ועוד- זאל זיך באטייליגען ביי דעם כינוס, קען מען דאך אנפילען דעם פלאץ מיט יונגעלייט אליינטס און עס פעלט נישט אויס קיין בחורים אין קינדער צו דעם? רעכענען זיי לכתחלה אז עס גייט זיין א פלאפ?

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 2:40 pm
דורך טעלעפאן
נישט זיכער אויב ס'איז נאכנישט דא...

http://www.vosizneias.com/104676/2012/0 ... citi-field

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 5:52 pm
דורך שרייבער
בריוו צו "איחוד הקהלות לטוהר המחנה"

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=17122

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 5:54 pm
דורך שמואל הלוי
נעקסט טיים שרייב די בריוו דא אין קאווע שטיבל און לינק עס אהין אין איי וועלט.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 9:18 pm
דורך הניק שלי
שמואל הלוי האט געשריבן:נעקסט טיים שרייב די בריוו דא אין קאווע שטיבל און לינק עס אהין אין איי וועלט.

פלאץ!

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 9:19 pm
דורך gehlungen
Go to VIN opped read in hut hanuah

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 9:20 pm
דורך יידל
הניק שלי האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:נעקסט טיים שרייב די בריוו דא אין קאווע שטיבל און לינק עס אהין אין איי וועלט.

פלאץ!

וואס הייסט? ער וויל פארשפאָרן פלאץ פאר קאווע שטיבל? נישט געזארגט, כ'מיין אז ק"ש האט א גרויסן סערווער, און איין תגובה נעמט נישט אויף אזויפיל פלאץ.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 11:46 pm
דורך אבי גערעדט
Some how הייבט צוביסלעך דער ציבור ערנסט אן שפעקולירן אז דער מעמד גייט זיין א ערנסטער דורכפאל!

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:33 am
דורך געצל
דורכפאל מיט וואס?

ווייניג מענטשן אדער ווייניג עצות אויף דער צוקונפט?

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:33 am
דורך דעינעש
קאווע טרינקער האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דער שטאב פון דעם טריפה׳נעם גע׳אסר׳טן ״שטערן״ וואס מאכט חרוב כלל ישראל, איז אנגאזשירט געווארן ארויסצוגעבן א ביכל פאר דעם גרויסן מעמד צו ראטעווען כלל ישראל.

אין סאטמער רופט מען דאס : די צינדער ווערן פייער לעשערס....


מיינט איר צו זאגן ..גם אויביו ישלים אתו.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 4:43 pm
דורך חד גדיא
אין אייוועלט ברענגט די ניק סביב העולם פרטים איבער די פלענער. פאלגענד איז עס :

נעכטן פארגעקומען אן אסיפה ווי עס האבן זיך באטייליגט דער משגיח הגרמ"ס שליט"א און אויך איינע פון די זוהן פון סקולענער רבי שליט"א און צווישן אנדערע אויך הגה"צ רבי הלל וויינבערגער און נאך
צווישן די דעטאלן איז ארויס געקומען אז רבי אפרים וואקסמאן שליט"א פון ישיבת מאור התורה וועט דינען אלס יושב ראש
מארר דיטעלס וועל איך באלד ברענגען אי"ה.


אויך איז געווען אויסגעשמועסט אז מען זאל ברענגן רב דוננער פון לונדון אבער שפעטער איז די פארשלאג אפגעווארפן געווארן
מארר דיטעילס טו פאלאו


צווישן נאך רבנים זענען אויך געווען קאסוב'ער רבי - גאלאנטא - רב אלשין מיט נאך א ראש ישיבה פון לייקווד - וויען - הגה"צ חיים יעקב טויבער מבאבוב -
אויך איז ערווענט געווארן דארט אז מען וועט האבן באזונדערע קול קורא'ס פון דאהי און באזונדער פון ארה"ק זיי האבן שוין א חתימה פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א
זיי פארארבעטען שטארק אראפ צו ברענגן הגאון בעל שבט הלוי שליט"א לייוו
אויך עס זאל זיין א לייוו הוק-אפ פון הגר"ח קנייבסקי שליט"א
ס'געווען א רעדע אז דער גאב"ד ירושלים זאל ערשיינען
אבער ס'איז אפגעווארפן געווארן צוליב פאליטישע סיבות.........
מארר דיטעלס טו פאלאו

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 5:20 pm
דורך שמואל הלוי
אויב קומט דער שבט הלוי פערזענליך בכבודו ובעצמו, גיי איך יא!!!

איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן דעם איד לייוו מיט מיינע פליישיגע אויגן.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:41 pm
דורך עסן עסט'זיך
לפי מיטב ידיעתי זעהט ער אויס גאר ענדליך צו דעם פון די בילדער.......
בלויז א ווערטאל, אויב הרב וואוזנער קומט, אדער אפילו א קלענערע פון אים, אבער א באקאנטע גדול א גאסט איז עס כדי צו גיין אלס א היסטורישע מומענט.
ווען הרב שטיינמען מיטן גורער רעבין זענען געקימען ציזאמען בין איך גילאפן מיט מיינע קינדער אים זעהן ווייל עס איז כדי צו זעהן אזא היסטורישע באזוך