בלאט 7 פון 10

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
ניין. יעדע נאן גילטי פלי אויף א מאווינג וויילעישן (אין ניו יארק) מוז גיין פאר א טראפיק קארט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:37 pm
דורך אליצפן
איך האב באקומען א טיקעט פאר אן אויסגעלאפענע מיטער. למעשה האב איך געהאט א צעטל אין טאש, כ'בין פשוט געווען פויל צו וואקן צוויי גאסן (איינס פונעם מאשין צום קאר, און איינס צוריק צום געשעפט לעבן די מאשין וואו איך האב געוואלט גיין) און עס לייגן אין קאר.

מיין שאלה איז וויאזוי פייט איך דאס? איך שיק אריין דעם צעטל צוזאמען מיטן טיקעט אינעם שיינעם רויטען ענוועלאפ וזהו? דארף איך עפעס צושרייבן? צו איז גענוג צו שיקן א קאפי און האלטן דעם אריגינעלע צעטל? איך טראסט נישט די סיטי קיין כי הוא זה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:35 pm
דורך אליצפן
נו קיינער ווייסט נישט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:47 pm
דורך נולד מאוחר
האסט שוין אמאל געהערט פון אזא זאך ''אינטערנעט''? טו עס אנליין. nycserv.nyc.gov/NYCServWeb/NYCSERVMain
זיי געבען דיר א געלענגהייט צי עטעטשען עוווידינס. סקען עס אריין און עטעטש עס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:06 pm
דורך אליצפן
א דאנק. כ'האב נישט געוואוסט אז מ'קען דאס טון אנליין.
איך האב נישט קיין סקענער, דו מיינסט אז א פיקטשער פון דער צעטל וועט אויך ארבעטן?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:49 pm
דורך נולד מאוחר
יא.

אויסדרייען פון כאפן א טיקעט

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:39 pm
דורך שטילע אינגערמאן
איך האלט צופעליג אז איינער וואס איז דאבל פארקט אויף דרייצין האט זיך ערליך פארדינט א טיקיט, אין די מיטערס פארשטיי איך אויך בעצם, ווייל אנדריש קומען די ארבייטער פון געשעפט אין פארקן דארט פארן טאג אין דערנאך קען מען ווייב נישט ספענדען מיין לעצטע פרוטה.

נאר מיין רוגזה איז אז אין נוא יארק איז פארהאן 35,000 פאליציי אין 34,000 זענען אויף די דרייצינטע עוו. אין ווארטען ארויף צו טאנצן אויף א קרבן.
דער גראבע שווארצע אנגעריסענע שיקצה ממש שמייכלט זיך אונטער ווען זי שרייבט א טיקעט כאילו איינער האט יעצט פרעפויזט צו זי.

ווען זיי שטעלען צו שיינע גאסן איז איין זאך אבער די גאסן אין בארא פארק איז ערגער ווי א סדום נאכן ווערן איבערגעדרייט. די בעסטע ראלערקאוסטער קען זיך שעמען פאר אונזער גאסען.

על כן וויל איך דא מגלה זיין אפאר די וועגען אויסצונארען די סיסטעם.

1. אינדרויסען פון מיין הויז האב איך א פאמף, טאמער טרעף איך נישט קיין פארקינג (פארשטייט זיך נאך סירקלען צען מינוט) איז די פאמף מיין ספאט. איי מקען כאפן א טיקעט?
איך נעם א אלטע מיטער טיקיט מיטן שרייעדיגן ארענד'ז ענוועלאף איך לייג עס ארויף אויף די פענצעטער כאילו כיהאב הערשט געכאפט א טיקיט, די פאלציי גייט זיך נישט אפשטעלען ארויס קומען פונעם קאר קוקן טאמער די טיקעט איז א אלטע (ארבייט ביי מיר)

2. איך קויף נישט קיין מאני מיטער טיקיעט קיינמאל. איך זעה כ'האב געכאפט א טיקעט גיי איך צום נעקסטע קאר אין כאף א בילד פון זיין טיקעט אין דער בילד געב איך אריין אנליין. ארבייט א מחיה
(איך פיהל אייזן נאך אזא מעשה, נישט אז כ'האב מיך געשפארט א קוואדער, נאר אז כ'האב צו געפאכעט ביל דיבלאזיע)

3. טאמער ווייס איך אז איך דארף זיין אויף דרייצין א גאנצע טאג קויף איך א מאני-מיטער לאמער זאגן צען אינדערפרי, דער מאני-מיטער טיקעט לייג איך אריין אין טאש. ס'איז א וודאי איך גיי כאפן א טיקעט ביז עלעף אזייגער, אויף דעים איז נישט קיין פראבלעים כ'האב א מאני-מיטער טיקעט, אין די איבריגע 5 שעה וואס איך בין דארט געפארקט גייט מיך דער פאלציי נישט געבן א טיקעט ווייל כהאב שוין געכאפט איינס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:25 pm
דורך sefish
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
1. אינדרויסען פון מיין הויז האב איך א פאמף, טאמער טרעף איך נישט קיין פארקינג (פארשטייט זיך נאך סירקלען צען מינוט) איז די פאמף מיין ספאט. איי מקען כאפן א טיקעט?
איך נעם א אלטע מיטער טיקיט מיטן שרייעדיגן ארענד'ז ענוועלאף איך לייג עס ארויף אויף די פענצעטער כאילו כיהאב הערשט געכאפט א טיקיט, די פאלציי גייט זיך נישט אפשטעלען ארויס קומען פונעם קאר קוקן טאמער די טיקעט איז א אלטע (ארבייט ביי מיר)

די וואס גייען ארום צופיס קוקן יא איבער ווען דיין טיקעט איז געגעבן געווארן און זיי שרייבן נייע טיקעטס!
מיין עקספיריענס

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:29 pm
דורך שטילע אינגערמאן
געווענדליך די וואס גיין ארום, גיין נאר אויפן עוו, נישט אויפן סטריט. גראדע אפאר וואכן צירוק געטוען אזוי איבער שבת אין ב"ה אלס אדורך בשלום

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:12 pm
דורך נולד מאוחר
1. איז ריסקי אזויווי sefish שרייבט.
2. איז א געוואלדיגע אויסטרעף.

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 12:49 pm
דורך נולד מאוחר
סיעט בעלט טיקעט איז points?

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 12:52 pm
דורך sefish
פאר אן עדאלט ניין

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 12:57 pm
דורך דריידל
איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 1:04 pm
דורך sefish
ער מוז נישט האבן קיין לייסענס צו באקומען א טיקעט

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 1:30 pm
דורך נולד מאוחר
דריידל האט געשריבן:איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?

בדידי הוה עובדא און דער פעסענשער האט באקומען די טיקעט.

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 6:37 pm
דורך ארבעס
דריידל האט געשריבן:איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?

איך וואלט עם נישט געגעבן א היטש.
אז איך נעם דיר אין מיין קאר זיי מוחל אין לכל הפחות פאלג מיך בנוגע א סיט בעלט

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 2:05 pm
דורך נולד מאוחר
א סיעט בעלט טיקעט לוינט זיך צי פליעדן גילטי וויבאלד סאיז נאר געלט נישט קיין פוינטס?
כהאב גערעט צי א לויער זאגט ער אז אפי' סאיז נישט קיין פוינטס גייט עס זיין אויף מיין רעקארד.
האט דאס עפעס אן עפעקט אויף מיין אינשארנס?

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:52 pm
דורך hotel
I got a ticket for making a turn without signaling does anyone have experiance on that

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:59 am
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bzE-IMaegzQ[/youtube]

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 1:25 am
דורך הרב_שלום
את חטאי אני מזכיר איך האב געמאכט א יו טארן אויף Delacny בין ארויף אויפן וועבזייט צו פליען נאט גילטי זאגט די וועבזייט אז זיי זעהן נישט די טיקעט נומער אין די סיסטעם
מארגען וועט שוין 15 טעג פון ווען איך האב באקומען די טיקעט און איך וויל נישט אז מיין לייסענס זאל ווערן סוספענדעד
היטע מיר העלפן

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 1:32 am
דורך ישמעאל הכהן
ס'נעמט מער צייט ביז ס'גייט ארויף אויפן סיסטעם. דיין לייסענס וועט נישט ווערן סוספנדעט האב נישט מורא.
אבער וואס נוגע בינך לבין קוניך, קענט איר שוין אנהייבן תשובה טון פאר'ן מורא'דיגן חטא פון מאכן א יו טוירן אויף דילענסי. דיין מודה ועוזב זיין איז א גוטער אנהייב אז ס'זאל נתקבל ווערן פאר'ן בוחן כליות ולב, און דער חטא זאל אינגאנצן פארווישט ווערן. ס'זאל זיין יתמו חטאים ולא חוטאים

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 2:09 am
דורך אויסלייזער
באקומען א alternative side טיקעט, אויף מיין שוואגערס קאר בשעת ער איז געווען ל"ג בעומר אין ארץ ישראל. איז שייך אז מיין שוואגער זאל טענהנען אז ס'איז נישט זיין שולד?

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 2:19 am
דורך elter-zeide
דריידל האט געשריבן:איך האב פאריגע וואך געגעבן א היטש פאר א חבר מיינער און אים געהייסן פארמאכן די סיט בעלט, זאגט ער מיר אז אויב די פעסענזשער האט דרייווערס לייסענס באקומט ער די טיקעט פאר נישט זיין בעלטעט און נישט די דרייווער.
קען דאס איינער באשטעטיגן?

אויב דער פעסענזער איז אינטער אכצען יאר אלט גייט עס פארן דרייווער, אויב העכער אכצען גייט עס פארן פעסענזער אפילו ער האט נישט קיין לייסענס,